בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

שבת קודשכ"ד מרחשון תשפ"ו11/15/2025

באריכט
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך!

מוצש''ק 9:15 - כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזט יעצט קרית יואל אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד, פון ווי די פליגער וועט זיך הייבן אויפן וועג קיין עטהענס גריכנלאנד ארום 11:45, די רבי וועט אי"ה אנקומען זונטאג נאכמיטאג ארום 4:00 ארטיגע זייגער, און וועט זיך דארט אויפהאלטן ביז ארום מאנטאג מיטאג צייט פון ווי רבינו שליט"א וועט אי"ה זיך הייבן מיט א פריוואטע פליגער א וועג פון ארום 2 שעה קיין ארה"ק צום מסע הקודש און שב''ק באתרא קדישא מירון.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל!!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ג מרחשון תשפ"ו11/14/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב מאיר לעווי הי"ו.
- ב"ר בעריש גראס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויף די מסע הקודש קיין ארה"ק דעם מוצש"ק.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' חיים הערש בר"מ וויינגארטן הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם קעסלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל יודא שטיין הי"ו.
- ב"ר ברוך אברהם ראזענפעלד הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום לכבוד רבינו שליט"א, לרגל דאס אפרייזן אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק דעם מוצש"ק.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים ור"מ בישיבה וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם קשר פון רבינו שליט"א מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי המתיבתא. דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט די קוויטל בשעת די בחורים האבן געזינגען ניגוני התעוררות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אנכי בדרך נחני ה' און ארויסגעברענגט בהרגש קודש ווי מען גרייט זיך צו פארן אויף שב"ק באתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק ובהשתתפות אנ"ש תושבי חו"ל, חיל ורעדה אחזתנו פון גודל קדושת המקום און וויאזוי מען קען זוכה זיין צו קומען אויף אזא הייליגע פלאץ, נאר מען איז זיך מחזק אז מיט די מידת החסד וואס מען טוט מיט די עניי ארץ ישראל אין דעם זכות וועט מען קענען צוגיין צום מקום קדוש, און דערביי זיך באדאנקט פאר די בחורים וועלכע זענען געגאנגען נאך געלט און וועלן אוודאי זוכה זיין צו כל טוב. דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז מען וועט בעז"ה אראפלייגן די קוויטל כוללות אין אינזין האבן די תלמידי הישיבה אין מירון, און דערנאך געבעטן די בחורים אז מען זאל זיך מתאמץ זיין מיט לימוד שעות רציפות במשך די צוויי וואכן וואס מען וועט זיין אין ארה"ק און זיכער מאכן אז עס זאל נישט זיין קיין התרשלות אין די לימודי הישיבה און דורך די תורה הק' קען מען זיך מקשר זיין צו התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און אויסבעטן אלעס גוטס אנן מהתם ואתם מהכא, און דערנאך מאריך געווען בשבח פונעם ערליכן ציבור וואס פארט מיט קיין מירון, חסידישע אינגעלייט פארן בחדרת קודש צו רבי שמעון קיין מירון מיט אן ערנסטקייט און געהויבנקייט! דע לפני מי אתה נכנס לפני אש להבת שלהבת, א פלאץ פון ווי עס קומט ארויס השפעות קדושות ברוחניות ובגשמיות, און מען האפט צו זיין א שליח להולכה צו אהינטראגן די בקשות און א שליח לקבלה אהיימצוברענגען אלע גוטע השפעות פאר יעדעם איינעם, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האבן אלע בחורים וואס האבן צוזאמגענומען גרעסערע סכומים ע"פ בקשת רבינו לטובת 'קופת רבינו לעניי ארץ ישראל' געהאט די געלעגענהייט איבערצוגעבן פערזענליך די סכומים אינאיינעם מיט א פריוואטע קוויטל וואס דער רבי וועט מיטנעמען קיין מירון, דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר אלע בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים פונעם קאמפיין.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה, און נאך מנחה האבן די תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו און הרה"ח ר' יושע ביקעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי צו די תנאים זאלן און געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יוסף ווייס הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אברהם יפה שלעזינגער שליט"א אבד"ק גענף ורב דביהמ"ד בצל החכמה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן.

