בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

זונטאגכ"ג אדר תשפ"א3/7/2021

באריכט
מתוך דברי הספד מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לפני מטתו של האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל ומלפנים דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק.

(אחר הדברי תורה) "..מיר זענען געקומען דא מספיד זיין, אבידה גדולה בפטירת פון דעי גאון המפורסם רב דקהל יראי ה' קארלסבורג, וואס איז געווען א ת"ח עצום בכל מכמני תורה הקדושה.."
און ארומגערעדט איבער די קורבה יתירה וואס ער האט זוכה געווען ביי רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע און איבער די רבי'ס התפעלות פון זיין ידיעות התורה, ווי רביה"ק זי"ע האט זיך אויסגעדריקט "..אז ער האט נישט געגלייבט אז נאך די קריג וועט ער נאך האבן אזא תלמיד, אזא גרויסע תלמיד חכם"

"..שפעטער איז ער נתמנה געווארן אלס דיין ומו"צ בקהילתינו דא אין בארא פארק, ער איז געווען א ת"ח עצום משיב געווען דבר ה' זו הלכה פאר די אלע שואלים, זיינע פסקים איז נתפרסם געווארן סיי בתורה שבכתב אין זיינע ספרים, זיינע תשובות ספרים להלכה, און אויך תורה שבעל פה און יעדע בית הוראה ווי מען פסקנט שאלות זאגט מען נאך דבר ה' הלכה בשמו" ..תלמיד חכם שמת הכל כקרוביו ..הכל מתאבלים עליו יעדער איז מתאבל אויף דעי גרויסע געוואלדיגע אבידה, אבידה גדולה לכל בית ישראל"

און דערנאך געבעטן פונעם נפטר זצ"ל מעורר זיין רחמי שמים פאר כלל ישראל: "..אין די יעצטיג צייט א שווערע זמן פאר כלל ישראל, כלל ישראל דארף רחמי שמים מרובים ווייסט יעדער איינער, מען דארף האבן רחמים מרובים פאר אידישע קינדער בבריאות הגוף, די נפטר זצ"ל איז א געווען א ש"צ אסאך יארן פאר כלל ישראל, ער גייט ארויף אויפן 'עולם האמת' בעט מען ער זאל זיין א "שילוח ציבור" און מעורר רחמי שמים זיין והסר כל מחלה פון אלע אידישע קינדער, סזאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו, די אייבערשטער זאל העלען סזאל מקיום ווערן די נבואה בלע המות לנצח מזאל זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"א אדר תשפ"א3/5/2021

באריכט
היינט כ"א אדר יומא דהילולא קדישא של מרן הרה"ק הרבי ר' אלימלך זיעוכי"א -פארן דאווענען בהיכל הישיבה האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געצינדן 5 ליכט, און פאר הודו געזאגט ברוב עם די הייליגע "תפילה קודם התפילה" פונעם בעל הילולא וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט בבכיות נוראות.

נאכן דאווענען האט די רבי געפראוועט די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה ווי די רבי האט געווינטשן לחיים וברכות קודש און משמיע געווען דברות קודש במשנתו של הבעל ההילולא.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז אדר תשפ"א3/1/2021

באריכט
באריכט חגיגת הכנסת ספר תורה #3

ועשה אותו יום משתה ושמחה
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
וידבר אלי זה השלחן אשר לפני ה'

נאך מנחה איז צוגעשטעלט געווארן די סעודות לגמרה של תורה פארן ברייטן ציבור עקסטער פאר 'אהבת קדומים' אין די פאליש שע"י ביהמ"ד הגדול פאר די אברכים ובעלי בתים אינעם מבצר הכוללים פאר בחורי חמד אינעם היכל התורה, במשך די שעה זענען די רבבות ישראל אריבער וואונטשן ברכת מזל טוב פארן גרויסן בעל שמחה רבינו שליט"א ווי די שורות האבן זיך געצויגן אין גאס ביזן 'חדר דוד' ווי די אידן זענען אריין מיט א הייליגע ציטער וואונטשן מז"ט.

ביים זמן מעריב האט מען געדאווענט מעריב ברוב עם אינעם היכל הביהמ"ד בשעת מען ווארט מקבל פנים צו זיין די גרויסע בעל שמחה ומנהיג העדה, נאך מעריב האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד שושן פורים הרה"ג ר' אברהם מדרכי מאלך ארום 7:30 איז די רבי ערשינען אינעם ביהמ"ד ווי מען האט זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט אין פייערדיגע רוקידין בשמחת התורה די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לגמרה של תורה וסעודת שושן פורים במשך די סעודה האט די בעל מנגן ר' ישראל אדלער משמיע געווען ווארימע דברי חריזון לכבוד התורה,

