Friday25 Iyar 57855/23/2025
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת בה''ב תשפ"ה לפ"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
preview.heimshtut.com/heimshtut043…
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
preview.heimshtut.com/heimshtut043…
preview.heimshtut.comHeimshtut 0434 Behar Bechikoisay
פרייטאג ערש''ק בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"צ גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ''ד האט הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י אפגענומען מז"ט לרגל הולדות בתו למז''ט.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל מרדכי אינדיג הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד ק''ק סיגוט יע''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו, בן הנולד אצל הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמעון עוזר לעווי הי"ו.
- ב"ר צבי ווייס הי"ו.
- ב"ר אשר אנשיל יוזשעף הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דאן איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, מוהל איז געווען דער אבי הבן, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יצחק' נאך דער זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה''צ ר' יחזקאל האלבערשטאם שליט"א אב"ד קנעהניטש.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און די זיידעס.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
נאכמיטאג ארום 3:00 איז געווען אויף א ביקור בקו''פ הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מעריב בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בפלפולא דאורייתא אין פארשידענע סוגיות הש"ס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' משה שלמה קלאגסברוין הי"ו - הרה"ח ר' מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' מאיר משה מאשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו אסעמבלימאן פון מאנסי און לאנגיעריגער עסקן למען הצלת חינוך הטהור אין ניו יארק, וועלכער שטייט בראש לימין רבינו שליט"א להצלת החינוך אלע יארן כולם שוים לטובה זינט די סאמע אנהויב פונעם מערכה, ר' אהרן בנציון הי"ו האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פאר די שטענדיגע הדרכה און יעוץ דורכאויס די לאנגיעריגע קאמף, ובפרט יעצט ביים צושטאנד ברענגען די נייע געזעץ, סיי מיט די געלט און די ריכטיגע קשרים, והעולה על גביהן די קלארע דעת תורה הברורה על כל צד ושועל, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא פון אינדארסירן און אריין ברענגען אין אמט די ריכטיגע פיגורן וועלכע האבן ערמעגליכט די גרויסע געווינס מיט די נייע געזעץ לטובת החינוך, אויך האט ר' אהרן בנציון איבערגעגעבן א גריס פון די גאר געלונגענע 'סאטמארק' ביזנעס עקספאו, דער רבי האט זיך גאר ווארעם באדאנקט פאר זיין לאנגיעריגע עסקנות לטובת עתיד החינוך, סיי ביים אראפ פארן קיין אלבאני נאך איידערן ערוועלט ווערן צום אסעמבלי, סיי מיט די הילף ביי די פעטיציעס, סיי מיט זיין דרייסטע ארויסטריט קעגן די עדיוקעישאן דעפט. ביים מיטינג אין מאנסי איבער די פעטוועיס, און נאך, און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו ער זאל ווייטער קענען אנגיין און מצליח זיין מיט די עסקנות און די ריכטיגע אופני השתדלנות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30. און פאר מעריב געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד ק''ק סיגוט יע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא דרעזדנער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' יחזקאל דוד ווייס הי"ו.
שפעטער ביי די תנאים פון בן הרה"ג רבי אהרן צבי שנעבאלג שליט"א דומ"ץ טשערנאוויץ וומסב''ג בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א וחתן הרה"ג רבי ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים קר"י בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס, דער רבי האט געליינט די תנאים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:40 איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א ארויפגעקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אינטערסאנטע זכרונות לבית וויזניץ פון דעם יאר וואס דער רבי האט געוואוינט אין בני ברק נאך די חתונה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן טיר.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
נאך מעריב ארום 12:40 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און הלכות בימי הספירה, און איבער די תפקיד פון א רב אין די אלטע היים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלכסנדר זושא יודא רובין הי"ו.
- ב"ר יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
- ב"ר דוד מזרחי הי"ו.
