בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגט"ז מנחם אב תשפ"ה8/10/2025

נייעס
בריך מתייך לשלם

זונטאג פ' עקב 7:04 נאכמיטאג:

אין די יעצטיגע מינוטן לאנדעט דער פריוואטער פליגער פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין סטוארט לופטפעלד, וואו דער רבי קערט זיך אהיים לביתו נאוה קודש, נאכן וויילן די לעצטע פיהר וואכן אין בעטלהעם ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"ה8/8/2025

בילדער · 6
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א היינט ערש"ק ואתחנן נאך תפילת שחרית בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
זמנים לשב"ק 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

- זמן הדלקה"נ:7:47.
- תפילת מנחה: 8:40.
- עריכת שלה"ט: תיכף אחר אמירת גוט שבת.
- שחרית: 9:30.
- זמירות ודברי תורה בסעודת עתיקא קדישא: כשעה וחצי אחר התפילה (לערך 2:30).
- מנחה וס"ג: 8:35.
- זמן מוצש"ק 9:13.

מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
פרייטאג ערש"ק פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הב' ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינער שמועס פונעם הייליגן כתב סופר זיע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א מיט די רבני בית האופה פון וומסב"ג און קר"י, הרה"ג ר' הערש לייב בערענשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב, אינאיינעם מיט די מנהלי בית האופה, אויפן פעלד אין איידעהאו ביים צווייטן ווייץ שניט לקראת חג המצות תשפ"ו הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
רבינו שליט"א אין א לענגערע שמועס מיט די חשובע רבנים און מיט רייזענדע אויפן פליגער, אינטערוועגנס צום בית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע, איבער די חילוקי והידורי השחיטה במשך די לעצטערע צענדליגער יארן, אין דער אלטער היים און דאהי אין אמעריקא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מיטוואך פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.

בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די יארן פון רביה"ק בעל ברך משה זיע"א אין די שטאט סיגוט נאך די קריג.

דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50.
בעל תפילה: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20.

דאנערשטאג פרשת ואתחנן

אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו (קר"י).

- פתיחה: ר' רפאל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' חנוך העניך פישמאן הי"ו (לעיקוואד).
- כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הגה"צ רבי ברוך הורוויץ שליט"א, דומ"ץ מעליץ.
- גלילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע ביי רביה"ק בעל ברך משה זיע"א.

אין די פארמיטאג שעות האבן זיך א קבוצה מצויינים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון קר"י, בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א בביתו נאוה קודש, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין דער אלטער היים, דערביי האט דער רבי פארציילט פארשידענע שאלות בהלכות טריפות וואס האבן זיך געמאכט די וואך בעת דעם באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע,
דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.

דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו.

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:20, בעל תפילה: הב' ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו (קר"י). נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום גענומען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:30.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מרדכי שווארטץ הי"ו (וומסב"ג).
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער הגה"ק הקול ארי' זצ"ל פון וועם דער בר מצוה בחור איז אן אייניקל,
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר די גאנצע משפחה, דערנאך האט דער רבי געזאגט תפילת הדרך.

ארום 9:15 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום לאקאוניע לופטפעלד אין גילפארד ניו העמפשיר, וואו דער פריוואטער פליגער פון ניו יארק האט נארוואס געלאנדעט, די עטליכע מיטרייזענדע מקורבים ובתוכם הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א האבן שלום גענומען. אויפן פליגער איידער מ'האט זיך געהויבן האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט'ן רבי'ן די רבני בתי אופה דקהילתינו הק' פון וומסב"ג און קר"י וועלכע האבן זיך געפינען אין איידעהאו אויף די 'צווייטע ווייץ שניט' פאר די מצות פראדוקציע שע''י קהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ''ו הבעל''ט בשלוחת הקודש פון מרן רבינו שליט"א.
דער רבי האט געהערט א באריכט פונעם ווייץ פעלד זיך גרייטענדיג אנצוהייבן צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע שעות (דער ארטיגער זייגער איז צוויי שעה צוריק), און דער רבי האט איבערגעגעבן עטליכע הוראות והדרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:40 האט זיך דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער געהויבן אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און עטליכע מקורבים אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די שחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק' פאר די גסות, אינטערוועגנס האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער די חילוקי והידורי השחיטה אין לויף פון די לעצטערע יארן פון דער אלטער היים ביז דאהי אין אמעריקא ועד היום הזה.
דעם רבינ'ס פליגער האט געלאנדעט ארום 11:45 (ארטיגער זייגער) אינעם לאקאלן לופטפעלד אין וויסקאנסין און דער רבי איז צוגעפארן ארום א האלבע שעה קיין פאוסטוויל צום בית השחיטה.

ביים אנקומען אין בית השחיטה האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר פונעם בית השחיטה, און הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ. וועלכע געפונט זיך דארט אין די יעצטיגע טעג מטעם קהלתינו הק' מפקח צו זיין אויף די שחיטה.

דער רבי איז תיכף אריין אינעם בית השחיטה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלענט מרישא ועד גמירא איבערקוקנדיג יעדן פרט פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו פיר שעה!

אנגעהויבן אויפן גאנצן סדר בדיקות הריאות וואו גער רבי איז געשטאנען א לענגערע צייט און איבערגעקוקט אלע פרטים אויפן ארט, און דערנאך אריבער צו די מערכת השחיטה, וואו דער רבי האט בודק געווען די חלפים פון די שוחטים, און שטארק באוואונדערט די געוואלדיגע הידורים פון די חלפים זייענדיג חד וחלק אויף די העכסטע סטאנדארטן, און די חומרא פון א בדיקת יבש אויף וואס סאיז געשטעלט אן עקסטערע ממונה בודק צו זיין יעדעס מאל, און דערנאך זיך אומגעקוקט אויף די מהודר'דיגע שחיטה מונחת, און ווייטער באטראכט וויאזוי מען לייגט ארויף די חלקים פונעם בהמה אויפן קייט עס פירנדיג ווייטער אינעם פלענט, און די ספעציעלער חומרא אז א איד זאל אנצייכענען די נומערן אויף די חלקים פונעם בהמה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזעצט צו די איבריגע חלקים פונעם פלענט וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויפן ניקור אפאראט מיט אלע אירע הידורים, און פון דארט צו די חלקי המליחה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א, און אזוי ווייטער די אלע חלקי ההכשרה ביז צום פעקעדזשינג.

נאך אן עבודה קשה בטירחא דגופא פון קארגע 4 שעה, איז רבינו שליט"א אריבער צום ביהמ"ד פון די שוחטים זיך אפצורוען אויף עטליכע מינוט, וואו דער רבי האט מלא רגש ושמחה ארויסגעברענגט רגשי לבבו אויף דעם וואס מען האט ב"ה זוכה געווען אוועקצושטעלן די געוואלדיגע הידורים אינעם בית השחיטה און ארויפברענגען די סטאנדארט פאר כשר'ע פלייש ביי היימישע אידן, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט יעדע מאל מען קומט באזוכן די שחיטה, און עקסטער משבח געווען די איבערגעגעבנקייט פון די חשובע בעלי בתים פון די מיעל-מארט פירמע נאכצוקומען אלע חומרות והידורים וואס פארלאנגט'זיך עפ"י הוראות רבינו שליט"א.

רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר די שוחטים ומשגיחים ברכות לרוב, און פארלאזט דעם בית השחיטה און תיכף צוגעפארן צום לופטפעלד. וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער אויפן וועג צוריק למקום הנופש אין בעטלהעם ניו העמפשיר.

איידער דער פליגער האט זיך געהויבן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש זיך פארבינדן מיט די חשובע נדבנים מרת ריספלער תחי' ובנה הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו זיך פערזענדליך באדאנקן אויף זייער גיגאנטישע נדבה אויפצובויען א דריטער בנין מפואר לחינוך הבנות פאר די בית רחל שע"י מודותינו הק' אין וומסב"ג, דער רבי האט אויסגעשמועסט אלע פרטים פונעם בעפארשטייענדער בנין וואס וועט אנהאלטן מערערע קלאסן, עס זאלן, א פראכטפולער אודיטוריום און שמחה זאלן, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו זאגענדיג דערביי 'איר האט מיך זייער מהנה געווען מיט די בשורה מרנינה'.

דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:00 (ארטיגע זייגער).
ארום 8:00 אזייגער האט דער פליגער געלאנדעט אינעם לאקאוניע לופטפעלד ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע צימער אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הב' ארי' לייבוש שטיין ני"ו (וומסב"ג).

נאך מנחה האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט פון די חשובע רבנים שליט"א און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א פארן ארויסהעלפן אהערשטעלן אזא שיינע שחיטה, און נייטרא רב שליט"א האט באוואונדערט די איבערגעגעבנקייט פון רבינו שליט"א זיך אויפצוהייבן אינמיטן די אפרוה צו מפקח זיין אויף די כשרות הבשר.

דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן א וועג פון א שעה קיין בעטלהעם ניו העמפשיר, אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א באקומען א טעלעפאנישער באריכט איבערן צווייטן ווייץ שניט פון הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א וועלכער האט זיך דארט געפינען אין איידאהו בשליחת הקודש, און דער רבי האט שטארק הנאה געהאט צו הערן אז דער שניט פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ איז ארויס גאר שיין מיט אלע הידורים לשם מצות מצוה.

ביים אנקומען ארום 9:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך,
בעל תפילה: ר' שלום ווייס הי"ו (קר"י).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
א קבוצה מצויינים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב אין קר"י, שטעלן זיך צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א, בביתו נאוה קודש בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
רבינו שליט"א ביי תפילת מנחה דינסטאג פארנאכטס, אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים שליט"א, אין א פריוואטע שטוב אינעם לאקאוניע רידזשענעל לופטפעלד אין גילפארד, ניו העמפשיר. נאכן זיך אומקערן פון א באזוך בבית השחיטה המהודרת אין פאוסטוויל אייאווע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייז פריערדיגע טעג