בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגי"ז אייר תשפ"ו5/4/2026

ווידיאו
רבא רבבות מישראל ביי די פייערדיגע ריקודים ביים הדלקה רבתי אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
לכבוד התנא האלוקי

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מדליק זיין די מדורת אש און די פייערדיגע ריקודי קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים גיסן אויל איידערן מדליק זיין די מדורה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
געהויבענע מינוטען איידערן מדליק זיין די מדורה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א גייט יעצט ארויף אויפן ספעציעלע בימת ההדלקה ווי מען וועט זינגען נגוני התעוררות און דערנאך וועט רבינו שליט''א מדליק זיין די מדורת אש און זיך ארויסלאזן אין פייערדיגע ריקודי קודש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט די רבא רבבות מישראל וואס זענען פארזאמעלט אויף די ריזן שטחים ארום ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל .

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
נאך פון די ניגוני התעוררות ביים מעמד גדול וקדוש ההדלקה רבתי לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי - בעת כניסת היום - במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א הייבט אין די יעצטיגע מינוטען אן תפילת מעריב אויפן שטח ההדלקה במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר.

נאך מעריב וועט רבינו שליט''א ציילן ספירה ברוב עם הדרת מלך, און מען וועט ממשיך זיין די ניגוני קודש, און דערנאך וועט רבינו שליט''א מדליק זיין די מדורת אש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
קול ה' חוצב להבות אש

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט - בעת כניסת היום - אן די פייערדיגע דברי אלוקים חיים איידערן אנצינדן די מדורת אש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

מיטצוהאלטן די הוקאפ אויף די ספעציעלע הוקאפ נאמבערס ווי עס איז צוגעגאנגען נאך צענדליגער טויזענטער ליינס.
6053136528
3518887117


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מאנטאג בה''ב 8:05 אויפדערנאכט בעת כניסת היום כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט אין די יעצטיגע מינוטען ארויס צום מעמד מרומם ההדלקה רבתי, במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר וועלכע פילן איבער די ריזיגע שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.

מען קען מיטהאלטן דעם גאנצן מעמד גדול וקדוש אויף די ספעציעלע קול סאטמאר הוקאפ נאמבער ווי עס איז צוגעשטעלט צענדליגער טויזענטער ליינס.
3518887117
6053136528

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל אירוסי נכדתו למז''ט
הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

עב"ג החתן הרב משה שפיץ שליט''א.
בן הרה"ג ר' גבריאל יהודה שליט''א (מאנסי).
בן הגה"צ ר' שמואל שלמה שליט''א אבד''ק רעדניק.
וחתן הגה"צ ר' בעריש מייזליש שליט"א אבד''ק ווייטצען לאנדאן.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מודעה
הרואה אוכלוסי ישראל אומר ברוך חכם הרזים (ברכות נח.)

רבוא רבבות ישראל בליעה"ר ערווארטעט היינט נאכט ביים מעמד הדלקה רבתי פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו.

לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
ראשי עסקנים וועלכע שטייען בראש פונעם גרויסן מעמד ההדלקה רבתי פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ליל ל''ג בעומר במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר בעיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו, בקו''פ בביתו נאוה קודש מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים אסיפת עסקנים בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. לקראת די גרויסע מסיבה פאר אלע אברכים צעירים תושבי קר"י לטובת מוסדות יטב לב וועלכע וועט פארקומען דעם מיטוואך הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
זונטאג בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר גדלי' סעגעדין הי"ו.
- ב"ר אלכסנדר זושא אהרן שטערן הי"ו.
- ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר דוד משה שאמועל הי"ו.
- ב"ר יואל שטיינמעץ הי"ו.
- ב"ר שמשון אינדיג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי אליעזר יודא פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די השתלשלות פון ישיבת מיר במשך די יארן און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות בקר"י האט אפגעקויפט דעם זכות קומת המקוה אין די נייע פליגל אין ביהמ"ד אבני צדק פארן גרויסן סכום פון א האלב מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און פאר די חברי וועד קרן הבנין.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א אסיפת עסקנים פאר קרוב צו הונדערט אינגעלייט אינגע פרישע עסקנים לקראת די גרויסע מסיבה לטובת מוסדות יטב לב פאר אלע אברכים צעירים דקהלתינו הק' תושבי קר"י וועלכע וועט פארקומען דעם מיטוואך הבעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו - שתהא עמלים בתורה און ארויסגעברענגט די חיוב פון יעדעם מאנ"ש צו שטיצן מוסדות יטב לב וועלכע איז געווען ראש וראשון און קודש קדשים ביי רבותיה"ק זיע''א, און אפילו די וואס קענען נישט זיין קיין נדבנים קענען אבער יא זיין עסקנים צו שאפן גרעסערע געלטער צו קענען אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר מוסדות יטב לב, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען אלע עסקנים אריבער איבערגעבן די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער.

דערנאך ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו.

אויך זענען אריין בקו''פ די ראשי עסקנים וועלכע שטייען בראש פונעם גרויסן מעמד ההדלקה רבתי פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ליל ל''ג בעומר במקהלות רבוא רבבות מישראל בליעה"ר, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע הכנות צום גרויסן מעמד הדלקה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ז אייר תשפ"ו5/3/2026

בילדער · 6
תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
בחורי ישיבות באבוב פון ב"פ בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
שב''ק פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 10:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו (ירושלים).
- כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אלימלך ווייסבלום הי"ו (מאנסי).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פרשת המועדים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל הורוויץ הי"ו (ירושלים).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק המהר"ם מלובלין זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ט"ז אייר.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
מען האט ממשיך געווען מיט תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר הבעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת


שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון יושע קראוס הי"ו.
עליות.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
- שלישי: החתן אלימלך ב"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן משה בהר"ר דוד בר"מ עקשטיין הי"ו - באווארפען.
- חמישי: ר' נחמן ברי"צ מיללער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' הלל מאיר פריעדמאן הי"ו.
- ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו.
- ר' שמעון ברמ"ש קויפמאן הי"ו.

- שביעי: ר' יואל ברנ"ה צוויבל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הוספה: ר' חיים ב"ר משה סימאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א חבר ביד"ץ כדתיא לאנדאן.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו.

- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין


דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובקצרכם קציר ארצכם' און געטייטשט אז אסאך מאל ווען מען איז מתפלל גייען די תפילות נישט ארויף צוליב וואס מען איז נישט ראוי, אבער אויב מען גיבט צדקה פארן דאווענען עפענען זיך אויף אלע שערים און די תפילות גייען ארויף בשמי מעל, און ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום הייליגן טאג ל"ג בעומר ווען אזויפיל אידן זענען מתפלל און בעטן פאר זיך און פאר אנדערע כל מיני בקשות, איז יעצט די צייט צו מרבה זיין בצדקה און אזוי זיכער מאכן אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן און מען זאל אויספועלן כל מילי דמיטב.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שמשון שרגא פויגעל הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורי ישיבות באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 12:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים סופר הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט אפגעקויפט די זכות שם המקוה פון די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האבן אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר, און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' חיים הי"ו ובני משפחתו.

פון דארט ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אלי' ב"ר ברוך גלויבער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אלי' הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שער המקוה און א חדר המקוה אין די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה ובשבח פון די תושבי השכונה.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' אלי' הי"ו מחשובי תושבי השכונה ובני משפחתו, פאר די אנוועזנדע תושבי השכונה און פאר די חברי וועד הרחבת גבולי העיר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 14
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א חתימת שטרות ומסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' אלי' בר"ב גלויבער הי"ו נאכן אפקויפן די שער המקוה און א חדר המקוה אין די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 18
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א חתימת שטרות ומסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים סופר הי"ו נאכן אפקויפן די שם המקוה פון די מקוה טהרה דקהלתינו הק' בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

פרייטאגי"ד אייר תשפ"ו5/1/2026

בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לכבוד פסח שני אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומסב''ג, אין די זאלן פון כינור דוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
פרייטאג אמור - פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר משה כ"ץ שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שמואל מענדל באב"ד שליט"א.
- בן הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א.
- ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו.
- ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און איינע פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און די קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והדרכה בנוגע מידות טובות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צום שלחן הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה שע"י מוסדותינו הק' וומסב''ג בהנהלת הר"ר יהודא שטאלצבערג שליט"א.

דער רבי האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק, און מען האט אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט.
ביי די זופ האט מען אריינגעברענגט מצה, און אין די זופ איז געווען קניידלעך און א מצה כרעמזל.

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש דברי דרוש לכבוד היום, און דערנאך ארומגערעדט הדרכה און ארויסגעברענגט אז ביי פסח שני זעט מען אז אויב איינער האט פארפאסט די געלעגענהייט פסח ראשון איז דא נאך א געלעגנהייט, אבער נאר אויב עס איז געווען א אונס און נישט אויב עס געווען במזיד, און דאס איז די לימוד וואס יעדע בחור דארף ארויסנעמען פון דעם, און שטארק מעורר געווען צו זיצן און הארעווען אין די תורה הקדושה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר מיכל ניימאן שליט"א ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה לאזאר הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון פסח שני, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן סוגיות און הגה"צ מאקאווער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברמ"ב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יהושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אור ישראל לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א רב הביהמ"ד, בן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' גדלי' דוד זאלדאן הי"ו.
- ב"ר חיים שלמה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
- מוהל: אבי הבן הר"ר מאיר יודא שליט"א.
- סנדק: רבינו שליט"א.
- סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'נפתלי' נאך הגה''ק בעל בעל זרע קודש מראפשיץ זיע''א
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ישעי' רובין שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.

דערנאך איז דער רבי ארויף צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד 'בית ישראל הוניאד' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די כולל שע"י חברי אהבת קדומים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יוסף דוד מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף ראזענפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און געציילט ספירה פארן עמוד.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג אייר תשפ"ו4/30/2026

בילדער · 9
כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייז פריערדיגע טעג