- ב"ר משה זאב פייערשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט, דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:40 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' ישראל געפילהויז שליט"א ראה"כ תפארת הלכה אנטווערפן, און הר"ר יואל בר"א גראד שליט''א (לאנדאן), וועלכע פירן אן א קאמפיין צו העלפן ראטעווען אחב"י פון די שרעקליכע גזירות החינוך אין ענגלאנד בשליחות הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה לאנדאן, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים פונעם קאמפיין און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:05, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
העסקן הדגול הרה''ח ר' אהרן בנציון ווידער הי''ו אסעבלימאן פון ראקלענד קאונטי, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שמחת הוואכנאכט פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת התנאים פון נכד כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday24 Iyar 57855/22/2025
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בהר-בחוקותי שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שמירת הגוף והנפש (ה).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרשת בהר-בחוקותי שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שמירת הגוף והנפש (ה).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday23 Iyar 57855/21/2025
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday22 Iyar 57855/20/2025
מאנטאג פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ממנה געווען הרב הגאון המפורסם רבי שאול יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ דעברעצין, אלס דומ"ץ ביהמ"ד 'לב אהרן' דקהילתינו הק' ב"פ, מען האט געזינגן ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום קרויס הי"ו בשם הנהלת הביהמ"ד, און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א בשם די מורי צדק תלמידים פונעם דיין. דערנאך האט דער נייער דיין שליט"א אויפגעטראטן מיט קורצע ווערטער און ארויסגעברענגט מיט התרגשות די זכי' צו קענען שטיין לימין רבינו שליט"א ולשרת בקודש בראש פונעם נייעם ביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דומ"ץ הביהמ"ד ובני משפחתו, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה ולהורות לבני ישראל בלי שום מכשול אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט אביו הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א אב''ד קהל חסידים בעיה"ב וויען און אנגעוואונטשן לרגל דעם התמנות.
די עסקני הביהמ"ד האבן איבערגעגעבן אז באריכט און געצייגט פארן רבי'ן די סקיצעס און פלענער פארן נייעם גרויסן ביהמ"ד וואס האלט אין די ערשטע בוי פאזעס, און די פלענער זיך אריין צו ציען אין די קומענדיגע וואכן אין א צייטווייליגע ביהמ"ד אויף ביז די בנין ווערט פארענדיגט, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און ארויסבאגלייט דער דיין ביז צום טיר. מען האט געענדיגט ארום 6:45.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:10.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד מסורת ונשיא מוסדות דרכי שמואל עטה"ק בארה"ק, דער גאון האט אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע התרגשות און התפעלות פונעם מעמד ההדלקה רבתי פארגאנגענעם ל"ג בעומר, ווי דער גאון איז געקומען תיכף פון לופטפעלד צום מעמד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די גזירות הגיוס אין ארה"ק, דער רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג איבער די דראסטישע פארערגערונג אינעם מצב, דער גאון האט געבעטן רבינו שליט"א צו ווייטער שטיין בראש פונעם יהדות הגולה צו שטורעמען און ארויס צו העלפן באקעמפן די ביטערע גזירה, און דערמאנט עטלכע בריוון וועלכע ער האט געשיקט צו רבינו שליט"א דורכאויס דעם יאר איבער די ביטערע גזירה. דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל אשר אנשיל הורוויץ הי"ו.
- ב"ר משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו.
- ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ווייס הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר מח"י קרויס הי"ו.
- ב"ר יחיאל שרגא שפיצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריבער צום פראכטפולן נייע מקוה טהרה החדש דק''ק קרית יואל מכשיר צו זיין דעם נייעם מעיין פאר די מקוה המהודרת, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, און מיט הרבנים הגאונים חברי ןעד המקוואות, און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען, און די חברי ועד קרן הבנין האבן צוגעוויזען אלע קאסטבארע איינריכטונגען און פילצאליגע הידורים צו האבן די העכסטע סטאנדארט אין כשרות אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות להרבות טהרה בישראל, דערנאך האט רבינו שליט"א צוגעטרעטן צו כשר'ן די מעיינות בטירחא דגברא רבא וועלכע האט זיך פארצויגן אין משך פון קרוב צו צוויי שעה, דער רבי האט גע'כשר'ט די מעיינות מיט וויין כפי הוראות רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז ארויס צום פאס וויין ווי די עושי המלאכה און בוי מייסטער האבן צוגעוויזען פארן רבי'ן אלע טעכנישע חלקים, דער רבי האט איבערגעקוקט אלע איינריכטונגען אינאיינעם מיט די רבנים הגאונים שליט"א, און דערנאך האט דער רבי אנגעצינדען די פאמפ אריינצוגיסן די וויין אינעם ערשטן מעיין, און דערנאך אריין אינעם בנין צום צווייטן מעיין און אנגעצינדן די פאמפ.
