בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday6 Iyar 57855/4/2025

Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים נעכטן מוצש''ק אינעם נייעם חתונה מאלל געשעפט, אינעם אייקאן ביזנעס צענטער בשכונת ברך משה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה נעכטן מוצש''ק אינעם נייעם העלאו לייטינג געשעפט, אינעם אייקאן ביזנעס צענטער בשכונת ברך משה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבת שיחי'
אצל נכדו הרב ברוך טייטלבוים שליט''א
בן הרה''ג ר' יואל שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, וחתן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 20
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם פראכטפולע דריטע לאקציע פון 'קרית יואל פלייש געשעפט' אינעם אייקאן ביזנעס סענטער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh5 Iyar 57855/3/2025

Audio
דברות קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
סמוך לכניסת שבת קודש פ' טהרה.
געזאגט דורך א הוק-אפ פאר די הונדערטער אלמנות שיחיו במסגרת שבת מלכתא אינעם ארמון האטעל אין קאנעטיקוט ארגאניזירט דורך הרבנית הצד' תליט"א און אירע חשובע טעכטער שיחיו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
🎵 Audio · 4:13⬇ Download 3.9 MB

Friday4 Iyar 57855/2/2025

Report
פרייטאג ערש''ק תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' צדוק היילברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים מאיר טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר אליעזר מערמלשטיין הי"ו.
- ב"ר אהרן הערש קאפעל הי"ו.
- ב"ר יוסף משה הלוי אונגאר הי"ו.
- ב"ר אברהם יושע העשיל גאלדשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אשר ארי' ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
- לבן הנולד אצל ר' עזריאל אלימלך לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.

ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד משכנות הרועים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים ביי מתמידים 'התמדת התורה', און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מרביצי תורה און באזונדער פארן מנהל הר"ר אליעזר הערשקאוויטש שליט"א.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש - הרה"ח ר' יצחק אייזיק הלוי שווארץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב הערש פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אליעזר זוסיא שטערן הי"ו.
- ב"ר מרדכי לייב גאטעסמאן הי"ו.
- ב"ר יושע הערש גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר משה ווייס הי"ו.
- ב"ר אברהם קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' הלל כהנא הי"ו.
- הרה''ח ר' אברהם ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אברהם לעווי הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג תזו"מ ב' דר"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר בן ציון באש הי"ו.
- ב"ר ליפא ראזענפעלד הי"ו.
- ב"ר אהרן שמואל שרייבער הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז ארום 12:15 אויפדערנאכט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג תזו"מ א' דר"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען אברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פיש הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר הערש בער מייזעלס שליט"א - הר"ר משה שמואל בר"ע הירש שליט"א.
- הרה''ח ר' יואל מרדכי שעהר הי"ו - הרה"ח ר' וואלף שעהר הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וחתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו האט אפגעקויפט די 'זכות שם הבנין' פון ביהמ"ד בית חיים דוד אין שכונת פרי מגדים בקרית יואל המורחבת, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א דומ''ץ הביהמ"ד, הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה''ק און חברי ועד הרחבת גבולי העיר און תושבי השכונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שכונה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' בערל מרגליות שליט"א יו"ר ועד הרחבת גבולי העיר, וועלכע האט פארגעשטעלט די פלענער פארן ביהמ"ד וועלכע וועט שטארק פארברייטערט ווערן מיט אלע צוגעהערן ברוב פאר והדר, און געזאגט אז אלעס איז צו פארדאנקן דער נדבן הרה"ח ר' יודא זאב הי"ו וועלכע האט שוין בעבר אפגעקויפט די זכות 'שם הביהמ"ד' און יעצט מוסיף געווען א ריזן סכום פארן זכות 'שם הבנין', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטר אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ביים ענדיגן האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א מקבל געווען ברכת הקודש פון רבינו שליט"א לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש און דער רבי האט ארויסבאגלייט דעם דיין שליט"א ביזן טיר.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב קאפל גלאנץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש אויף ברכות אילנות, דער רבי האט באטראכט די בלעטער און געמאכט די ברכה, און דערנאך אריין אין שטוב דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו - הרה"ח ר' חיים נחום פישער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday3 Iyar 57855/1/2025

