בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגב' אלול תשפ"ה8/26/2025

באריכט
זונטאג פרשת שופטים, ר"ח אלול, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל שלום ברמ"ז טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו.
- ב"ר בעריש גפן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יחזקאל קליין הי"ו.
- ב"ר אברהם נתן נטע ראזענפעלד הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג, צום יערליכן באזוך אינעם קעמפ. דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:50 און זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה און הנהלת המוסדות, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין פון שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע תלמידות פונעם קעמפ,
דער רבי איז ארויף אויף די בימה און משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה פאר די תלמידות בעניני צניעות און יסודת הבית און שטארק ארויסגעברענגט די חשיבות פון א אידישע מאמע וואס דאס שטעלט אוועק א אידישע שטוב, און די זכיה פון אוועקשטעלן ערליכע און חסידישע דורות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יודל ב"ר מאיר הירש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר זיין ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן שפעטער נאכמיטאג אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען די בני המשפחה צו שרייבן א אות, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יודל הי"ו, פאר זיין פאטער הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, און זיין שווער הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

זמני כניסה איז געווען פון 6:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' ליפא דרעזדנער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יצחק הערש פרידריך הי"ו און הרה"ח ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן די וואך אויף מקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער דעם סדר הנסיעה און איבערן פלאן צו זיין אויף דעם שב"ק פרשת שופטים בעיר האבות סיגוט ביומדה"ק פונעם הייליגן ייטב לב זיע"א און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

מאנטאג פרשת שופטים, בר"ח אלול


אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה לייפער הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען האט מען געזאגט לדוד ה' אורי כנהוג און דערנאך האט דער רבי געבלאזן שופר און דערנאך געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' אברהם מענדלאוויטש הי"ו בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, וואו דער רבי איז געווען סנדק,
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית, פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.

זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' מיכל ברי"ש פריעדמאן הי"ו און הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אהרן שלמה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
צווישן די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבינ אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א - אבד"ק גלאגוב, לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגל' מנחם אב תשפ"ה8/24/2025

באריכט
שבת קודש פרשת ראה, מבה"ח אלול, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ערש"ק פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דאס שטריימל פאר:
- החתן ישראל ארי' בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א,
- החתן אברהם דוד בהר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א,
- החתן לייבוש ב"ר אלחנן טויב הי"ו.

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און איז צוגעגאנגן צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר יעקב יוסף שיק שליט"א בן האדמו"ר מאוסטראה מאנסי שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פארן וועד העירובין שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' קר"י. דערנאך איז דער ציבור אריבער גוט שבת זאגן און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אהנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס :הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א, אבד"ק ניאמץ.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- כל מקדש: הרה"ג אבד"ק ניאמץ שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה ג'ברא הי"ו (ארגענטינע).

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען זאגט בל ייחל ביי א גוי.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל ווארפמאן הי"ו (ב"פ).
ברכת המזון: הרה"ג אבד"ק לינדען שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי דערציילט פון זקינו מרן הייטב לב זיע"א וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק ו' אלול, און פון הגה"ק רבי נפתלי מ'באטור זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' אלול.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו (וומסב"ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: אלימלך ברח"א כהנא שליט"א (ב"פ).
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:10.

וביום השבת

שבת אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א, אבד"ק באלטימאר.
שחרית: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב"ג).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' ליפא דרעזדנער הי"ו.
- לוי: החתן משה ב"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו - באווארפען.
- שלישי: הרה"ג אבד"ק לינדען שליט"א.
- רביעי: החתן ישראל ארי' בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן אברהם דוד בהר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יעקב ברמ"י פריעדמאן הי"ו.
- ר' שלמה זלמן ברש"י לעווינגער הי"ו (וומסב"ג).
- ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו.
- ר' משה ארי' ברש"ה עקשטיין הי"ו.
- ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' ישראל משה בר"י לאקס הי"ו.
- שביעי: החתן אהרן מנחם גרשון ב"ר משה שרגא פאגעל הי"ו - באווארפען.
- אחרון: החתן ארי' לייבוש ב"ר אלחנן טויב הי"ו - באווארפען.
- מפטיר: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' מרדכי לעווינגער הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' משה שרגא פאגעל הי"ו.

מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת ראה און די ערשטע און לעצטע פסוק פון די הפטורה פון מחר חודש.

רבינו שליט"א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות. און צוגעגאנגען צו מוסף לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א וועלכע געפאלט קומענדיגע וואך שב"ק ו' אלול.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד הערש זיידמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"פ פראנקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה כ' 'יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר קל כנשר רץ כצבי וגבור כארי', און עס אויסגעטייטשט אויף 14 מהלכים בדרך דרוש, אגדה ומוסר, און צום סוף האט דער רבי מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צו די ימים נוראים מיטן לערנען ספרי תלמידי בעש"ט הק' און מעודד געווען צו לערנען ספר הק' ייטב פנים פונעם הייליגן ייטב לב זיע"א פון די מאמרים אויף די ימים נוראים הבעל"ט, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער שמירת עינים אין די אפיסעס און מחזק געווען מכון עבודה כהלכה וועלכע איז געשטעלט צו געבן א הכשר אויף אפיסעס און דערביי מעורר געווען די בעלי בתים עס איינצופירן ביי זייערע אפיסעס, אום 7:55 האט דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו, און איז אריין לחדרו הפרטי.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 8:15. צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.
- שלישי: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א, רב דביהמ"ד רב טוב.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו.

ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט ח"ו אסאך עבירות ווערט ער פארכאפט ביים יצר הרע און ער לאזט אים נישט תשובה טוהן, וואס איז די עצה? צו האבן אמונה אין הקב"ה, וואס אויב האט מען אמונה ווערט מען הקדש און הקדש מפקיע מידי שיעובד און מען ווערט אויסגעלייזט פונעם יצר הרע און מען קען תשובה טוהן, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט שטארקע דברי התעוררות לקראת חודש אלול און שטארק מעורר געווען זיך מחזק צו זיין מיט אמונה אין הקב"ה און ליינען קרי"ש כהלכתה און אזוי וועט מען קענען תשובה טוהן כתיקונה און ארויסגיין זכאי בדין.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א וועלכע געפאלט קומענדיגע וואך שב"ק ו' אלול. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

ארום 11:45 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה אינאיינעם מיט תושבי שכונת שאגת ארי' אין קר"י המורחבת, לרגל וואס די וועד הרחבת גבולי העיר האט דעם פארגאנגענעם כ"ו אב אפגעקויפט א הויז מיט א שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן א ביהמ"ד און מקוה מיט אלע צוגעהערן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים און תושבי השכונה איבער די הרחבת גבולי הקדושה,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א, יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים פון די ארומיגע שכונות הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים, האדמו"ר מזאבליטוב שליט"א, הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו בשכונת זרע קודש און פאר די תושבי השכונה,דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה און אנגעוואונטשן אז מען זאל שנעל און גרינג שאפן די געלטער אויפצובויען דאס ביהמ"ד און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ח מנחם אב תשפ"ה8/22/2025

בילדער · 2
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי ניחום אבלים בבית מוה"ר יואל ברא"ח פריעדמאן הי"ו ע"פ בתו ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 2
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי ניחום אבלים בבית הר"ר איתמר אליעזר זאב מייזליש שליט"א ע"פ אמו הרבנית מווייטצען ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
פרייטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמעון ישראל קארנבלי הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הר"ר איתמר מייזליש שליט"א היושב ע"פ אמו הרבנית מווייטצען ע"ה.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' יואל ברא"ח פריעדמאן הי"ו היושב ע"פ בתו ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די יערליכע מסיבה לטובת המוסד 'רב טוב' אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף א ביקור גומלין אין קרית יואל ביי האדמו"ר משינאווא שליט"א, בבית האכסניא הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי אמירת סדר יום כיפור קטן, דאנארשטאג ער"ח אלול מוקדם, בהיכל המתיבתא הק', סניף ברך משה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
דאנארשטאג פרשת ראה, ער"ח אלול מוקדם, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית, לבן הנולד אצל ר' יואל ברח"י רובין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר שלמה אלעזר זאב שפילמאן הי"ו.
- ב"ר משה יוסף ראזענפעלד הי"ו.
- ב"ר משה פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהלים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק א'.

כחצות היום איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול, בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה, דער רבי האט געזאגט די פזמונים בהתעוררות רב בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים ווי דער רבי האט מאריך געווען מיט שטארקע בכיות, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביי האדמו"ר משינאווא שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז, האדמו"ר משינאווא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פונעם ראה"ק הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע מסיבה לטובת מוסד הק' 'רב טוב', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות פונעם מוסד הק' און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אלע אנוועזנדע.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א איבערגעגעבן א גריס פאר רבינו שליט"א פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער און ירושלים ווי ער האט באזוכט אין די פארגאנגענע וואכן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וחתן הגה"צ רבי יצחק שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג כי תצא אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער דעם שיינעם יחוס פון חתן וכלה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הר"ר יעקב יוסף שליט"א און פאר בנו החתן ני"ו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אהרן זלמן יונגרייז שליט"א - ראש ישיבת סערדאהעלי, וועלכע האט אריבערגעברענגט בשליחות חמיו כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א א חלק פונעם ראש כבש פון די שעפעלע מיט וואס רבינו שליט"א האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח העעל"ט, ווי אלץ כהן האט געדינט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די שחיטת הכבש וועלכע איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פ' דברים אין מחנה סערדאהעלי, און דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן איבערגעבן א ווארימע פריסת שלום פאר כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א.

אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מכון עבודה כהלכה אינאיינעם מיט הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א יו"ר בית הוראה, וועלכע ארבעטן אינאיינעם מיט ועד חומת העיר דקהלתינו הק' צו געבן א הכשר אויף אפיסעס אין קר"י, דער רבי האט אויסגעפרעגט א לענגערע צייט איבער די פעולות פונעם מכון און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הר"ר יצחק מרדכי פריעדמאן שליט"א - יו"ר המכון, און פאר אלע מיטארבעטער.

ארום 10:45 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים, הרה"ח ר' יוסף חביב ברא"י מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף כאירה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ראה, כ"ו מנחם אב יומא דהילולא קדישא, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען מחדרו הפרטי אין די ישיבה, קורצע דברות קודש דורך א לייוו הוקאפ צום מעמד המרומם הנחת אבן הפינה פארן בנין החדש תל תלפיות פון קהלתינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו. און ממשיך געווען בדברי ברכה פאר אלע די אלע נדיבים בעם וועלכע זענען געפארן צו דעם געהויבענעם מעמד און פאר די בוני ושותפי הבנין המפואר לתורה ולתפילה בזכותו פון רביה"ק בעל הילולא זיע"א און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין בהיכל הישיבה על קברו פונעם בעל ההילולא, ונקראת על שמו, ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון רביה"ק זיע"א. ס'האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן הונדערטער בעלי בתים, אברכים, ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר שלמה הערש ברש"י שעהר הי"ו.
- ב"ר ישכר בעריש ברוינער הי"ו.
- ב"ר לייב גאלדבערגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט ביים עמוד.
און האט יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא בהתעוררות רב.

נאכן דאווענען ארום 12:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו די מסיבת לחיים לפני עלי' לציון, דער רבי האט געמאכט דעם סיום אויף ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש
מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און נאכגעזאגט פונעם הייליגן קדושת יו"ט זיע"א אז קדושת שב"ק איז משפיע אזא קדושה אז אפילו די שטיינער אויפן גאס קוקן אויס אנדערש, האט דער רבי געזאגט אז א תלמיד חכם איז בבחינת שבת און איז משפיע א קדושה אפילו פאר די פארשטיינערטע הערצער, יעדער איז זוכה צו מקבל זיין פון א צדיק, און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי הכנה לעלי' לציון אז מען גייט יעצט ארויף פוקד זיין דעם הייליגן ציון און יעדער האט השפעות וואס ער דארף זה בכה וזה בכה, עס איז ליידער דא אסאך עגמת נפש אין אידישע הייזער בגשמיות וברוחניות בכל ענינים ה"י, און מען דארף מתפלל זיין אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן, האט מען אז רביה"ק בגנזי מרומים וועט אונז אינזין האבן און אויסבעטן פאר אונז כל מילי דמיטב, און דערביי געזאגט פאר די בחורים אז מען דארף געבן א פדיון פאר א צדיק און דאס איז די קבלת טובות בכל ענינים און גיין אינעם דרך וואס ער האט אונז געלערנט און זיך פירן ווי חסידישע אידן, און מסיים בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

תיכף דערנאך ארום 1:10 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט די פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה כנהוג,
דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף ליכט מיט א נר נשמה, דער רבי האט געזאגט די תפילה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע"א מיט שטארקע בכיות, און ממשיך געווען מיט די קאפיטלעך תהלים פון צ' ביז ק''ז, דעם יהי רצון און קדיש, געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות מבית מדרשו פונעם בעל ההילולא זיע"א, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל', דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטלך ביים ציון הק', דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:15.

ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט געצינדן די 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא.

תיכף נאך מנחה האט דער רבי עריכת שלחן הטהור וסעודת מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד די הילולא קדישא, באלד נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה געלערענט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם קדיש, נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין מבית מדרשו פונעם בעל ההילולא זיע"א. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד הוניאד.

ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש מעניין דיומא ודברי הדרכה בענינים העומדים על הפרק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז מיט דעם וואס תלמידי חכמים זענען עוסק בתורה און לערנען סוגיות הש"ס, מיט דעם באקומען זיי די כח צו מהפך זיין גזירות און אוועקנעמען גזירות פון כלל ישראל און עס לייגן ביי די אומות העולם, רביה"ק דער בעל הילולא זיע"א איז געווען א יחיד בדורו בכל ג' עמודי העולם און מיט זיין כח התורה האט ער געקענט פועל'ן ישועות פאר אידן און אוועקנעמען גזירות פון אידישע קינדער, און דאס גייט אן ביז היינט ווען רביה"ק זיע"א איז בגנזי מרומים און איז דארט עוסק בתורה בישיבה של מעלה קען ער ווייטער משפיע זיין ישועות און רפואות,
דער רבי האט מאריך געווען ארומרעדענדיג איבער דאס גדלות און די פילע פעולות פון רביה"ק זיע"א הן בתורה והן בתפילה, צדקה וחסד, צניעות, און יראת שמים, אויפגעשטעלט א לגיון של מלך איבער די גאנצע וועלט כולו אומר כבוד שמים, מרים געווען דעם כבוד שמים אין אלע תחומין סיי דאהי און סיי אין ארצינו הקדושה מיטן אויפשטעלן מוסדות הק' אשר לא כרעו לבעל, ובפרט מיטן אויפשטעלן מוסד הק' 'קרן הצלה' להחזקת מוסדות התורה בארה"ק עטה"ק, און ביומא דהילולא קדישא זענען שומעי לקחו זיינע תלמידים מקבל עליהם ועל זרעם צו גיין אין זיינע דרכים אין אלע הינזיכטן, רביה"ק זיע"א האט אויפגעשטעלט קרתא קדישא הדין עיר ואם בישראל קרית יואל בדמי"ם תרתי משמע, און דאס איז געווען זיין חיות די לעצטע פאר יאר בעלמא הדין, געלויבט הקב"ה אז מען שטייט היינט מיט פופציג יאר שפעטער און עס וואוינען אין קר"י 9,000 משפחות כ"י! און מען בויעט כסדר פרישע בנינים פאר חינוך הבנים והבנות און בתי מדרשים און ישיבות, דאס איז זיכער אז רביה"ק זיע"א קוקט אראפ מעולם העליון און האט א נחת רוח פון די שטאט קרית יואל.

דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שטארקע פעולות צו גרינגער מאכן דאס קויפן און דינגן א דירה אין קר"י מיטן מאכן תקנות אויף די פרייזן אז מען זאל נישט בעטן מער פון דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער א סקווער פיס אין קר"י המורחבת, און דער רבי האט אפעלירט צו אנ"ש תושבי ברוקלין ווי די פרייזן פון די דירות זענען עד לב השמים, נומערן וואס מען שעמט זיך ארויסצוזאגן, און דער רבי האט געבעטן פון די עלטערן זאלן צושטיפן די קינדער זיך ארויסצוציען קיין קר"י און רחמנות האבן אויף זיי טראץ די הנאה פון האבן די קינדער נעבן זיך, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען פון די שטאט מיט פריצות וכו', איך וויל זאגן 'דער פעטער ז"ל האט געבויעט קרית יואל פאר די שטאטישע אידן! עס איז דא ב"ה גענוג דירות איבער גאנץ קר"י און לויטן חשבון וועט צוקומען אין די נעקסטע פאר יאר אריבער פינף טויזענט דירות און מען וועט שטיין על המשמר צו האלטן די פרייזן ביליג בעז"ה. אבער מען דארף האלטן פאר די אויגן אז רביה"ק זיע"א האט געבויעט קר"י נאר פאר זיינע תלמידים וואס גייען אין זיינע דרכים און הארכן וואס ער האט זיי גלערנט ובפרט בעניני השקפה בעניני אמונה ודעות און האבן נישט קיין שייכות צו אלע ציוניסטישע פארטייען, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס קענען זיין אידן וועלכע פראבירן במישרין ובעקיפין צהעלפן פרעמדע קרייזן זיך אהערצוציען, בגלוי ובסתר, רביה"ק בגנזי מרומים וועט זיך נוקם זיין אויף דעם והוי זהיר בגחלתן של תכוה, די גרעניץ פון די ווילעדזש איז נאר געמאכט געווארן פאר גשמיות'דיגע ענינים, פאר רוחניות'דיגע ענינים איז נישטא קיין גבולים און אלע שכונות ארום קר"י זענען א חלק פון קר"י אין אלע ענינים.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חיוב פאר יעדעם זיך קובע עתים זיין לתורה, עס איז דא פארשידענע חבורות אין קהלתינו הק', חבורת תורתך שעשועי, חבורת יסודי התורה און נאך, עס איז ב"ה דא א השתנות לטובה און רוב מענטשן האבן היינט א שיעור בלימוד התורה אבער דאס דארף זיין ממש ביי יעדן איינעם בלי יוצא מן הכלל. אזוי אויך בנוגע די מלחמה לה' בעמלק בטומאת הציונית, האט דער רבי נאכגעזאגט אז 'באזני שמעתי' איך בין דארט געווען ווען דער פעטער ז"ל האט געזאגט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, היינט זעט מען עס שוין בחוש די גזירה איז נורא ואיום, און מען גרייט זיך אויף א מלחמה מבטל צו זיין די גזירה, און אויף דערווייל דארף מען זען מחזק צו זיין דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' וואס העלפט ארויס יעדעם איינעם פון אלע קרייזן, מען דארף עפענען נאך לאקאלן און עס שטיצן ברוח נדיבה.

אזוי אויך בנוגע צניעות דארף מען זען צו שטיין על המשמר נישט נאכצולאזן גארנישט פון קאפ ביז פיס אלע ענינים וואס רביה"ק זיע"א האט פון אונז געפאדערט, דערביי האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט לשבח די תקנה פון בית רחל פון מוסדותינו הק' אין קר"י וועלכע האט געמאכט ספעציעלע תקנות ביי די מלבושים און מען גרייט זיך עס היי יאר אויך איינצופירן בקרב מוסדותינו הק' אין וומסב"ג.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון די מתיבתא הק' מיט אירע אריבער טויזענט תלמידים כ"י, צוטיילט אויף זעקס סניפים און צייכענען זיך אויס אין אלע ג' עמודי עולם און עס ליגט א פליכט אויף יעדעם עס צו שטיצן ברוח נדיבה.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די ערווארטעטע נסיעה קיין ארה"ק דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט מחזק צו זיין קהלתינו הק' ומוסדותי' בארה"ק, דער רבי האט געזאגט אז נאר דער וואס שטיצט א גאנץ יאר מוסדות יטב לב בתמוכה הגונה איז א חלק פון די שמחה און איז איינגעלאדענט מיטצוקומען.

דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע כשרות המזוזות וואס יעדער דארף זיכער מאכן אז ער האט כשר'ע מזוזות, און דער רבי האט געוויזן פארן ציבור צוויי מזוזות וואס ער האט מיט זיך מיטגעברענגט, איינס איז 'געדרוקט' אויף פארמעט און איינס איז די פארמעט אינגאנצן ליידיג! וויאזוי פאסירן אזעלכע זאכן? ווייל א סופר ווערט א סוחר! ווען ער האט נישט גענוג מזוזות קויפט ער פון א סופר אין ארץ ישראל און ווען יענער סופר האט נישט גענוג קויפט ער פון א צווייטן, אין ארץ ישראל איז דא אסאך סופרים קלים ורקים! די עצה איז צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס ער האט אליינס געשריבן די מזוזה און בשעת הדחק קען מען קויפן א מזוזה וואס איז אימפארטירט מיט א הכשר וואס איז באשטעטיגט דורך די איגוד הסופרים פון קהלתינו הק'.

דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק ווי די רעגירונג וויל זיך אריינמישן אין די סדר הלימודים, געלויבט הקב"ה אז די עסקנים האבן שוין אביסל גרינגער געמאכט אבער מען גרייט זיך נאך אויף אסאך געריכט קעיסעס און מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל מצליח זיין שלא ירעו ולא ישחיתו, מען זאל קענען ממשיך זיין דעם חינוך המסורה לנו מדור דור, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכות פונעם בעל הילולא זיע"א עד ביאת הגואל בב"א.

דער רבי האט פארענדיגט די דב"ק ארום 10:50, און דערנאך געבענטשט אויפן כוס.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
דברות קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די סעודת הילולא קדישא - בשבח המתיבתא הק', ישיבתו של רבי, מרן בעל ההילולא רביה"ק זיע"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
דברות קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די סעודת הילולא קדישא - בענין החזקת מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו, ראשון למקראי קודש בין מוסדות בעל ההילולא מרן רביה"ק זיע"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
דברות קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די סעודת הילולא קדישא - בענין הרחבת גבולי קרתא קדישא קרית יואל יצ"ו, משאת נפשו של מרן בעל ההילולא רביה"ק זיע"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייז פריערדיגע טעג