נאכן אריין גיסן די גאנצע וויין איז דער רבי צוריק ארויס צום ערשטן קוואל, און צוריק אנגעצינדן די מעיין, און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, און גענומען א גלעזל און אנגעפילט פונעם קוואל, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט דעם טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר", און דערנאך צוריק אריין צום צווייטן קוואל און בודק געווען אזוי ווי ביים ערשטן קוואל.
במשך די גאנצע צייט האט רבינו שליט"א נושא ונותן געווען מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און מיט די אנוועזענדע רבנים בדבר ה' זו הלכה, און איבער פארשידענע הוראות און הנהגות לגבי הכשרות מקוואות פון רבותינו הק' זיע''א, סיי פון מקוואות אינדערהיים און סיי פון שטאט סיגוט, ווי אויך האט מען ארום גערעדט איבער כשר'ן מיט זאמד און מיט מילך, און פסקי הלכה פון די גדולי הפוסקים.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מקוואות, און דער רבי מיט דער דיין און די אנוועזנדע רבנים האבן זיך מפלפל געווען כדרכה של תורה אין עטליכע תשובה ספרים, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א יו''ר וועד המקוואות, און פאר הרה''ג ר' חיים קלמן קליין שליט''א רב דביהמ''ד סעליש ומרבני הוועד, און די עסקני המקוה, הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש. מען האט געענדיגט ארום 3:15.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות פון בן הרה"ח ר' יודל ב"ר מאיר הירש הי"ו וח"ר אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:05.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' שמעון פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל ברשא"מ גרובער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי''ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:05.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג). מ'האט געענדיגט ארום 10:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו (מאנטשעסטער).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו. מנוחה ושמחה: הר''ר מיכל ניימאן שליט"א (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' משה רוזנאי הי"ו (בית שמש). ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' מענדל'ע מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק י"ט אייר.
קה רבון עלם: הרה''ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט''א מו''ץ בק' וומסב''ג. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכור פון נכד רבינו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און אריינגעברענגט בונדלעך און ביר, דער רבי האט טועם געווען און אנגעוואונטשן פאר נכדו הבעל שמחה שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אז ביום השביעי: הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הר''ר מיכל ניימאן שליט''א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: הרב ר' חיים נחום לייפער שליט''א רב דביהמ''ד קדושת צבי וומסב''ג.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פרידמאן הי"ו.
- לוי: הרה''ח ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו (מאנסי).
- שלישי: הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
- רביעי: ר' משה חיים גפן הי"ו, דער רבי האט קורא שם לרגל הולדות בתו למז''ט.
- חמישי: ר' מענדל מאיר שווארץ הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדות בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' בצלאל פערל הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הוספה: ר' יעקב משה פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדות בתו למז''ט.
- אחרון: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' מאיר באש הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
מוסף: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ראטבארד הי"ו (מאנסי).
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:40.
- מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל שמואל מרדכי ברוין הי"ו (ב"פ).
- כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (לאנדאן).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וספרתם לכם ממחרת השבת' און געטייטשט אז מען דארף אלעמאל מתפלל זיין אויף הצלחה ברוחניות, סיי ווען עס שיינט די זון און סיי ווען עס איז פארטונקלט, די ימי הספירה איז צוטיילט אין דריי, די ערשטע חלק איז ווען מען איז מצליח, די צווייטע חלק איז ווען עס איז פארוואלקנט און מ'דארף זיך מחזק זיין נישט אריינצופאלן אין יאוש, און די דריטע חלק איז ווען עס איז אינגאנצן חשכות, און דעמאלטס העלפט אויך תפילה צום אייבערשטן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן). קל מסתתר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:00.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ די עסקנים וועלכע האבן אהערגעשטעלט די גרויסע מעמד ההדלקה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ערש''ק אמור - ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אהרן ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאכן דאווענען ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ובני ישראל יוצאים ביד רמה' וואס דער תרגום טייטשט בריש גלי, שטייט אין דגל אז ברי"ש איז ראשי תיבות רבי שמעון בן יוחאי, און געטייטשט בדברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי און מ'איז ארויסגעגאנגען פון מצרים בזכות פון ר' שמעון, וואס האלט ו' לחלק יצא, און ממשיך געווען איבער'ן קדושת היום, ל''ג בעומר יומא דהילולא פונעם תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אידן פרייען זיך בשמחה פון ר' שמעון, און דערציילט ווי נעכטן זענען זיך צאמגעקומען רבבות אלפי ישראל, און מען זעהט ווי עס פלאקערט נאך היינט אין יעדן איד דעם אור פון ר' שמעון בן יוחאי, יעדער ברענט אין פריידט זיך מיט די שמחה, דער אייבערשטער זאלן העלפן מ'זאל טאקע קענען זיך מיטפרייען, און געזאגט אז יעדער בחור דארף זען עוסק צו זיין אין דעם טאג אין די מימרות פון ר' שמעון, עס זענען דא אסאך מימרות בתורת הנסתר, אבער ס'איז אויך דא אסאך בתורת הנגלה, און יעדער זאל זען זיך מקשר צו זיין צו רבי שמעון דורך לערנען עפעס פון ר' שמעון, און מסיים געווען ברוב ברכות תורתו מגן לנו הוא ימליץ טוב בעדינו.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מיט די זמירות פון בר יוחאי און ואמרתם האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', אמר רבי עקיבא: הב' שמואל מאיר ב"ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 12:50.
ארום 1:10 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צום שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די קרוב צו דריי הונדערט בחורי חמד חברי חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון איבער גרעיטער ניו יארק, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, און אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שבת.
במשך דעם טיש האט מען געזינגן ווארימע ניגונים לכבוד היום. מיטן אנצינדן די נירות לכבוד התנא אלוקי איז מכובד געווארן הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י.
נאך די פלייש האט מען געזינגן די זמירות, בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא, און דערנאך ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברשפי אש קודש פאר לענגערע מינוטן.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בראשי"ת ברא אלקים' וואס ס'שטייט אין אגרא דכלה אז דאס איז די ראשי תיבות פון אור תורת ר' שמעון בר יוחאי און געטייטשט בדברי דרוש במשנתו פונעם הייליגן תנא אז דורך תשובה קען מען אלעס פאררעכטן, אבער מען דארף האבן סייעתא דשמיא צו קענען תשובה טוהן, רבינו הק' האט גענומען דעם היתר אראפצושרייבן די תורה שבעל פה פון רבי שמעון בן יוחאי וואס האט אינעם טאג פון זיין הסתלקות מגלה געווען תורת הנסתר און געהייסן אפשרייבן כדי ס'זאל נישט פארגעסן ווערן, און דאס זאגט ר' שמעון ח''ו שתשתכח תורה מישראל, און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה פון ל''ג בעומר אז וועגן דעם היינטיגן טאג האט מען די תורה שבעל פה, און דערביי מרבה געווען בשבח פון די בחורים וואס לערנען און חזר'ן די תורה שבעל פה, און מחזק געווען ווייטער אנצוגיין לערנען און חזר'ן, און מסיים געווען בברכות קדשו.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים אנקומען אין ביהמ"ד הגדול האט שלום גענומען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וואס האט זיך צוריקגעקערט נאכן וויילן אויף אפרוה די פארגאנגענע וואכן.
איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב', און דערביי ארומגערעדט מיט גרויס ווייטאג איבער די שרעקליכע רדיפות קעגן די מוהלים דורך די רעגירונג אין שטאט אנטווערפען יצ"ו, און ארויסגעברענגט די סכנה וואס הערשט חלילה צו פארבאטן די מצות מילה, און אויסגערופן באש קודש פאר די תושבי אנטווערפן "חזקו ואמצו צו שטיין מיט מסירות נפש און מקיים זיין מצות מילה אזויווי מען האט מקיים געווען מצות מילה עד היום הזה" און גערופן אויף די רעגירונג אין אנטווערפען נישט גוזר צו זיין גזירות אויף די הייליגע טייערע מצוה, ווייל כלל ישראל וועט זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם נייעם מקוה טהרה דק''ק קרית יואל אינאיינעם מיט'ן נדבן המקוה הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו פון מאנטרעאל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און ארום אויף אלע שטאקן און אפטיילונגען פונעם בנין און צוגעוויזן פאר ר' חיים הערש די פילע חומרות והידורים, און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' חיים הערש און פאר די הנהלת המקוה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי
אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה וקדושה ביי רבוא רבבות מישראל וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' ליל ל''ג בעומר, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול און בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
עיני כל בית ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
ארום 8:30 פארנאכטס בעת כניסת היום איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, און זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד מסורת ונשיא מוסדות דרכי שמואל עטה''ק מארה"ק, און אלע רבנים, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות.
נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מימרא פונעם הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט אז ווען מען איז דבוק בה' האט מען א קיום צוליב דעם איסור מחיקות השם, דער זוהר הק' זאגט 'את פני האדון ה' דא רשב"י', דורכדעם וואס רבי שמעון דרש'נט את, רעכנט מען אויך די אותיות הטפל להשם, און דורכדעם האט גאנץ כלל ישראל א קיום אפילו די וואס זענען נישט קדושים בקדושת שם הוי', נאר אויך די פשוטי עם וואס זענען בקדושת אלוקים, אבער זענען דבוק בהשם, כי ה' אלוקיך אש אוכלה היא, אפילו די וואס זענען נאר דבוק און די שם אלוקיך זענען אויך בבחינת אש, און וועגן דעם צינדט מען א מדורה של אש לכבוד התנא אלוקי רשב"י, דער חתם סופר זאגט אז ל"ג בעומר איז בגי' אש להבה ווייל דורך רשב"י זענען אפילו די פשוטי עם דבוק אין השי"ת, דער קדושות לוי טייטשט ומראה כבוד ה' כאש אוכלה, אז א מענטש וויל זעהן אויב השי"ת האט הנאה פון זיינע מצוות זאל ער קוקן אויב ער טוט עס מיט א חמימות, מיט א פלאם, די גרויסע שמחה און עת רצון אינעם יומא דהילולא פון רשב"י אז מען זאל קענען לערנען און טוהן דעם רצון ה' מיט א פלאם פייער, דער קדושת יו"ט זאגט אז דאס עס הקב"ה גוזר וצדיק מבטל איז נאר דורך דרש'ען את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים,
און הקב"ה איז שומר משמרתו של תורה, איז דאך זיכער אז רבי שמעון האט א כח אויסצו'פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער בבחינת צדיק גוזר והקב"ה מקיים, הקב"ה גוזר וצדיק מבטל, און אויסגעפירט אז אינז זענען זיך מצטרף צו די אידן און די תפילות אין אתרא קדישא מירון און מיר בעטן יעלה תחנינו מערב, אונזערע תפילות וואס מיר זענען דא מתפלל אויפדערנאכט זאלן ארויפגיין אין הימל, און דער רבי האט בקול חנוק מדמעות אויסגערעכנט די תפילות פאר חשוכי בנים, מחוסרי פרנסה, חולי ישראל בגוף ובנפש, פארלוירענע נשמות ברוחניות, שידוכים וזיוגים הגונים, נחת פון די קינדער, און אלע אנדערע לבבות נשברות, דער הייליגער תנא ווייסט א יעדעמ'ס בקשה יעלה תחנינו מערב זאל דער הייליגער תנא איינרייסן ביי הקב"ה און ארויפטראגן אלע בקשות און תפילות פארן הייליגן באשעפער, און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות, יעדער איינער די מחסורו אשר יחסר לו, פאר יעדעם איינעם וואס אים פעלט בכלליות ובפרטיות, און מסיים געווען בבכי ותחנון אז כלל ישראל איז עומד ומצפה לישועת ה' צו ביאת גואל צדק במהרה, עס איז איז שוין תשפ"ה, ווי לאנג נאך וועט כלל ישראל זיין אינעם לאנגן ביטערן גלות, זאל דער הייליגער תנא מעורר רחמי שמים זיין אויף די גאולה שלימה עס זאל זיין במהרה, און אויסנוצן די כח פון צדיקים צו פועל'ן ישועות פאר גאנץ כלל ישראל, און מען זאל שוין זוכה זיין צו אורו של משיח במהרה אמן.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
בעת כניסת היום ביים זמן מעריב האט מען אנגעצינדן די מוזיק און פארגעזעצט מיט די ניגוני התעוררות, און נאך א שטיק צייט האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל לעכט כנהוג, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א רב דביהמ"ד כולל ערב שבת, נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען און געציילט ספירת העומר באש קודש, וואס מ'האט געהערט אויף אלע גאסן ארום דורכן מייק.