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת טהרה שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שמירת הגוף והנפש (ב).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
📄 תזריע מצורע תשפ''ה חו''ל18.1 MB

Wednesday2 Iyar 57854/30/2025

Photo
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday1 Iyar 57854/29/2025

Photos · 15
מסיבת לחיים וחתימת שטרות בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ווי הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו האט אפגעקויפט די 'זכות שם הבנין' פון ביהמ"ד בית חיים דוד אין שכונת פרי מגדים בקרית יואל המורחבת.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק 'בצל הקודש'

נאך הבדלה איז דער רבי אריבער בהיכל בית מדרשינו החדש אויף 10 עוו. וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן נאכן איבערבויען דאס גאנצע ביהמ"ד ברוב פאר והדר, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו, עקסטער איז דער רבי אריין אינעם נייעם היכל התורה ווי דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין שטארקע הנאה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב''פ שליט"א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און משמיע געווען קורצע דברי ברכה און אנגעוואונטשן פאר די עסקני הביהמ"ד, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בני הרה"ח ר' דוד ראזענבערג ע"ה מגדולי נדיבי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו וואס האט אפגעקויפט דעם זכות המקוה בבית מדרשינו החדש אויף 18 עוו. פארן ריזן סכום פון 1.5 מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, און פאר הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר די חברי ההנהלה.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' אברהם שמעון קויפמאן הי"ו וואס האט אפגעקויפט דעם זכות ארון הקודש בבית מדרשינו החדש אויף 18 עוו. פארן ריזן סכום פון א מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, פארן דומ"ץ והנהלת הביהמ"ד.
אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה וועלכע האבן זיך די וואך געשטעלט צום פארהער אויף צענדליגע בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת ותלמידו בידו.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' דוד יושע הירש הי''ו, מיט די אנוועזענהייט פון הנגידים החשובים ר' שלום קרויס הי''ו, ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו, וואס יעדער פון די דריי נגידים האבן מנדב געווען א מיליאן דאלאר, און הרבני הנגיד ר' אהרן צבי מיטעלמאן הי''ו א סכום הגון, פאר בית מדרשינו החדש לב אהרן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקהלתינו הק' אין ב"פ, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די חשובע נדבנים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די הנהלת ועד קרן הבנין און אנגעוואונטשן אז דאס בויען זאל אנקומען שנעל און גרינג.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי הרה"ח ר' שלמה צדוק האפמאן הי"ו לרפו"ש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דערביי האט הרה"ח ר' שלמה צדוק הי"ו מנדב געווען א סכום הגון לטובת בית מדרשינו אויף 10'טע עוו. און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:45 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת שמיני מברכים חודש אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' אין ב"פ יצ''ו

ערש''ק נאכמיטאג ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ב"פ בבית האכסניא פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו. בבית האכסניא זענען אריין בקו''פ די מחותנים הרה"ג ר' אברהם אלי' אליעזר האלבערשטאם שליט"א און הרה"ג ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א אב"ד טשענסקאוויץ, לרגל שמחת ארוסי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי איז געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הנגיד ר' וואלף נוסענצווייג הי"ו.

במשך דעם שב"ק איז דער ביהמ''ד הגדול געווען איבערגעפילט מיט אלפי אנ''ש תושבי בארא פארק אין שפיץ פון פילע רבני העיר צווישן אנדערע.
הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט''א, הגה"צ אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א, הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א, הגה"צ אב"ד ברעזשאן שליט"א, הגה"צ אב"ד קרית וויזשניץ ב"ב שליט"א, האדמו"ר מדעעש ב"פ (מיאמי) שליט"א, הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א, הגה"צ אב"ד שומרי שבת שליט"א, הגה"צ אב"ד דזשיבוי שליט"א, הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט'"א, הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א, הגה"צ ר' אשר רובין שליט"א מטאמאשוב, הגה"צ אב"ד וואוידסלוב שליט"א, הגה"צ אב"ד גלאגוב שליט"א, הגה"צ אב"ד ראדאוויץ שליט"א, הגה"צ אב"ד טעטש שליט"א, הגה"צ אב"ד מראה יחזקאל שליט"א, הרה"צ מ'אוהעל ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א, הגה''צ ר' לייביש הורוויץ שליט"א מסטריזשוב, הגה''צ ר' אברהם יושע איגר שליט"א מלובלין, בני האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הרה''ג ר' בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע, הרה"ג מקאפישניץ שליט"א, הר"ר דניאל רוקח שליט"א מליזענסק.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, און דער ריזן ציבור אנ''ש זענען אריבער זאגן גוט שבת א לענגערע צייט. דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו ווי ער האט געוויילט ביז צום עריכת שלחה"ט.

ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר ט"ב ני"ו בן הר"ר חיים הערש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו ב"פ.

די חלות האבן געהאט א שליסל כנהוג שבת נאך פסח, און מען האט אריינגעברענגט מצה ביי די זופ כנהוג צווישן פסח און שבועות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, מנוחה ושמחה: הגה"צ אבד"ק מנחת חינוך שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידום אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור און דרשינן טעמא דקרא

קה אכסוף: הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג בדר"ח אייר.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב בית מדרשינו קדושת יו"ט.

די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי.
- ר' שלמה לאנדא הי"ו.
- ר' יואל אלימלך ראזענפעלד הי"ו.
- ר' שלמה זלמן ברוינער הי"ו.
- ר' מנחם זאב שטערן הי"ו.

דער רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ ב"ב צו פארזינגען רחם. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמואל חיים האלבערשטאם שליט"א מ'קשאנוב. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

וביום השבת קודש

ארום 7:00 אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב בית מדרשינו ברך משה, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 36'סטע סט. פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' חיים משה גלאנצער הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' בערל בר"ח לעווי הי"ו.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א.
- רביעי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' שלמה זלמן ברוינער הי"ו.
- הוספות: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו.
- הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ.
- אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
- הגבה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו דברי יואל.
- גלילה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.

מוסף: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א ומו"ץ בקהלתינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

ביי קידוש בבית האכסניא האט זיך משתתף געווען האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורים לבית דינוב - בלאזוב און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

זמירות ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה''ג ר' מנשה הורוויץ שליט"א אב"ד ריגליץ. ברוך קל עליון: הר"ר אליעזר זאבערמאן שליט"א. שיר היחוד: (כנהוג בין פסח לשבועות) הגה"צ רבי קלמן יושע באב"ד שליט"א אב"ד דראביטש, און הר"ר הערשל האלבערשטאם שליט"א.
מיטן בענטשן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.

נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו פרקי אבות. דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה א' 'משה קבל תורה מסיני' און געטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש אגדה ומוסר, בענין לימוד התורה וואס לאזט א רשימה דקדושה אויפן מענטש און ארויסגעברענגט לשבח פון חבורת תורתך שעשועי וואס גייט מסיים זיין ש''ס, מען זאל זעהן זיך אנצושליסן אינעם נייעם מחזור, דברי מוסר בעניני צניעות און טעכנאלאגיע, זיך האלטן אפגעזונדערט פון די גוי'שע גאס, נזהר זיין צו קויפן פלייש דווקא אין די פלייש געשעפטן, מען זאל זיין בעה''ב אויף די געלט נישט די געלט אויפן מענטש, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15.
- מנחה: הרה"ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו.
- כהן: הרה"ג ר' אלי' מרדכי כ"ץ שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שלום קרויס הי"ו.
- שלישי: הר"ר יצחק שרגא גראס שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן דוב פערלשטיין הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען אודה: הרה"ג ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טשענגער לאנדאן. שיר המעלות: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו' און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען איז עוסק בתורה ווערט נתקבל די תפילות און עס ווערט נשפע פרנסה, און מעורר געווען זקנים עם נערים יעצט אינעם נייעם זמן נאך פסח וואס מצה איז משפיע תורה זיך מחזק זיין בלימוד התורה.

ידיד נפש: הרה''ג ר' אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. קל מסתתר: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 10:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days