אויך איז אריין בקו''פ הרב מנחם מענדל חיטריק שליט"א רב דקהילת אשכנז אין איסטאנבול טערקיי, ויו"ר איחוד הרבנים במדינת איסלאם, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין די אראבישע לענדער און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה יצחק גליק הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חנוך אהרן ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע מאנטאג ויצא אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראחוב רמת גן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נתנאל ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל סופר הי"ו.
- ב"ר ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר קלמן גפן הי"ו.
- ב"ר יעקב יצחק ווינקלער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מענדל ברד"ל אקער הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי ארויף אין שטוב פון העסקן הרה"ח ר' יוסף מענצער הי"ו לרגל נשואי בנו למז"ט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א גאב"ד גרינוויל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין גרינוויל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי סיני האלבערשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בחומר ענין מאשין מצות און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' צבי אלימלך רוקח שליט"א אב"ד בערטש פלעטבוש אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' וואלף שטערן הי"ו מחשובי אנ"ש אין לינדען האט אפגעקויפט דעם זכות פון די חדר הטבילה בבית מדרשינו החדש אין לינדען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לינדען, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, פאר הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און פאר די הנהלת הקהילה.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאלקא מאנסי שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יואל זוסמאן הורוויץ שליט"א רב דקהל תולדות צבי דספינקא ב"פ בן האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א ויו"ר וועד שמן משחת קודש באתרא קדישא מירון, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פונעם וועד צו מחזק זיין די גדרי הצניעות אין מירון און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מוסד חסד לאברהם סניף מירון, און האדמו"ר מסקולען שליט"א האט געלאדענט רבינו שליט"א צו קומען באזוכן די מוסד בעת'ן וויילן אויף שב"ק אין מירון, דערנאך האט האדמו"ר מסקולען שליט"א איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א מיטצונעמען קיין מירון און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה לצעירים וומסב''ג וועלכע האבן איבערגעגעבן גרעסערע סכומים וואס זיי האבן צוזאמגעשטעלט פאר קופת רבינו לעניי ארץ ישראל און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' ישעי' ליכטנשטיין שליט''א מרבני בית הוראה דקהלתינו וומסב''ג אינאיינעם מיט די הנהלת בית הוראה ווי ער האט געוויזן פארן רבין דעם נייעם קונטרס וואס ער האט ארויסגעגעבן ע"פ הוראת רבינו לקראת דעם מסע הקודש קיין ארה''ק, דער רבי האט איבערגעקוקט די קונטרס און מדייק געווען וואו מהאט געשריבן עפ"י הוראת קדשו און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת קרן הבנין ביהמ"ד החדש והמפואר אין בני ברק יצ''ו און איבערגעבן א באריכט פון די בוי ארבייט אינעם ביהמ"ד וואס ווערט איינגערישט און פראכטפול פארענדיגט אין די יעצטיגע טעג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ' מרחשון תשפ"ו11/11/2025

באריכט
מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית אין מבצר הכוללים לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב מערמלשטיין הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:30 איז דער רבי טראגע אין בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' צו די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב''ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:00, און די קינדער האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל די מסע המרומם קיין ארה"ק קומענדיגע וואך.


ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם זאב יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד החתונה תקנות ווי זיי האבן אויסגעשמועסט די פלענער פון די 'מכובד זאלן' צוצושטעלן די שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פלענער צו פארברייטערן און צובויען נאך א זאל מיט א קאך, און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' גדלי' בערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"א שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר יצחק יושע הורוויץ שליט"א חתן הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ב"ר יעקב ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב מאיר נפתלי קאהן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכתה הגדולה.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' פישל כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן שמעון ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- החתן שמעון ב"ר פישל כ"ץ הי"ו.
- החתן משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.

ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג מען האט געענדיגט ארום 6:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' זוסיא ארי' שטערן הי"ו (ירושלים).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' זוסיא ארי' שטערן הי"ו.
- מנוחה ושמחה: הרב נחמן בראך הי"ו (בית שמש).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און עס געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"ב חשון.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרב אלעזר בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
- ברכות: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש הי"ו.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר פארקאש הי"ו (מאנסי).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א (שיכון סקווירא).
עליות.
- כהן: החתן שמעון ב"ר משה חיים פריעדמאן הי"ו - באווארפען.
- לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו.
- שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז"ט. ויקרא שמה בישראל: חי', נאך די באבע די רביצין בזיוו"ר פון הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
- רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
- חמישי: החתן שלום ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברא"ה בערקאוויטש הי"ו.
- ר' יצחק מנחם מאסרי הי"ו.
- ר' מרדכי בר"י שמאיע הי"ו.
- ר' ליפא ברי"ז פריעד הי"ו.
- ר' אברהם הערש ברח"י הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' יודא ברי"ש בראך הי"ו.
- ר' יואל ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו.
- הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א.

- שביעי: החתן מרדכי אהרן ב"ר יו"ט בערגער הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו - באווארפען.
- החתן אלימלך ב"ר נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו.
- החתן מאיר ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.
- החתן יעקב בהר"ר חיים אלעזר טעללער שליט"א.
- אחרון: החתן שמעון ב"ר פישל כ"ץ הי"ו - באווארפען.
- מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: הר"ר אנטשיל קארפען שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יו"ט בערגער הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג).

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב דוד דוב מייזליש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'צחוק עשה לי אלקים' און געטייטשט אז ווען די ישועה קומט דורך מידת הדין דעמאלטס בלייבט די ישועה א נצחי און דאס איז געווען ביי שרה אמנו און ווען זי איז נפקד געווארן איז געווען הרבה עקרות נפקדו עמה, אויף אלע דורות שפעטער האט שרה אמנו משפיע געווען א ישועה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:20.
- בעל תפילה: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו (ב"פ).
- כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ג ר' משה שמעון וואזנער שליט"א רב דביהמ"ד שאטויפארק לעיקוואד.
- שלישי: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפף הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יקח נא מעט מים' און געטייטשט אז לימוד התורה צוזאמען מיט תשובה ניצט אויף אלע ד' חילוקי כפרה און עס פעלט נישט אויס קיין יסורים צו מכפר זיין.

- ידיד נפש: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א (מאנטרעאל).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל טעללער הי"ו (וומסב''ג)
דער רבי האט געבענטשט על הכוס. און רבי געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: משב''ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

בביתו נאוה קודש האט דער רבי פארהערט א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומסב''ג אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר, און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו און פארטיילט א בעכער פאר אלע בחורים.

ארום 10:00 איז פארגעקומען בקו''פ די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעלקא מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' חיים אייכלער הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געליינט די תנאים, מ'האט געזונגן ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום מסיבת מלוה מלכה דורך חבורת 'והיכינו' שע"י בחורי ביהמ"ד אבני צדק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, פאר די ראשי החבורה, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק לשבח פון די חברי החבורה וועלכע זענען עוסק בתורה בערבי ובמוצאי שבתות און מסיים געווען בברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די בחינה פומבי דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
הרה"ג ר' בנימין ברייער שליט"א דומ"ץ זכרון יהודה וויען ב"פ, און הרה''ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א האבן פארהערט די בחורים בע"פ און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט עטליכע שאלות פון די בחורים און זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת החבורה, און פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה, און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען און חזר'ן מסכתות הש"ס וואס דאס איז מבטל די יצר הרע און אנגעוואונטשן מען זאל קענען ווייטער גיין מסכתא נאך מסכתא און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט"ז מרחשון תשפ"ו11/7/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר אינאיינעם מיט די תלמידי כולל לחתנים שע"י מבצר הכוללים.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים, פאר די ראשי החבורה, און פאר אלע חתנים, און משמיע געווען דב"ק און לךבשבח פון די חתנים וועלכע ניצן אויס די טעג אלץ חתן מיט לימוד התורה און גרייטן זיך צו די חתונה מיטן לערנען די הלכות וואס מען דארף קענען נאך די חתונה און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם פאגעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד', און דערביי ארומגערעדט איבער די קדושה פון אתרא קדישא מירון בכלל און פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי בפרט, און אויסגעפירט אז מען גרייט זיך בקרוב צו זיין דארט און מען האפט אז עפעס וועט זיך אנקלעבן אין אונז און מען וועט אהיימנעמען די קדושה מיט זיך אויף שפעטער.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו האדמו"ר מראחוב רמת גן שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיהם למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חתונה פונעם הייליגן עצי חיים זיע''א, דער רבי האט זיי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, פאר די גרויסע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון קרויס הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- דערנאך ביי די חופה בבית ספינקא - ראחוב פון די מחותנים החתן בן האדמו"ר מראחוב רמת גן שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אשר יונה הורוויץ שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און אויסגעווארט ביז נאך די חופה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס און אנוועזנדע רבנים ובני המשפחה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:45 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן און געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ע גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ישעי' שווארטץ הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל בר"ח פעקעטע הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שאול יעקב פריעדמאן הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי האט געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א, וועלכע וויילט אויף שב"ק אין קרית יואל המורחבת אינאיינעם מיט די יתומים פון קהילות גור פון אמעריקע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון העלפן און מחזק זיין יתומים און דער רבי האט אין מאציל געווען מברכת קדשו און דערביי געשיקט א פריסת שלום פאר אביו האדמו"ר מגור שליט"א און געבעטן צו איבערגעבן אז מען איז שטארק מעריץ זיין שטעלונג נישט צו מוותר זיין אויף קיין שום בחור בנוגע די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק. דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א מרבני התאחדות אברכים פון מאנסי אינאיינעם מיט די פטרוני חבורת יסודי התורה פון מאנסי הרה''ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו און הרה''ח ר' יוסף גרובער הי"ו, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פרישע לומדים און שיעורים במסגרת חבורת יסודי התורה און דערביי איבערגעגעבן א מתנה פאר די פטרונים א לעדערנע גמרא מסכתא בבא קמא און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.

אויך איז פארגעקומען בקודש פנימה די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן), און הרה"ח ר' זלמן לייב שפיטצער הי"ו, דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. עטליכע גדולי העסקנים למען עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, ווי מען איז איבערגעגאנגען די ווייטערדיגע פלענער אינעם קאמף אפצוראטעווען דעם חינוך הטהור אין ניו יארק, דער רבי האט געהערט א פונקטליכע באריכט פונעם מצב אויפן פראנט אין געריכט הויז, און מען האט דן געווען איבער די ווייטערדיגע שריט, און בעיקר איבער די מאסיווע קאמפיין וועלכע ווערט אונטערגענומען אונטערצושרייבן קעגן די "קלעס עקשאן" קלאגע וואס די רשעים האבן אריין געגעבן אין געריכט בשם אלע ערליכע אידן, און דעריבער דארף מען קלארשטעלן מיט א שטארק פאראייניגטער כח אז זיי פארטרעטן אונז בשום אופן נישט, נאר אדרבה, זיי זוכן אויסצורייסן אונזער תורה, און משנה זיין אונזער גאנצע לעבנסשטייגער היל"ת, דער רבי האט גרונטליך איבערגעקוקט די גאנצע נוסח, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים אז זיי זאלן מצליח זיין אין די

קריטישע אונטערנעמונג, און זוכה זיין אפצוראטעווען דעם חינוך הטהור אין ניו יארק מען זאל קענען ווייטער ממשיך זיין פונקט ווי ביז יעצט בלי שום שינוי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג