כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פוקד זיין די ציון הק' פון מר אביו רביה''ק בעל ברך משה זיע''א לרגל די הילולא קדישא כ''ו ניסן, היינט נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
…
מיטוואך פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א.
- ב"ר אברהם פויגל הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלום גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל מנחם שימאן הי"ו.
דער רבי האט געצינדן ליכט לרגל די הילולא קדישא פונעם צאנזער רב זיע''א, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכלי הפאליש בביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר לייבוש רובין שליט"א (ב"פ).
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א א לענגערע צייט.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה יודא ב"ר מענדל הירש הי"ו - הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו.
- הרה''ח ר' משה ברי"ב ווערצבערגער הי"ו - הרה"ח ר' משה יודא פעדער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון מר אביו רביה"ק זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' אהרן יעקב ברא"ש גאטליעב הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת בית מדרשינו 18'טע עוו. פון ב"פ און געוויזן פארן רבין די סקיצעס און פלענער פונעם נייעם בנין הביהמ"ד וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון 'שבת מלכתא' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן קומענדיגן שבת פרשת תזו"מ פאר די הונדערטער אלמנות מאנשי שלומינו אין שפיץ פון הרבנית הצ' תליט"א, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק הדברי חיים זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג שמיני אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברש"י הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו.
- ב"ר יואל אלטער גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר ישראל בער לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר אברהם לייב וועכטער הי"ו.
- ב"ר אברהם שמעון אפענהיים הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו.
- ב"ר גדלי' מתתיהו לענעראוויטש הי"ו.
- ב"ר לוי יצחק גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר מרדכי אפרים פישל פייערווערקער הי"ו.
- ב"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר אברהם יודא.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' מרדכי ב"ר שלום יצחק צבי שעהר הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' פנחס זעליג פערלמוטער הי"ו - הרה"ח ר' יואל גברא הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי ועסקני 'ועד להרחבת גבולי העיר קרית יואל' אינאיינעם מיט ראשי ועסקני בתי מדרשינו איבער אלע שכונת אין קרית יואל המורחבת מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די גרויסע קאמפיין לטובת די הרחבת גבולי הקדושה אין אלע שכונת, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד. מערבית: הרה"ח ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:35. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין די ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים. און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג.
מען האט אריינגעברענגט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, און א מצה קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס' און עס געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.
מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט פארן גאנצן ציבור א לענגערע צייט.
ברכת המזון: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קר"י. מען האט געענדיגט ארום 2:10.
יום אחרון של פסח
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50. פארן דאווענען האט דער רבי אנגעצינדן די יזכור לעכט ביים עמוד.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א. צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה נכדי רבינו. הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א מו"ץ.
עליות.
- כהן: ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' שמואל הערש עקשטיין הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ג ר' מאיר מאיער שליט"א.
- גלילה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ.
- מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
- הגבה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.
- גלילה: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א מו"ץ.
- נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
מוסף: נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל ב"ר מאיר הירש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו אריבערגעברענגט פלייש פון די שעפעלע מיט וואס דער רבי האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור בשליחות פונעם כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מנחה ונעילת החג
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:55. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף צום פלאץ צום שולחן הטהור ונעילת החג און געטאנצן פאר עטליכע מינוט.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים פארן רבי'ן און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט פירות און פסח'דיגע מאכלים און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני השתוקקות לביאת המשיח און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש אויפן ניגון 'אחכה לו' א לענגערע צייט מיט גרויס ברען.
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז אידישע קינדער האבן געזאגט שירה צוויי מאל, איינמאל אויפן עצם נס און די צווייטע מאל ווען זיי האבן געזעהן די אבות הקדושים זינגען שירה, דאס אז ביז היינט קענען נאך אידן אזוי לאנג אין גלות פראווענען א פסח מיט התרוממות הנפש איז דאס א נחת רוח פאר די אבות הקדושים אין גן עדן, און דאס איז פאר אונז א שמחה און מען איז זיך מצרף צו זייער שמחה בריקודין של שמחה, מצה איז משפיע כל מיני ישועות בגשמיות וברוחניות אויף א גאנץ יאר און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח בדביקות והתרוממות א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך פון מר אביו רביה"ק זיע''א. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה. מען האט געענדיגט ארום 10:15.
ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55, און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית והלל, און פארגעזאגט הלל הגדול, וכרות און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א מו"ץ. פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט מיט גרויס התעוררות ובאש קודש.
עליות.
- כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' נפתלי הירצקא גראס הי"ו.
- ר' יעקב יונתן וועזעל הי"ו.
- ר' יודל סופר הי"ו.
- ר' חיים פעלדמאן הי"ו.
- ר' יוסף אלי' ביקעל הי"ו.
- ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.
- ר' דוד ברח"ל ווייס הי"ו.
- שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו.
ביים ליינען האבן די 3 טפסרי העיר וואס האבן עולה געווען לתורה ה''ה הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, גע'שנדרט צו זיין א שותף מיט רבינו שליט''א להרחבת גבולי העיר קר''י צו געבן א באשטימטע ריזן סכום פאר יעדע נייע ביהמ''ד אין אלע שכונות אין קרית יואל המורחבת, ימין ושמאל תפרוצו!
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א דעם דאנערשטאג כ"ו ניסן. צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שטויבער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 3:05.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם פראנקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הב' יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ושל"ס.
- מנחה: הרה"ח ר' יודל פריעדמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר מיכאל סאאל הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'כשנכנסו ישראל לים נעקר הר המוריה ממקומה' און געטוישט אז מיט דעם כח וואס די אבות הקדושים האבן נישט געפרעגט קיין קשיות אויפן רבש''ע הנהגה האט זיך די ים געשפאלטן און עד היום הזה קומט אראפ השפעות טובות פאר אידישע קינדער.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. מען האט געענדיגט ארום 8:50, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א
פרייטאג ערש''ק ליל שביעי של פסח ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש. קבלת שבת ומערבית: הרה''ג ר' דוד לייב קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, און אנגעהויבן אשת חיל. הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
במשכ'ן טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד שבת ויו"ט.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו. פיוט מערבית: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז מיט די כח פון אמונה שלימה אינעם בוכ''ע בשעת קריאת ים סוף זענען אידישע קינדער געווארן בנים למקום און סוכה געווען לחירות, יעדע יאר שביעי של פסח ווערט געעפענט די ארובות השמים און ווערט נתחדש א נייע השפעה אינעם ויאמינו בה' ובמשה עבדו אמונת ה' און אמונת צדיקים, און עס קומט אראפ א ליכטיגקייט פאר כלל ישראל בכל ענינים.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שירה, און אום 2:00 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה און געטאנצן בהתלהבות אש פאר לענגערע מינוטען.
מען האט אריינגעברענגט ווייטער די שבת'דיגע מאכלים.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
נאך די פירות איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם פראנקל הי"ו. אז ביום השביעי: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א נכד האדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ד' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא ברי"א גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15. בעל תפילה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
- פתיחה: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
- לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
- שלישי: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגל שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
- הגבה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- גלילה: ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב משה זאפיר הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברמ"ד ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 1:45 איז דער רבי אריבער אין חצר פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה''ח ר' ישראל העניך קרויס הי''ו, וואו עס איז פארגעקומען די מעמד שחיטת השה מיט וואס דער רבי האט פודה געווען דעם צווייטע חמור, פארן כהן הגה"צ רבי בנציון שטראססער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ, ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שמועס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י בעניני שחיטה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות די זכיה וואס ער האט געהאט צו מקיים זיין אזא גרויסע מצוה, דער רבי האט בודק געווען די חלף, און דער שוחט הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו האט געשחט'ן די שה, מען האט עס בודק געווען און עס איז ב"ה ארויסגעקומען גלאט כשר און דער רבי האט געזאגט אז מען זאל נאך זען אפצושיקן פלייש פארן כהן הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א לכבוד יו"ט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און זיין איידעם הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג ג' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו און הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
- שלישי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
- גלילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב משה רובינשטיין הי"ו, בבית אביו הרה"ח ר' אהרן דוד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 3:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום היסטארישן מעמד המרומם 'מצוות פדיון פטר חמור' במקהלות אלופי אלפי אנ''ש.
צום ערשט איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז געווען אויף א ביקור חג דער כהן הפודה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני פדיון פטר חמור און עניני חג הפסח און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד, און זיך באגריסט מיט די רבנים שליט''א און ארויס אין א פייערדיגן ריקוד בשמחה רבה אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות והשתוקקות לביאת המשיח.
דער יו''ר המעמד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג האט ממשיך געווען און פארגעשטעלט דעם סדר המעמד ופדיון והלכותיה.
ארום 4:20 איז דער כהן הפודה הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ ערשינען צום מעמד און דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט א דרשה, ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון מקיים זיין מצות פדיון פטר חמור און זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן מכבד זיין צו דינען אלץ כהן הפודה, און ממשיך געווען מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר רבינו שליט"א און פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען צו זינגען אידישע ניגונים בעניני ביאת המשיח פארגעזינגען דורך הרה"ח ר' מרדכי וואלף לאנדא הי"ו.
ארום 5:00 איז דער כהן הפודה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א ערשינען צום מעמד, און דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט.
דער רבי האט געטרינקן מאסט און געוואונטשן לחיים פאר הרבנים הגאונים שליט"א און פארן גאנצן ציבור און תיכף משמיע געווען דב"ק, בראשית דבריו האט דער רבי ווארעם באגריסט די צוויי חשוב'ע כהנים שליט"א און זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, דער רבי האט דערמאנט די שמחה אז בהאי יומא ג' דחוה"מ פסח בשנת תשכ"ח האט מען זוכה געוועהן צו מקיים זיין די רישא דקרא וואס מ'האט היינט געליינט 'וכל בכור בניך תפדה' ביים פדיון הבן פון בנו בכורו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און היינט איז מען מקיים דעם צווייטן חלק 'וכל פטר חמור תפדה בשה' און מען האפט אז בקרוב זאל מען קענען מקיים זיין די סיפא דקרא 'ולא יראה פני ריקם', און אויסגעשמועסט די אלע הלכות פון פטר חמור און פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט במשך דינ תקופה פון ווען מ'איז אריין אין דעם פראיעקט, ובפרט איבערן מקיים זיין צוויי מאל די מצוה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי אגדה בעניני פטר חמור און געטייטשט אויף מערערע מהלכים, משולב מיט הדרכה און ארומגערעדט פייערדיגע ווערטער איבער דעם אתה בחרתנו מכל העמים ווי מען זעט אז אויב האט עס אפילו א קליינע שותפות מיט א גוי איז עס שוין נישט הייליג און מען קען שוין נישט מאכן א פדיון פטר חמור, מען דארף זיך האלטן אינגאנצן אפגעזונדערט פון די גוים און זיי נישט נאכטוהן מיט גארנישט עס זאל זיין א הבדלה גמורה בין ישראל לעמים, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו ביאת המשיח, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט די צוויי אייזלען און די צוויי שעפעלעך מלכות'דיג באצירט לכבוד המצוה כנהוג און עס אראפגעלייגט אויפן ספעציעלן בימה פארנט פונעם בימת הכבוד.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע ווארימע חרוזים לכבוד המעמד.
ארום 6:15 האט מען אנגעהויבן דעם ערשטן פדיון פטר חמור, צום ערשט האט דער רבי אפגעקויפט די שעפעלע פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מיט קנין כסף און קנין הגבהה, און ארויס לחדרו הפרטי און אנגעטוהן א נייע בעקיטשע פאר די ברכת שהחיינו.
נאך קורצע מינוטן איז דער רבי צוריק אריינגעקומען און געזאגט דעם לשם יחוד ברגש קודש און איבערגענומען די שעפעלע און געמאכט מיט א התלהבות קודש די ברכה 'אשר קדשנו במצותיו וצונו על פדיון פטר חמור' און ממשיך געווען מיטן נוסח 'הריני מפריש טלה' און געמאכט דעם ברכת שהחיינו בקול חוצב להבות אש און איבערגעגעבן דעם שה פארן כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, און דערנאך אויך פודה געווען דעם חמור מיט זילבערנע מטבעות כדי יוצא צו זיין אלע שיטות אויב די שה קומט אויס טריפה נאכן שחט'ן, הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די געלט פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט עס קונה געווען און עס איבערגעגעבן פארן כהן הפודה.
דאן האט דער כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א געמאכט דעם בורא פרי הגפן על כוס יין, און ער האט געוואונטשן לחיים פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און דער רבי איז ארויס אין פייערדיגע ריקודי קודש ברשפי שלהבת אש ובשמחה של מצוה א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אויפצוטרעטן און בענטשן דעם ציבור מיט ברכת כהנים. האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און אנגעוואונטשן רבינו שליט''א בברכות לרוב און געבענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים און מסיים געווען אז דער רבי זאל בקרוב זוכה זיין צו פירן אנטקעגן משיח צדקינו און זאל קענען מקיים זיין אלע כ"ד מתנות כהונה.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האט דער רבי דאן אפגעקויפט דעם צווייטן שה פון הרה"ח ר' אלעזר קליינבערגער הי"ו פארן צווייטן פדיון פטר חמור מיט קנין כסף און קנין הגבהה, דערנאך איז דער רבי ארויס לחדרו הפרטי צו טוישן א נייע בעקיטשע פאר די צווייטע ברכת שהחיינו און נאך א קורצע הפסקה - כהוראת הדומ"ץ שליט"א צווישן ביידע פדיון פטר חמור - איז דער רבי צוריק אריינגעקומען און געזאגט דעם לשם יחוד. הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א האט געבעטן אז רבינו שליט"א זאל אים מוצא זיין מיט די ברכת שהחיינו - און דאן האט דער רבי געמאכט די ברכה, און געזאגט דעם נוסח הפדיון און געזאגט דעם ברכת שהחיינו בהתלהבות אש און איבערגעגעבן די שה פארן צווייטן כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א, און דערנאך אויך פודה געווען דעם חמור מיט זילבערנע מטבעות, הרה"ח ר' משה אהרן קעסטנבוים הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די געלט פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט עס קונה געווען און דערנאך איבערגעגעבן פארן כהן הפודה.
דער כהן הגה''צ אבד''ק נייטרא ב''פ שליט"א האט דאן געמאכט דעם בורא פרי הגפן על כוס יין, און ער האט געוואונטשן לחיים פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען אויפצוטרעטן און בענטשן דעם ציבור מיט ברכת כהנים, און ער האט אויפגעטרעטן און ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון ברכת כהנים און אירע הייליגע השפעה און סגולה און געבענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים, און ברכות לרוב פאר רבינו שליט''א.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מתוך רגשי הלב, און ביים ענדיגן האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוטן מועד' און אנגעוואונטשן אז די מצוה זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם כל מילי דמיטב תמיד.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי שטארק באדאנקט פאר די חשוב'ע עסקנים וועלכע האבן געהאלפן קענען מקיים זיין די זעלטענע מצוה ובפרט פאר הרה"ג ר' ברוך שטערן שליט"א און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א וועלכע האבן אויסגעארבעט דעם גאנצן סדר המעמד ופדיון בכל פרטיה, און פאר העסקנים הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו וועלכע האבן צוגעשטעלט אלע טעכנישע חלקים פונעם מעמד, און פאר אלע איבריגע עסקנים. מען האט געענדיגט ארום 7:00 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה איז הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א געווען אויף א ביקור חג בקו''פ בביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני חג הפסח און דער רבי האט געגעבן ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח, און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
ארום 8:15 האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת מצוה לכבוד די מצות פדיון פטר חמור אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
נאך די סעודה ארום 10:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
נאך מעריב איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ האדמו"ר משינאווא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער חומרות אום פסח ובפרט ביי די צדיקי בית צאנז ושינאווא, האדמו"ר משינאווא שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר אמרי מנחם פון אביו כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל און דער רבי האט אים געגעבן די ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח, און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️