דערנאך ארום 10:00 איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם ''ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל פון הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה, און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין פייערדיגע ריקודים בהתלהבות אש קודש ושמחה עצומה הבוקעת רקיעים.
נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין אויפן פלאץ.
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פון די נאענט צו 100 אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים און א מתנה כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס. צווישן אנדערע אן איר-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און אן איר-אייניקל פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ארום 11:55 האט דער רבי פארלאזט די מעמד, און געוויזן פארן ציבור הרבבות צו ממשיך זיין מיט די ריקודין, וועלכע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די גרויסע שמחה בהילולת התנא האלוקי.
אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!
תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday21 Iyar 57855/19/2025
הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד מסורת ונשיא מוסדות דרכי שמואל עטה''ק מארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מעמד התמנות בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פאר הרב הגאון המפורסם רבי שמעון שאול יחזקאל שווארץ שליט"א אלס דומ"ץ ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' ד'קהלתינו הק' אין בארא פארק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
תשית לראשו עטרת פז
אין די יעצטיגע מינוטען ביי א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, האט דער רבי ממנה געווען הרב הגאון המפורסם רבי שמעון שאול יחזקאל שווארץ שליט"א אלס דומ"ץ ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' ד'קהלתינו הק' אין בארא פארק.
הרב הגאון ר' שאול יחזקאל שליט''א איז א זוהן פון הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א אב''ד קהל חסידים בעיה"ב וויען, וחתן הגה"צ רבי שלמה צבי שטערן שליט"א אבד"ק דעברעצין, און האט ביז יעצט געדינט אלס דומ"ץ דק"ק דעברעצין און איז פון די גרויסע מורי הוראה בדורינו.
שוין עטליכע יאר וואס דער חשובער דיין שליט"א געט אוועק טעג און נעכט ע"פ בקשת מרן רבינו שליט"א צו העלפן מדריך זיין די מורי הוראות אין קרית יואל מיט זיינע שיעורים און הדרכות. אזוי אויך איז דער חשובער דיין מפורסם מיט זיינע שיעורים כסדרן פאר בעלי בתים ואברכים די אלע יארן כולם שוים לטובה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פארן חשובן דיין שליט''א להרמת קרן התורה און פאר די חברי וועד ביהמ"ד החדש זאלן קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש ביז צום פארענדיגן דעם נייעם בנין ביהמ"ד לב אהרן אין ב"פ, להגדיל תורה ולהאדירה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
אין די יעצטיגע מינוטען ביי א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, האט דער רבי ממנה געווען הרב הגאון המפורסם רבי שמעון שאול יחזקאל שווארץ שליט"א אלס דומ"ץ ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' ד'קהלתינו הק' אין בארא פארק.
הרב הגאון ר' שאול יחזקאל שליט''א איז א זוהן פון הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א אב''ד קהל חסידים בעיה"ב וויען, וחתן הגה"צ רבי שלמה צבי שטערן שליט"א אבד"ק דעברעצין, און האט ביז יעצט געדינט אלס דומ"ץ דק"ק דעברעצין און איז פון די גרויסע מורי הוראה בדורינו.
שוין עטליכע יאר וואס דער חשובער דיין שליט"א געט אוועק טעג און נעכט ע"פ בקשת מרן רבינו שליט"א צו העלפן מדריך זיין די מורי הוראות אין קרית יואל מיט זיינע שיעורים און הדרכות. אזוי אויך איז דער חשובער דיין מפורסם מיט זיינע שיעורים כסדרן פאר בעלי בתים ואברכים די אלע יארן כולם שוים לטובה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פארן חשובן דיין שליט''א להרמת קרן התורה און פאר די חברי וועד ביהמ"ד החדש זאלן קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש ביז צום פארענדיגן דעם נייעם בנין ביהמ"ד לב אהרן אין ב"פ, להגדיל תורה ולהאדירה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה''ח ר' יודל הירש הי''ו בן הרה''ח ר' מאיר הי''ו, פארגעקומען אין שטוב פון הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

