בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגכ"ד אדר תשפ"א3/8/2021

נייעס
יעצט פארמיטאג ארום 1:30 וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארלערנען בהיכל ישיבתינו מתיבתא הקדושה תו"י דסאטמאר סניף דברי יואל די צווייטע סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון 'תרומת חמץ' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול,

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף קול סאטמאר #311 פון די מעין מעניו אדער אויף די בעק-אפ נאמבער 3392078688

אזוי אויך קען מען איבער הערן אלע שיעורים ביי די סוגיא שיעורים אפטיילונג אויף #427 פון די מעין מעניו
נייעס
אינטערסאנט זיינע אייגענע ברודער זענען דארט געווען אין ס'איז אים נישט בייגעפאלען צו באגריסן..

היפקאריט!!

אויב איז ער אזוי הויעך, ווי איז ער געווען ווען ער האט גערופן דעם ברידער אין קאורט, אדער ווען ער האט נישט אריינגעלאזט די קינדער צום טאטן, און קומען צו די שמחות???

cutt.ly/tzhjo0K
Twitterסאטמאר פלייש Satmar Meatsאינטערסאנט זיינע אייגענע ברודער זענען דארט געווען אין ס'איז אים נישט בייגעפאלען צו באגריסן היפקאריט אויב איז ער אזוי הויעך, ווי איז ער געווען ווער האט גערופן דעם ברודער אין קארט אדער ווען ער האט נישט אריינגלאזט די קינדער צום טאטען אין קומען צו די שמחות h…
נייעס
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️


אלע נייעס בילדער בצל הקודש און ארום קהלתינו הק' 🌴קהל יטב לב דסאטמאר🌴 תחת נשיאות הקודש של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

טעלעגראם:
https://t.me/Satmara_niyes
טוויטער:
https://mobile.twitter.com/@Satmara_niyes

אויב האט איר סיי וועלעכע הערות /קאמענטארן, -שיקן נייעס/בילדער, קאנטאקטן די עדמין דא אויף טעלעגראם @Satmara_NiyesAddmin

Email: Satmaraniyes@gmail.com


האט איר הנאה פון ▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️? שיקט ארום די לינק פאר אייערע חברים און זייט זיי מזכה מיט סאטמאר'ע נייעס!!!
Telegramסאטמאר'ע נייעס 🌴▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️ מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' נייעס / באריכטן, בילדער / ווידיאוס, בצל הקודש - בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער. @Satmara_NiyesAdmin Email: SatmaraNiyes@gmail.com

זונטאגכ"ג אדר תשפ"א3/7/2021

באריכט
מתוך דברי הספד מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לפני מטתו של האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל ומלפנים דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק.

(אחר הדברי תורה) "..מיר זענען געקומען דא מספיד זיין, אבידה גדולה בפטירת פון דעי גאון המפורסם רב דקהל יראי ה' קארלסבורג, וואס איז געווען א ת"ח עצום בכל מכמני תורה הקדושה.."
און ארומגערעדט איבער די קורבה יתירה וואס ער האט זוכה געווען ביי רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע און איבער די רבי'ס התפעלות פון זיין ידיעות התורה, ווי רביה"ק זי"ע האט זיך אויסגעדריקט "..אז ער האט נישט געגלייבט אז נאך די קריג וועט ער נאך האבן אזא תלמיד, אזא גרויסע תלמיד חכם"

"..שפעטער איז ער נתמנה געווארן אלס דיין ומו"צ בקהילתינו דא אין בארא פארק, ער איז געווען א ת"ח עצום משיב געווען דבר ה' זו הלכה פאר די אלע שואלים, זיינע פסקים איז נתפרסם געווארן סיי בתורה שבכתב אין זיינע ספרים, זיינע תשובות ספרים להלכה, און אויך תורה שבעל פה און יעדע בית הוראה ווי מען פסקנט שאלות זאגט מען נאך דבר ה' הלכה בשמו" ..תלמיד חכם שמת הכל כקרוביו ..הכל מתאבלים עליו יעדער איז מתאבל אויף דעי גרויסע געוואלדיגע אבידה, אבידה גדולה לכל בית ישראל"

און דערנאך געבעטן פונעם נפטר זצ"ל מעורר זיין רחמי שמים פאר כלל ישראל: "..אין די יעצטיג צייט א שווערע זמן פאר כלל ישראל, כלל ישראל דארף רחמי שמים מרובים ווייסט יעדער איינער, מען דארף האבן רחמים מרובים פאר אידישע קינדער בבריאות הגוף, די נפטר זצ"ל איז א געווען א ש"צ אסאך יארן פאר כלל ישראל, ער גייט ארויף אויפן 'עולם האמת' בעט מען ער זאל זיין א "שילוח ציבור" און מעורר רחמי שמים זיין והסר כל מחלה פון אלע אידישע קינדער, סזאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו, די אייבערשטער זאל העלען סזאל מקיום ווערן די נבואה בלע המות לנצח מזאל זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
צווישן אנדערע האט מספיד געווען היינט ביים לוי' פון כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל להבחט"א הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ ק"י שליט"א, וועלעכע איז די לעצט פארבליבענע פון די 3 וואס זענען נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע אלס דיין, יאריך ימים על ממלאכתו.

אזוי אויך האט צווישן אנדערע מספיד געווען חתנו הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק שליט"א, וועלעכע האט אויך מכתיר געווען 'בנו בכורו' פונעם נפטר זצ"ל הרה"צ ר' משה ראטה רב הצעיר וראב"ד קארלסבורג אלס ממלא מקומו כרצון הנפטר זצ"ל.
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט יעצט פארענדיגט די דברי הספד ביים לוי' פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל בבית מדרשו אין בארא פארק.
נייעס
תורה תורה חגרו שק

יעצט נאכמיטאג לאזט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויס קיין בארא פארק ווי די רבי וועט זיך באטייליגן ביים לוי' פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל ומלפנים דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק.

תלמיד חכם שמת הכל כקרוביו
נייעס
היינט פארמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בהיכל ישיבתינו 'מתיבתא הקדושה' תו"י דסאטמאר -סניף דברי יואל ווי די רבי האט פארגעלערנט די ערשטע "סוגיא שיעור" אינעם סוגיא פון 'תרומת חמץ' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען קען הערן די סוגיא שיעורים אויף קול סאטמאר #427 פון די מעין מעניו.
בילדער · 4
מיט יבלחט"א כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
נייעס
ברוך דיין האמת, שר וגדול נפל בישראל

מיט גרויס צער נעמען אנש די פטורה פון כ"ק הגה"צ ר' יחזקאל ראטה זצ"ל גאב"ד קארלסבורג ומלפנים דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה', ושנשמע ונתבשר בשורות טובות
ווייז פריערדיגע טעג