ביי די דב"ק נאך לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני הכנסת ספר תורה האט די רבי נאכאמאל מתפלל געווען א הארציגע בקשה "אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא" אז מזאל קענען זיצן בבית ה' כל ימי חיי, און עוסק זיין בתורה, און א בקשה אויף די קינדער און אייניקליך "ויהיה זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים". "הנטפל לעושי מצוה הרי הוא כעושה מצוה" דערנאך האט די רבי געזאגט אז די אלע באטייליגטע זענען אזויווי די עושי מצוה און אלע ברכות וסגולות וועט אויך חל זיין לנטפל לעושי מצוה, דערנאך האט די רבי דערמאנט די שווער יאר וואס איז דורך פאר כלל ישראל וואס האט זיך אנגעהויבן א יאר צוריק און ארויסגעברענגט לשבח די מסי"נ פון אידן מקיים צו זיין די מצוות, לערנען און דאווענען מיט מנין, טראץ אלע שוועריקייטן וואס מהאט פארשפארט די בתי מדרשות, ישיבות, בתי חינוך לבנים ולבנות, ווי די רבי האט געזאגט מיט א קול געשטיקט פון טרערן "..כגעדענק איך בין אריינגעקומען אין דעם בנין אין יענע שווערע זמנים סגעווען פארשפארט כהאב מיר ציוויינט דא אין ביהמ"ד דאווענען יעדן טאג 2000 אידן שחרית מלערנט מדאווענט, תורה עבודה גמ"ח, 'איך בין אריינגעקומען אין ביהמ"ד סאיז געווען פארשלאסן און פארזיגלט "דאס הארץ האט געריסן" נאך א יאר צייט דארף מען ארויסברענגן לזכות פון אידישע קינדער וואס האבן מקיים געווען די מצוות ה' במסי"נ, און דערנאך געוואונטשן לענגערע ברכות קודש בפרט פאר די אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא מקושר צו עניני הכנסת ספר תורה.

דערנאך האט ר' ישראל אדלער נאכאמאל פארגעזונגן דברי חריזון איבער די מנחת בכורים וואס איז געשאנקן געווארן פארן רבין לקראת יום שמחת לבו פון אזויפיל ווי אריבער "זעכציג טויזענט שעות רצופות" פון אלפי בחורי אנ"ש די בכל אתר ואתר, קבלות טובות פון אריבער "צוויי אהאלב טויזענט" תשב"ר פון כתות ו' ז' ח' במוסדותינו הק', קבלות טובות פון אריבער "פינעף טויזענט" תלמידי בית רחל במוסדותינו הק' -וואס איז געשאנקן געווארן אלס מנחת בכורים פאר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל יום שמחת לבו בחגיגת "הכנסת ספר תורה"
די שענסטע מתנות צו שענקן פארן צדיק -לשמוח בשמחתו ולהחיות נפשו הטהורה- וועלעכע לערנט און חזרט די תלמידים כסדר "תורה תורה וקבלות טובות"!!!
דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש -ביי די דב"ק האט די רבי דערמאנט די גרויסקייט פון די מתנות פון די תלמידים הקראוים בנים, און מכבד געווען אלע אידן וואס האבן שוין מקיים געווען "מצוות כתיבת ס"ת" צוזאמצונעמען געלט פאר קופת רבינו 'אבני חסד' ווי יאר יערליך ביים שושן פורים טיש, דערנאך האט די בדחן הרב אברהם מדרכי מאלך נאכאמאל אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות.

אשרי עין ראתה את כל אלה!!!אשרי לנו!! וואויל איז אונז!!
אשרינו מה טוב חלקינו צו זיין א חלק פון אזא קהילה!! מיט אזא רבי!!
"אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו"

"עליונים ששו ותחנונים עלזו בקבלת תורה מסיני"

מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו

יהו"ר שמשחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט חגיגת הכנסת ספר תורה #2

שאי שערים ראשיכם ושאי פתחי עולם ויבוא מלך הכבוד

די שמחה און התרגשות האט מען געקענט טאפן אין די לופטן, אלע ברענטשעס מיט אלע פליגלן פונעם גיגאנטישן ביהמ"ד איז געווען שווארץ איבערגעפולט עד אפס מקום רבבות אלופי אלפי ישראל זענען געווען צונויפגעפרעסט, וינועו אמות הסיפים ווען דער רבי איז אריינגעקומען אינעם ביהמ"ד מיט די ספר תורה אין דער האנט, אינגעלייגט האבן אויפגעהויבן זייערע קינדער אויפן אקסעל צו קענען כאפן א בליק אויפן צדיק, בשעת די ביהמ"ד הייבט זיך און פייערדיגע הקפות און די רבי טאנצט ארום די ביהמ"ד ווי שמח"ת ברשפי אש קודש,
נאך א לענגערע צייט טאנצן איז די רבי ארויף אויפן בימה ווי מען האט געזינגן ווארימע ניגוני קבלת התורה בשעת די רבי האלט די תורה אין די הענט און וויינט בבכיות "והאר עינינו בתורתך" צווישן אנדערע האט מען געזינגן דעם גאנצן אהבה רבה ווי יו"ט שבועות.
דאן האט די רבי אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש, די רבי האט געטייטש לעיני כל ישרא"ל, איז די אותיות פון די אבות הק' און אז מיר גלייבן וואס שטייט אין זוהר אז די אבות הק' קומען אראפ זיך פרייען בשמחת צאצאיהם און זיי זענען אויך דא, אוי ווי נעמט מען די פעדער צו באשרייבן וויאזוי דער עמוד צלותהון פון כלל ישראל שטייט און בעט זיך ביים רבש"ע כבן המתחטא לפני אביו, "באשעפער העלף מיר ונהיה אני וצאצאי וצאאי צאצאי כולנו יודעי שמיך ולומדי תורה לשמה" "איך זאל קענען ווייטער זיצן באהלה של תורה, מרביץ תורה זיין לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא" דערנאך האט די רבי אויסגענוצט די צייט מעורר צו זיין אז יעדער זאל זיך מקבל זיין גוטע קבלות, "מיר דארפן ממשיך זיין די דרך אבותינו ורבותינו בלי שום שינוי, הן בחינוך הבנים, והן בחינוך הבנות." נישט האבן קיין כלים מיט וואטסעפ"פ וכדו' און מעורר געווען די עזרת נשים איבער אלע עניני צניעות, און ארויסגעברענגט אז די פרוי קען זיין א "עקרת" הבית אדער א "עוקרת" הבית, עס ווענדט זיך אלעס אין איר הנהגה וויאזוי זי פירט זיך אויף.
און געווינטשן גאר אסאך ברכות לרוב אין יעדע הינזיכט, און פארטייטש וואס דאס האט מיט די שמחת התורה.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות "אם מצאתי חן בעיניך בעיניך המלך תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי" "השתדלו והרבו תחינה לפני מלך קל רם ונשא"
נאכן זיך אויסוואשן דאס הארץ האט דער גאנצער עולם אין שפיץ פון רבין אויסגעבראכן אין הייליגע רוקידין "שישו ושמחו בשמחת תורה כי היא לנו עוז ואורה" "אנא עבדא דקושא ברוך הוא דסגידנא קמיה ומקמיה דיקר אוריתיה בכל עידן ועידן" "וטהר לבינו לעבדך באמת" "יהא רעווא קדמך דתפתח לבאי באוריתא" און דאן די "זעקסטע הקפה" נאך א לענגערע צייט טאנצן איז די רבי ארויף אויפן פלאטפארמע ווי עס איז געווען די ארון קודש און אויסגעבראכן און פייערדיגע רוקדי קודש אויפן "זיבטען הקפה" בהתרגשות ובשמחה עילאה, מה נהדר היה המראה ווען די רבי האט זיך אויסגעדרייט מיטן ספר תורה אין די הענט, צום אפענעם ארון קודש, און זיך אריינגעווארפן אינעם ארון קודש, און ווארפט זיך פאר געוויין, מיט בכיות כבן המתחטא אצל אביו, בשעת מען זינגט די טל ניגון פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימונוב, דערנאך בשעה 5:45 האט די רבי פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות, דערנאך איז געווען מנחה, ברוב עם הדרת מלך.

אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים בשמחת התורה ובשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט חגיגת הכנסת ספר תורה #1

תורה תורה חגרו חג, ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד כאיש אחד בלב אחד לשוש ולשמוח בשמחת התורה

"שישו ושמחו בשמחת תורה כי היא לנו עוז ואורה"

שטייענדיג שוין א מעת לעת נאך די היסטארישע מעמד קדוש חגיגת הכנסת ספר תורה דורך אבינו רועינו עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א קען מען שוין אביסל צוזאמנעמען די מוחות נאכן מיטלעבן דעם היסטארישען מעמד וואס וועט נישט פארגעסן ווערן פון די רבבות אלפי המשתתפים, די הארץ איז איבערגעפולט מיט רגשי הלב!! איבערצוגעבן א באריכט -פאר די רבבות ישראל וואס האבן געהאט די זכיה דאס מיטצולעבן פעלט עס נישט אויס, און פאר ווער סאיז נישט דארט געווען איז סייווי נישט מעגליך אבער די טריקענע פאקטן דברים כהוויתן וועל מיר פראובירן איבערצוגעבן אביסל.

קדוש קדוש יאמרו לו אשרי עין ראתה את אלה

וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו זעהן די ליבשאפט פונעם רבן של ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס זיצט און הארעוועט און איז זיך מיגע שוין זיבעציג יאר מיט די תורה יומם ולילה, לעבט מיט די תורה, מקושר צו די הייליגע תורה!!

"מרישא ועד גמירא געווען א חטיבה אחת פון דביקות, געגועים, התרוממות הנפש, והתרגשות דקדושה, מיט התלהבות'דיגע שמחת התורה, ווי יו"ט שבועות ושמחת תורה"

ארום 2:00 איז די רבי ערשינען אינעם נייעם תנאים זאל "פרדס פנחס" בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע אויף אוהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע מעמד מסיבת לחיים געאייגענט פאר די משפחת המלוכה ורבני ודייני קהלתינו הק' אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' ונגידי בעם די בכל אתר ואתר ווי מען האט געזינגן ווארימע נגינונים פון קבלת התורה די התעוררות איז געווען אויפן העכסטן שטאפל ווי שבועות ביי אהבה רבה דערנאך האט די רבי געטרינקן לחיים און געווינטשן פארן ציבור הנאספים און דערנאך משמיע געווען ווארימע דב"ק בעניני הכנסת ספר תורה און ביים סוף דב"ק מיט א קול געשטיקט פון טרערן זיך צו-וויינט און געבעטן ביים רבש"ע זוכה זיין צו יגיעות התורה הבנת התורה און צו ערליכע דורות ישרים מבורכים.

די ווארימע מעמד איז מיטגעהאלטן געווארן דורך די טויזענטער אנ"ש דורך די מאנסטערישע ספיקערס וואס איז געווען אויסגעלייגט אויף גאנץ אוהעל קט. און גארפיעלד,

נאך די דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט ווארימע נגינונים און דערנאך האט די ציבור אויסגעבראכן מיט פייערדיגע ריקודין בשעת ווען די רבי האט איבערגענומען דעם הייליגן תורה און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש נאך אפאר מינוט האט דער רבי איבערגעגעבן די תורה פאר אחיו כ"ק הגה"צ אב"ד 15 שליט"א וועלעכע האט ארויסגעפירט די תורה פונעם זאל, די רבי איז ארויף אויבן און ארויסגעפורט די תורה בתיפום ובמחולת אויפן טראסע פון ביתו נאוה קודש און אנגעהויבן טאנצן מיט די תורה אהין און צוריק מיט גרויס התלהבות, בשעת טויזענטער אידן שטייען ארום ביתו נאוה קודש און אויף די הויכשאקיגע פארענטשעס -טראץ די רעגן- צוקיקענדיג צו די עבודת הקודש, דערנאך האט די רבי איבערגעגעבן די תורה פאר כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א דערנאך פאר בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א פאר אחיו הגה"צ אב"ד 15 שליט"א פאר הגה"צ דומ"ץ ק"י שליט"א פאר הרה"צ ר' אהרן מענדל טערווערסקי בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא און דערנאך פאר בני וחתני רבינו, ובני האדמו"ר מסקווירא.
די רבי האט איבערגענומען די תורה און איז ארויף אויפן פראכטפולן חופה אויפגעשטעלט אויף א ספעציעלע פלאטפארמע אז די ציבור זאל קענען מיטהאלטן, די רבי האט געטאנצן עטליכע מינוט און דערנאך מכבד געווען רבני ודייני קהלתינו הק' צו טאנצן מיטן תורה אויפן וועג ביזן ביהמ"ד.

ארום 3:30 האט מען דערגרייכט דעם ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען די מעמד נרגש פון קבלת התורה דורך רבבות תשב"ר במוסדותינו הק' פון איבער ניו יארק בשעת ווען אויף די טרעפ פון די ביהמ"ד שטייען אויסגעשורהט אריבער 100 ספרי תורה פון קר''י מקבל פנים צו זיין "דעם רבינס תורה" געהאלטן דורך די זקני ופני העדה חברי "חבורות אהבת קדומים", דער רבי איז ארויף אויף די ספעציעלע בימה ווי "די עלטסטע מלמד אין סאטמאר" הרה"ג הישיש ר' עקיבא'לע גאנץ לאורך ימים איז אנוועזנד געווען וועלכע איז מיט זיינע שוואכע כוחות געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מעמד, און די רבי האט אים געגעבן מנשק צו זיין דעם ספר תורה, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש "שישו ושמחו בשמחת התורה" אויף לענגערע מינוטין דערנאך האבן די טויזענטער קינדער געזינגן "והערב נא" "והאר עינינו" און נאך ווארימע נגונים,

והערב נא ה' אלוקינו את דברי תורתך בפינו ובפיות עמך בית ישראל ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל כלנו יודעי שמך ולומידי תורתך לשמה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ז אדר תשפ"א2/28/2021

באריכט
חבורת צדק עדה המאושרה, זקנים נעם נערים בכל שורה ושורה, קבוצים פה היום לשמחת התורה

"תורה תורה חגרו חג, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, נגיל ונשיש בזאת התורה": רבבות חסידי סאטמאר זקנים עם נערים אין פייערליכע התלהבות'דיגע שמחת תורה שטימונג צום "מעמד קדוש אדיר ונשגב היסטארישע חגיגת הכנסת ספר תורה" פונעם שר התורה והיראה רבן ומאורן של ישראל אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש עטרת ראשינו שליט"א, 'כולם נקבצאו באו לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה' "היינט זונטאג שושן פורים דמקופין" בתוככי קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו, וועט ארויסגעפורט ווערן פון ביתו נאוה קודש מרבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה אויפן וועג צום "בית גדול וקדוש שהתפללו בו רבותינו הקדושים זי"ע בית מדרשינו הגדול בקרית יואל"

"יום שכולו שמחת תורה": רייע הייליגע מעמדים פון הכנה להכנסת ספר תורה, הוצאת ותהלוכת הס"ת, קבלת התורה דורך רבבות תשב"ר, ריקודי קודש, אמירת מזל טוב, שלחן הטהור לכבוד גומרה של תורה,

"ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו, עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני"

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד אדר תשפ"א2/26/2021

באריכט
ברוך המקדש שמו ברבים

היינט ביים עריכת שלחן הטהור האבן א לגיון של מלך פון אלפי בחורי ישיבתינו הקדושות איבערגעגעבן משלוח מנות פאר אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א "חתימות נישט צוצורירן צו די טריפה'נע כלים" צום ערשט האט 'כ"ק מרן הראב"ד הר' נפתלי משה ווייס שליט"א' (נאך די דברי בדחנות) פארגעזונגען דברי חריזון, און דערנאך האט מען איבערגעגבן פארן רבין די משלוח מנות "א ספר מיט טויזענטער חתימות" ווי די רבי האט דורכגעליינט די נעמען -שמם ושם אמם- בשעת מען האט געזינגן ווארימע נגינונים, דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש "וטהר ליבנו" און "אנא עבדא דקודשא בריך הוא" און נאכן בענטשן פארטיילט "מטבעות קודש" פאר די בחורים.

שימינו כחותם על לבך כחותם על זרועך


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג אדר תשפ"א2/25/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 8-

ויהי בישרון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי אלפי ישראל

"פלאטע פון מערערע באסעס ווערט מאביליזירט פאר טראנספארטאציע צו ברענגן דעם ריזן ציבור צום היסטארישע חגיגה פון איבער גרעיטאר ניו יארק"

'נסעה ונלכה': א ברייטע פלאטע פון מערערע באסעס ווערן צוגעגרייט צוצושטעלן טראנספארטאציע פאר די טויזענטער אנ"ש חסידי סאטמאר וואס גרייטן זיך ארויסצוקומען פון אלע געגענטער אין ניו יארק מיטצוהאלטן די הייליגע מעמד הכנסת ספר תורה פונעם מנהיג ישראל רבינו שליט"א, און ווי אויך צוריק נאכ'ן שלחן הטהור | 'אלה מסעי בני ישראל': די באסעס ווערן צוגעשטעלט אין צוזאמענארבעט מיט די בארימטע 'עקסעלענט' באס פירמע, מיט'ן ציל צו ערמעגליכן רייזעס פאר טויזענטער תלמידים וחסידים, במשך די זונטאג נאכמיטאג שעה'ן און צוריק ביינאכט | 'פרייזן פאר ברוקלין': בלויז 30 דאלאר 'ראנד-טרופ' און פאר קינדער אינטער 12 פאר 20 דאלאר | 'פרייזן פאר מאנסי': ראונד-טריפ בלויז 10 דאלאר | זעהט באזונדערע מעלדונג מיט אלע אינפארמאציע.

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 7-

וידבר אלי זה השלחן אשר לפני ה'

"צום שלוס פון חגיגת הכנסת ספר תורה וועט ווערן אפגעראכטן געהויבענער שלחן הטהור דורך אבינו רועינו רבינו שליט"א לכבוד גומרה של תורה ולכבוד היום"

'מלך ביופיו תחזנה עינינו': א שעה נאך תפילת מנחה וועט מען זוכה זיין צו הופעת איתן אדונינו כ"ק רבינו שליט"א אין היכל ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור וסעודה של מצוה לכבוד גומרה של תורה ולכבוד שושן פורים | 'שלחן גבוה': דער טיש וועט אפגעראכטן ווערן אין א דערהויבען הייליגע אטמאספערע ברוח התרוממות והתרגשות, בשירי געגועים ושמחה וחרוזים אין שפיץ פון דברות קודש לכבוד המאורע, כטוב לב המלך במסיבו, ארומגענומען מיט א צבאות ה' א לגיון של מלך פון רבבות חסידים ואנשי מעשה | 'מרבין בשמחה': בארימטע בדחנים צווישן זיי הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א וועלן ארויפקומען מהנה זיין על שלחן מלכים לרגל שושן פורים | 'ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם': א לאנגע-שטאקיגע אויבנאן ווערט אויפגעשטעלט צו מכבד זיין די חשוב'ע רבנים ודייני העדה שליט"א.

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ב אדר תשפ"א2/24/2021

באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במכתב קודש בקריאה של חיבה לאנ"ש:

"..עליונים ששו כאשר תחתונים עלזו, בהאי עידן חדותא ישמחו יעלצו דרי מעלה עם דרי מטה, כפי שהי' מרגלא בפי אבותינו הק' מרנן ורבנן נבג"מ להזכיר בימי שמח"ת בעת ההקפות מה דאיתא בזוה"ק שהאבות הקדושים הצדיקים יורדים מעולם העליון מסידן גינתא להשתתף בכל שמחה של מצוה ולשמוח אתנו יחד בזה העולם, בכן כתר יתנו לך ה' אלקינו המוני מעלה עם קבוצי מטה, אהבת אבות לבנים תזכור, ויושר יליצו בעדינו חיות אש להשפיע אורה ושמחה לכל העם הנאספים ביום חדותי, ובבואם עם הספר ישפיעו שפע רב עם כל הברכות האמורות בתורה. .."
באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 6-

כי תשיתהו ברכות לעד תחדהו בשמחה את פניך

"אנ"ש וועלן האבן די זכי' צו קענען דורכגיין און פרעזענליך וואונטשן מזל טוב פארן גרויסן בעל שמחה עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א"

'כי תקדמנו ברכת טוב': לרגל די היסטארישע חגיגה וועט אי"ה זיין א ספעציעלע "מעמד ברכת מזל טוב" ווי דער ציבור לאלפים ווען האבן די געלעגענהייט צו קענען דורכגיין און פרעזענליך וואונטשן מזל טוב פאר'ן געהויבענעם בעל שמחה, אבינו רועינו רבינו שליט"א ולעומתם ברוך יאמרו בשמחה ובצהלת פניו | 'ובהיכלו כולו אומר כבוד': מעמד וועט פארקומען אין "היכל צבי ויצחק ראזענבערג" פון נאך אמירת מזמור לדוד ביז'ן עריכת שלחן הטהור אין די זעלבע צייט וואס סוועט סערווירט ווערן די סעודות פאר'ן ציבור | 'וויכטיגע קלארשטעלונג': צוליב מאנגל אין צייט וועלן "בחורים" בשו"א "נישט" קענען דורכגיין וואונטשן מז"ט ביי דעם מעמד, די בחורים וועלן אי"ה דורכגיין וואונטשן מז"ט צומארגנס מאנטאג נאכ'ן "מעמד שהחיינו" | 'והדרת פני זקן': מען בעט זייער אז מ'זאל צוערשט דורכלאזן די חשוב'ע רבנים וזקני העדה ובעה"ב, און אכטונג געבן אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין ערנסטע שטופענישן, ספעציעלע עסקנים ווען אנוועזנד זיין צו האלטן ארדענונג.

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 5-

מגדל עז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב

"אלע זייטן פונעם היכל ביהמ"ד הגדול - מיט ביידע נייע פליגלען - ווערן אויסגעשטאט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס, אויפן שמחת-תורה-אויסשטעל"

'בואו שעריו בתור"ה חצרותיו בתהלה': עלעקטעריזירנדע און התלהבות'דיגע שמחת התורה אטמאספערע בעת דער גרויסער בעל שמחה, מנהיג העדה מרן רבינו שליט"א וועט אריינפירן זיין נייע ספר תורה אין היכל בית מדרשו בשמחה ובדביקות עילאה במקהלות רבבות ישראל | 'אשרי עין ראתה': ריזיגער היכל הביהמ"ד מיט אלע פליגלן ווערט אויסגעשטעלט ווי יו"ט שמחת תורה ארומגענומען פון אלע זייטן מיט מאסיווע הוכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון שווערע טויזענטער בליעה"ר מיטצוהאלטן די הייליגע פייערדיגע סאטמארע-הקפות פונעם צדיק הדור רבינו שליט"א | 'בזקנינו נלך כי חג ה' לנו': פארברייטערטע פלאטפארמע פון 6 שטאק ווערט אויסגעשטעלט אויף צד דרום פאר "רבנים און אהבת קדומים אפטיילונג" | 'אמרו צדיק כי טוב פרי מעלליהם': א ספעציעלע בכבוד'דיגע פלאץ ווערט צוגעשטעלט פאר די בני המשפחה פון רבי'ן שליט"א ונכדי רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, אויף די אונטערשטע שטאקן פונעם מזרח-פארענטשעס | 'וחסידים ברנה יגילו': דורכגעווייגטע שעות פון שמחה ודביקות בתורה דערווארט רבבות ישראל הנאספים לכבוד שמחת התורה פון אבינו רועינו רבינו הגה"ק שליט"א

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 4-


תאר כלה מאד נתעלה בקבלת תורה

"מחזה נרגש ונאדר בקודש ווען אריבער 100 ספרי תורה פון אלע בתי מדרשות דקהל יטב לב ברחבי העיר וועלן אפווארטן דעם רבי'נס ספר תורה אין צענטער פון די שטיגן ארויף צום ביהמ"ד הגדול

'עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני': די מיטעלסטע חלק פון די שטיגן ארויף צום ביהמ"ד הגדול וועט ווערן דעזיגנירט פאר די אריבער 100 ספרי תורה פון אלע קהל'ישע בתי מדרשות איבער די שטאט וואס וועלן ארויסקומען און אנטפאנגען דעם רבי'נס ספר תורה כחתן יוצא לקראת כלה | 'הכל הבו גודל לאלקינו ותנו כבוד לתורה': אנשים מכובדים פארי וזקני החסידים 'חברי אהבת קדומים' וועלן האבן די זכי להתכבד בכבוד התורה.

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 3-

לא ימוש התורה הזה מפיך ומפי זרעך עד עולם

"רבבות תשב"ר תלמידי מוסדות סאטמאר מרחבי ניו יארק וועלן אנטפאנגען די הייליגע ספר תורה בשירי דביקות ושמחה פארנט פון ביהמ"ד הגדול"

'ונהי' אנחנו וצאצאינו כולנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה': ספעציעלע מרוגש'דיגער מעמד פון קבלת התורה ווען שווערע טויזנטער לעכטיגע תשב"ר אויסגע'שורה'ט אויף די ריזיגע טרעפ פון בנין ביהמ"ד הגדול און אויף לאנגע הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום דער שטח הענקי פאר'ן ביהמ"ד וועלן אנטפאנגען און מקבל פנים זיין די הייליגע ספר תורה געפירט דורכ'ן רבי'ן שליט"א מיט שירי התעוררות ושמחה | 'תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו': גיגאנטישער שטח על פני רחבת הביהמ"ד ווערט אויסגעשטעלט ענליך צו די אמאליגע אויסשטעל ביי די ל"ג בעומר הדלקות און ריקודין | 'לא ימושו מפי זרעך': הייליגער מעמד וועט איינקריצן אין אונזערע לעכטיגע דורות א דביקות ושמחה עילאה צוזעהענדיג ווי די צדיק הדור טאנצט מיט די הייליגע תורה כי הם חיינו ואורך ימינו, זרעא די לא יפסוק ודי לא יבטול מפתגמי אורייתא.


בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"א אדר תשפ"א2/23/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 2-

מוציאין את הספר תורה לרחובה של עיר

"מוסטערהאפטע אויסשטעל ווערט אהערגעשטעלט פאר מלכות'דיגע תהלוכת הספר תורה ברחובות קרית מלך רב"

'הכל על מקומו': די גאסן 'אוהעל' און 'גארפיעלד' ווערן איינגעטיילט אין 2 זייטן, עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען לענגאויס די תהלוכה פון ביתו נאוה קודש פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, ביז צום ביהמ"ד הגדול אפגעטיילט מיט בעריקאדעס צו היטן אויף די גדרי הצניעות ביי אזא הייליגער מעמד | 'בימת הספר': הערליכע חופה ווערט אויפגעבויט אויף א ספעציעלע העכערע פלאטפארמע צו קענען מיטהאלטן מסע התהלוכה און ריקודי קודש | על בנינו: באזונדערע שורות פאר די אלפי תשב"ר וואס וועלן באגלייטן די הייליגע תורה אונטער די אויפזיכט פון חשוב'ע מלמדים | 'העומדים על משמרת': מערערע עסקנים און סדרנים געשטעלט צו העלפן האלטן ארדענונג אויף די רבבות משתתפים.

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א
א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין
בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו

וּבְמַקְהֲלוֹת רִבְבוֹת עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יִתְפָּאֵר שִׁמְךָ מַלְכֵּנוּ

-אפדעיטס און אינפארמאציע! 1-

הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך

"העפטיגע באמיאונגען צו פארענדיגן נייע גרויסע תנאים-זאל "פרדס פנחס" בבית רבינו פאר ענגע מסיבת לחיים במעמד בני המשפחה וראשי הקהילות בעפאר'ן מעמד הכנסת ספר תורה"

'אכסניא של תורה': נייע פרעכטיגע תנאים-זאל "פרדס פנחס" נדבת הרה"ח ר' פנחס לעמיל קיש הי"ו ווערט הערליך פארענדיגט און וועט בעז"ה באנייט ווערן צוזאמען מיט שמחת התורה | 'נקראתי לבוא אל המלך': איידער'ן הכנסת ספר תורה וועט געפראוועט ווערן ענגע מסיבת לחיים דורך גרויסער בעל שמחה כ"ק מרן רבינו שליט"א במעמד בני המשפחה כשתולי זיתים סביב לשלחנו צוזאמען מיט קרואי מועד ראשי קהילותינו הקדושות | 'ואת קולו שמענו': ספעציעלע הויכהילכערס וועט ארויסגעשטעלט ווערן אינדרויסן צו ערמעגליכן פאר די רבבות העומדים בחוץ צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מסיבת לחיים ודברות קודש בבית המלכות.

בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט' אדר תשפ"א2/21/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג

"והעיר קרית יואל צהלה ושמחה": שטורמישע צוגרייטונגען אין קרית מלך רב קרית יואל צו פייערן היסטארישע מלכותדיגע חגיגת "הכנסת ספר תורה" פונעם מרא דאתרא קדישא עט"ר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זונטאג כי תשא פורים משולש דמוקפין הבעל"ט, "די לופט איז הייס און פלאמעדיג" א תורהדיגע ווינט בלאזט אין די גאסן!! מיט וואס א טאג נענטער וואקסט די עקסטאז פונעם רבבות ישראל!!

"ואתה תחזה מכל העם אנשי חיל:" ברייטע שטאב עסקנים ארבעטן אויס די לעצטערע פרטים ארום די פייערליכע חגיגות במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, סדר התהלוכה /ריקודין /סעודה רבתי /מעמד שלחן הטהור /פארקינג /טרעפיקט /טראנספארטאציע און נאך, צו קענען נאכקומען דער ריבוי עם בליעה"ר הבאים לשמוח בשמחתו פונעם מנהיג ישראל רבינו שליט"א.

"רוחניותדיגע הכנה לקבלת התורה צווישן דער ברייטער ציבור דורך ספעציעלע שיעורים ברבים ובחברותות -ושעות רצופות בין כותלי הישיבות-"
מער דעטאלן און אונפארמאציע וועט נאכפאלגן דא אויף "סאטמאר'ע נייעס"

"עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני"
בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ביי די דב"ק ביים מעמד נרגש נאכן סיום כתיבת ס"ת האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איינגעלאדענט אלע אנ"ש צום היסטארישען חגיגת הכנסת ספר תורה:

"..וויל איך מכבד זיין און איינלאדענען אלע אנשי שלומינו ידידינו ותלמידינו, צו די שמחה פון "הכנסת ספר תורה" וואס וועט אי"ה זיין זינטאג פרשת כי תשא שושן פורים דמוקפין די דריטע טאג פון פורים, דאס אליינס -לכמה מפורשים איז אריינגעבן די ס"ת הייסט "גמרה של תורה", 'מזאל מקיים זיין דעם תנו כבוד לתורה בשמחה גדולה' ווי אזוי ספאסט זיך פאר די תורה הקדושה און פאר השי"ת דער נותן התורה.." און דערנאך דערמאנט די חסם סופר אז אריינגעבן "בפומבי גדול ברוב עם" איז משפיע יראת שמים פאר די קינדער.

בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
תורה הקדושה התחנני בבקשה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דב"ק ביים "מעמד נרגש" בעט זיך בבכיות נוראות:

"..במילא איז די זמן יעצט זיך אויסצובעטן פארן הייליגן באשעפער, "אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא" אז מזאל זוכה זיין צו לערנען די תורה הקדושה, מזאל זוכה זיין צו הבנת התורה, צו פארשטיין תורה, מזאל זוכה זיין צו התמדת התורה, זוכה זיין צו ידיעות התורה, זוכה זיין יראה את ה' הנכבד והנורא, מקיים זיין מצוות ה' בשמחה ובאהבה, מתוך בריות גופא, מזאל זיין געזונט בבריאות הגוף.."

"תורה תורה תורה"!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשח' אדר תשפ"א2/20/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג

צבי וחמיד ורגיג דילעון בלעותא, צבי ואיתרעי בן ומסר לן אורייתא

"ועתה כתבו לכם את השירה הזאת ולמדה את בני ישראל"

רבבות אלופי אלפי אנשי שלומינו שפאנען ברגשי קודש צום דערהויבענעם היסטארישע מעמד נרגש "סיום כתיבת ספר תורה" דורך עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א "היינט מוצש"ק בהיכל בית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג", מעמד נורא פון סיום כתיבת האויתיות והגבהת התורה דורכן מנהיג ישראל די בעל השמחה מרן רבינו שליט"א, ניגוני התעוררות ושמחה, דברות קודש ברשפי אש להבה ורגשי שבח והודאה דורכן רועה נאמן די בעל שמחה מרן רבינו שליט"א, וחסידים ישמחו ויעלצו בריקודי אש קודש, "הייליגע מאמענטן מלא רגש ודביקות באהבת ושמחת התורה"

ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד כאיש אחד בלב אחד לשוש ולשמוח בשמחת התורה ובשמחת אבינו רועינו רבינו שליט"א


זכאין כד שמעתון, שבח דא שירתא, קביעין כן תהוון בהנהו חבורתא

בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג