בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךכ"ה ניסן תשפ"א4/7/2021

אוידיאו
דברי הספד פון חדב"ן הרה"ג ר' חיים יושע האלבערשטאם שליט"א רב דקהל ויואל משה -מאנסי.
🎵 אוידיאו · 16:25⬇ אראפנעמען 3.8 MB
אוידיאו
לרגל ההילולא קדישא

מסע הלוי' של מרן רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זי"ע כ"ו ניסן תשס"ו.

דברי הספד בבכיות נוראות פון בנו הגדול חביבו ויקירו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
🎵 אוידיאו · 21:38⬇ אראפנעמען 5.0 MB
נייעס
‏קול רנה וישועה באהלי צדיקים

‏ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולד לנכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א ‏חתן הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט שליט"א

‏שישו ושמחו בשמחת רבינו
באריכט
נעכטן דינסטאג פארנאכטס אין וויליאמסבורג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בביהמ"ד האניפאלי ווי די רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מראצפערט בארזיל שליט"א ע"פ אמו הרבנית הצדיקת מראצפערט בארזיל ע"ה טאכטער פון הרה"ק ר' זושע'לע מראצפערט הי"ד בן הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, עס איז אויך אנוועזנד געווען אירע איידימער כ"ק האדמורי"ם מקרעטשניף רחובות, מטשערקאס מאנסי, מקארלסבורג מאנטריאל, ומהאניפאלי שליט"א -אירע אייניקילך הגהו"צ מקרעטשניף וומ"ס ומספינק וומ"ס שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמוס איבער די ראצפערטע משפחה און איבער די ידידות פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה מיט הרה"ק ר' זושע'לע מראצפערט הי"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סעודת הילולא בקרב קהילתינו הק' מאנטשעסטער
מודעה
סעודת הילולא בקרב קהילתינו הק' ירושלים
מודעה
סעודת הילולא בקרב קהילתינו הק' בארא פארק
מודעה
אגרא דבי הילולא מילי

היינט נאכט ליל הילולא קדישא של רבינו הקוה"ט זי"ע וועט פארקומען בקרב קהילתינו הק' קרית יואל די מעמד "חסידים מספרים" עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע דערציילט דורך זקני אנ"ש בשעה 9:00 בבית מדרשינו הגדול, מסיבת לחיים נאכן מעמד.

זכותו יגן עלינו
נייעס
תאו והתכנשו להילולא דרבי

בקרב קהילתינו הק' וויליאמסבורג וועט היינט נאכט ליל הילולא קדישא של רבינו הקוה"ט זי"ע פארקומען די גרויסע מעמד מסיבת לחיים בראשות נכדו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועלעכע וועט משמיע זיין במשנתו הטהור, נאך מעריב בבית מדרשינו הגדול, מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף קול סאטמאר.

זכותו יגן עלינו
באריכט
רחמנא אידכר לן קימיה דמשה רעיא מהימנא

היינט נאכט כ"ו ניסן געפאלט די 15'טע יומא דהילולא קדישא פון כק מרן רבינו הקדוש והטהור בעל ברך משה זיעוכי"א, טויזענטער אידן וועלן פוקד זיין די ציון הקדוש בבית החיים דקהילתינו הק' אין קרית יואל און זיך אויסגיסן דאס הארץ להפקד בדבר ישועה ורחמים, בבתי מדרשינו איבער די וועלט וועלן פארקומען די יארצייט סעודות, אנ"ש וועלן צינדן ליכט /זאגן תהילים /לערנען משניות /און געבן צדקה לעילו נשמתו הטהורה מרן רבינו משה בן מרן חיים צבי
-סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט נאכפאלגן-

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועכי''א ובפרט לבנו הגדול מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
בילד
כ"ק גאב"ד דקהילתינו מאנטשעסטער שליט"א ביים מנחם אבל זיין בני הגה"צ גאב"ד מאנטשעסטער זצ"ל.
בילדער · 4
הכנות ביים ביה"ח דקהילתינו הק' קרית יואל צום הילולא קדישא "כ"ו ניסן" פון רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה.
בילדער · 2
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסיבת לחיים היינט נאך שחרית לרגל הילולת הרה"ק הדברי חיים זי"ע בהשתתפות גיסו כ"ק גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט"א -ווי די רבי האט אים מכבד געווען צו פארציילן סיפורים.
מודעה
ואמרתם שב"ח פסח

מוסדותינו הק' "יטב לב" בירושלים עיה"ק
מודעה
קהילתינו הק' לאנדאן
מודעה
כבה נר המערבי

קהלתינו הק' מאנטשעסטער באוויינט די פטורה פון הגה"צ גאב"ד מאנטשעסטער זצ"ל
מודעה
היינט כ"ה ניסן יומא דהילולא קדישא של מרן הרה"ק הדברי חיים זי"ע וועט נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליטא אפרעכטן די מסיבת לחיים נאכן דאווענען בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, ווי די רבי וועט משמיע זיין סיפורי קודש, מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף קול סאטמאר #311

זכותו הגדול יגן עלינו
בילדער · 4
הכנות ביים ביה"ח דקהילתינו הק' קרית יואל צום הילולא קדישא "כ"ו ניסן" פון רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה.

דינסטאגכ"ד ניסן תשפ"א4/6/2021

באריכט
כי תקדמנו ברכות טוב

און די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפצונעמען הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א אלס רב דבית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בלעיקוואד.
וועט אויפגענומען ווערן ביים גרויסן מעמד 'חנוכת הבית' פארן ביהמ"ד און די קומענדיגע וואכן.

הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א איז א זון פון הגה"צ ר' נפתלי פנחס שליט"א דומ"ץ פשעווארסק לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל וואגשאהל שליט"א אב"ד תפארת משה וויליאמסבורג -חתן הרה"ק מספינקא זי"ע

תשית לראשו עטרת פז
באריכט
ימים האחרונים של יו"ט פסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' קרית יואל.

פרייטאג עש"ק שביעי של פסח 8:05 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, קבלת שבת ומערבית: הרה"ג ר' יואל מייזליש זון פון כ"ק גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט"א, נאכן דאווענען איז מען אריבער וואונטשן גוט שבת גוט יו"ט.
12:15 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור, מען האט געזינגן שלום עליכם ביז מלך תמים דרכו, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, בורא מיני בשמים איז געווען 'אזוב והדשים', סדר המאכלים איז געווען אזויווי שבת, כל מקדש: הר"ר פרץ טובי דייטש פון בית שמש, מנוחה ושמחה: ר' יעקב הערש פר"מ פון וויליאמסבורג, נאך די תורה האט מען געזינגן 'שירה חדשה' און 'ובקעך ים סוף' מען האט אנגעהויבן טאנצן 'ויושע' און די רבי האט געטאנצן בעוז ותעצומות די שירה, מיט בענטשן: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, י-ה אכסוף: הרה"ג ר' מאיר מאיער פון בארא פארק, מען האט אריינגעברענג פירות, עס איז פארגעקומען די שלום זכור ביי ב"ר יחזקאל ווצ"ב, ב"ר אברהם משה קליין, ב"ר יואל ברח"מ גרינפעלד, וב"ר אלימלך קליין, אז ביום השביעי: ר' ישראל הכהן לאנדא פון וומ"ס, מען האט געענדיגט 2:10

שב"ק שביעי של פסח איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית 10:45 די רבי איז צוגעגאנגען 'אלע תפילות' פסוקי דזמרה /שחרית /הלל /מוסף, לרגל די הילולא קדישא פון אביו רבינו הקוה"ט זי"ע דעם דאנערשטאג כ"ו ניסן, ביים ליינען (שירה) האט די רבי געליינט, די רבי האט עולה געווען שישי, און געמאכט א קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי הרה"ג יעקב הלל ליכטענשטיין, ר' חיים הערש לאנדא, ור' שלמה אלעזר ניימאן, נאכן ליינען האט מען געזינגן 'קה קלי' ווי די רבי האט געזאגט אז מען קען עס זאגן שבת ווייל סאיז א שבח און נישט קיין תחינה, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית ביי ב"ר יחזקאל ווצ"ב, מען האט געענדיגט 3:20.
ביים מיטאג טיש האט די רבי מכבד געווען מיט בענטשן נכדו הב' ישכר דוב בן הגה"צ ר' ברוך.
נאכמיטאג 7:25 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה ושל"ש, אפאר מינוט נאכן זמן מעריב אריינגעקומען צו מעריב, נאכן דאווענען איז מען אריבער וואונטשן גוט יו"ט.
ארום 12:15 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור בפאליש שע"י הביהמ"ד הגדול, די רבי האט געמאכט קידוש והבדלה, די מצה איינגעטינקן אין זאלץ, און אין די זיפ איז געווען קניידליך, הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס האט געברענגט 'מצה קיגל' און הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל 'מצה כרעמזליך' די רבי האט טועם געווען און געטיילט שריים פארן גאנצן עולם, די זמירות האט די רבי מכבד געווען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנץ ק"י, מיט בענטשן הגה"צ ר' דוד יצחק ווצ"ב שליט"א מו"צ בקהילתינו, מען האט געענדיגט 1:45.
אחש"פ איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00, און צוגעגאנגען צו שחרית און הלל, מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א מען האט געענדיגט 1:50.
ביים מיטאג טיש האט די רבי מכבד געווען מיטן פיוט: נכדו הרב יואל אשכנזי בענטשן: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכמיטאג 7:40 איז די רבי אריינגעקומען צו 'מנחה ונעילת החג' נאך מנחה זיך אראפגעזעצט ביים טיש ווי מען האט געזינגן לכבוד יו"ט, משמש ר' יואל קויפמאן האט אנגעגאסן די בעכער די רבי האט געווינטשן לחיים פאר די חברה קדישה און פארן גאנצן ציבור, די רבי האט געזאגט תורה און בסוף דבריו דערמאנט די שווערע תקופה און אפגעגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן אויף אלע חסדים, ארום 8:50 האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' מען האט איבערגעזינגען 20 מאל, און דערנאך האט די רבי באש קודש פארגעזאגט 3 מאל לשנה הבאה בירושלים, די רבי האט געדאווענט מעריב פארן עמוד לרגל ההילולא קדישא פון אביו רביה"ק זי"ע קומענדיגן דאנערשטאג כ"ו ניסן, נאך מעריב האט די רבי געמאכט הבדלה און געווינטשן א גוטע וואך פאר די ציבור, מען האט געענדיגט 9:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
משה רעיא מהימנא

מיט א התרגשות דקדושה גרייטן זיך רבבות אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר צום 15'טע יומא דהילולא קדישא פון אבינו רועינו מרן רבינו הקדוש והטהור זי"ע בעל ברך משה, דעם קומענדיגע כ"ו ניסן אנגעהויבן פון מארגן מיטוואך ביינאכט ליל הילולא קדישא און דערנאך דאנערשטאג יודהל"ק וועלן אנ"ש אפרעכטן די סעודת הילולא בבתי מדרשינו איבער די וועלט -גרויסע הכנות קומען שוין פאר בעיר הצדק "קרית מלך רב קרית יואל" ביים ביה"ח דקהילתינו הק' צו קענען אקאמאדירן די רבבות ישראל וועלעכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ און פועלן ישיעות ביים ציון הקדוש, און ביים גרויסארטיגע צענטראלע סעודת הילולא רבתי בבית מדרשינו הגדול, סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון בנו הגדול מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט נאכפאלגן.

תאו ואתכנשו להילולא דרבי
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליטא משתתף געווען ביים שמחת הבר מצוה פון נכד רביה"ק זי"ע בן להרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט"א -פארגעקומען באולם קרן ויואל משה בק"י.

שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע

מאנטאגכ"ג ניסן תשפ"א4/5/2021

נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון נכדת רביה"ק זי"ע הכלה בת הגה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ דקהלתינו ב"פ בן כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א מיט החתן בן הגהצ ר' יעקב יוסף מאיר שליט"א ראש ישיבת סטעמפארד קאנעטיקיט.

שישו ושמחו בשמחת רבינו הקדוש זי"ע
באריכט
קאנסטרוקציע ביי בנין האדיר והמפואר ת"ת "בנין קליין" אין קרית יואל הייבט אן מאסיווער געיעג, "סוף קומענדיגן יאר לויפן די מוסדות אויס פון פלאץ!!!"

ביי אן אסיפת הנהלת המוסדות איז מען מחליט ארויסצוקומען מיט א גרויסער 'קאמפיין' פארן בנין הגדול צו דעקן די 5 מיליאן דאלאר וואס וועט נישט זיין געדעקט נאכן פארקויפן אלע גרויסע זכותים, -אויסנאם שריט לאלפים קעש ראפעל אויף $25,000 פאר נדבני בוני הבית -$1,800

בנין האדיר וועט זיין דער 'גרעסטער בנין להרבצת התורה וואס קרית יואל פארמאגט!!' באשטייענדיג פון אזויפיל ווי 145,000 סקווער פיס!! און וועט אקאמאדירן אריבער 2,000 תלמידים! וועלעכע וועלן לערנען צווישן אירע ווענט יעדן טאג אינעם יאר!!! אנשי שלומינו מתכוננים!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ב ניסן תשפ"א4/4/2021

ווידיאו
נעילת החג בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

פרייטאגכ' ניסן תשפ"א4/2/2021

מודעה
ויושע ה' ביום ההוא את ישראל

בקרב קהילתינו הק' וויליאמסבורג וועט מען זיך צוזאמקומען היינט ליל שביעי של פסח ברוב עם "לשירת הים" בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בבית מדרשינו הגדול בשעה 12:00

שירה חדשה שבחו גאולים, יחד כולם הודו והמליכו ואמרו
מודעה
ויושע ה' ביום ההוא את ישראל

זמנים לימים אחרונים של פסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, היינט ליל שביעי של פסח וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור "ושירת הים" ארום 12:00 אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל, שחרית שביעי של פסח ארום 10:30, מנחה ושל"ש 7:00, ליל אחרון של פסח וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 12:00 בפאליש שע"י הביהמ"ד, שחרית אחרון של פסח 10:00, מנחה ונעילת החג 7:00, חג כשר ושמח!
נייעס
היינט פרייטאג נאכמיטאג האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באטייליגט אין מאנסי ביים לוי' פון הרבנית מראצפערט בארזיל ע"ה אייניקיל פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וועלעכע איז נעכטן נפטר געווארן אין עלטער פון 99 יאר, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
בילדער · 2
לא נתנו המועדים אלא לעסוק בהם בתורה

שיעור כללי בהלכות רפואה בשבת דורך הרה"ג רבי יואל אשר פישער שליט"א מו"ץ בקהילתינו מאנטריאל בבית מדרשינו הגדול במאנטריאל.
בילדער · 3
לא נתנו המועדים אלא לעסוק בהם בתורה

שיעור בענין חליצה מיוחד ללומדי חבורת יסודי התורה דורכ'ן דיין הרה"ג ר' הערש לייב בערענשטיין שליט"א, בבית מדרשינו הגדול במאנסי.
באריכט
ראשית גז צאנך תתן לו

באריכט פונעם געהויבענעם מעמד מסירת ראשית הגז ע"י כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ב' דחוה"מ בביהמ"ד הגדול קרית יואל במעמד אלפי ישראל.

ארום 3:30 האט די יו"ר המעמד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים מדייני קהילתינו הק', געעפענט די מעמד בטוב לשונו בבירור עניני ראשית הגז, די ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה מיט הויך-שטאקיגע פארענטשעס מיט זקנים עם נערים וואס זענען געקומען זיך באטייליגן אינעם שמחה של מצוה ברוב עם הדרת מלך, ארום 4:20 האט מען מקבל געווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און מען האט אויסגעבראכן און פייערדיגע ריקודין 'אשר בחר בנו מכל העמים' און מען קען מקיים זיין מצוות ה' ברוב עם, דערנאך האט הגאון הגדול מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א משמיע געווען דעם דבר ה' זו הלכה, דערנאך האבן די בעלי מנגנים פארגעזינגן דברי חריזון, די רבי האט משמיע געווען דב"ק און אנגעהויבן מיט דברי שבח פאר השי"ת אז מען קען זיך צוזאמקומען אין ביהמ"ד "..ספארגעסט זיך נישט וואס איז געווען די מצב פון כלל ישראל היינט א יאר צוריק און ב"ה אז היי יאר קען מען זיך צוזאמקומען און אפרעכטן די יו"ט ..איך וויל געבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער 'ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה' אז מען קען זיך צוזאמקומען.." און דערנאך משמיע געווען לענגערע דב"ק, בטוב טעם ודעת מסביר געווען די הלכות פון ראשית הגז אלע מיני קנינים אא"וו, לויט אלע שיטות פון די גמרא ראשונים ואחרונים, נאך די לענגערע דב"ק האט די רבי אפגעדינגן די מקום פונעם בימה פונעם ראה"ק הרה"ח ר' דוד עקשטיין צו קענען קונה זיין בקנין חצר, און געדינגן פועלים, און געקויפט די כבשים פונעם מוכר, און געמאכט קנין סידור, און דערנאך אראפ צום בימה און געמאכט די קנינים פון משיכה /חצר /הגבהה /ומסירה -מיט די הילף פון די פועלים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אלעס ארום די מצוה פון ראשית הגז וגודל מצותה, און בתוך דבריו מקבל געווען בברכת 'ברוך הבא בשם ה' דעם כהן הגה"צ רבי בנציון הכהן שטראססער שליט"א אבדק"ק נייטרא בארא פארק "..וואס איז פון די חשובסטע רבנים אין בארא פארק" און דערמאנט אז דעי כהן איז געקומען יו"ט פסח "..אבער סאיז שוין דא א קשר מיט דעם כהן צו יו"ט פסח אסאך יארן, ער איז געווען פון די ערשטע רבנים וואס האבן פארשטאנען אז די ווייץ איז א פראבלעם און ער איז מיטגעקומען קיין אריזאנע שניידן ווייץ שוין אסאך יארן צוריק.." און דערנאך געווינטשן ברכות לרוב פארן כהן, און ממשיך געווען דב"ק בהלכות נתינות מתנות כהונה און איבער מאכן א ברכת שהחיינו, נאך די 2'טע דב"ק האט די רבי א לענגערע צייט פון איבער א האלבע שעה געשניטן די וואל פון די כבשים 'מצוה בו יותר מבשליחו' אליין אן קיין שליח מיט א ברען און א קאך פארן מצוה, בשעת די מנגנים האבן געזינגען נגוני התעוררות ושמחה בקיום המצוות, ביים ענדיגן האט זיך די רבי ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודין פאר עטליכע מינוטין דערנאך האט די רבי נאכאמאל משמיע געווען דברות קודש איבער די ענין המצוה ובדברי דרוש ופלפול בקשר מצות ראשית הגז לחג הפסח און איבער גודל השפעתה, און געזאגט אז סאיז נישט נאר משפיע פאר ווער עס איז עס מקיים נאר הנטפל לעושי מצוה הרי הוא כעושה מצוה און עס איז משפיע פאר אלע נטפלי המצוה, און געווינטשן לענגערע ברכות הקודש, די רבי איז ארויס און צוריק אריינגעקומען מלובש בבגד חדש, און געזאגט ברשפי אש קודש די לשם יוחד און געמאכט די ברכה להפריש מתנות ובקול חוצב לאהבות אש די ברכת שהחיינו בשם המלכות, און איבערגעגעבן פארן כהן די ראשית הגז, און אויסגעבראכן און א געהויבענע פייערדיגע ריקוד 'אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו' אז מען האט זוכה געווען מקיים צו זיין א מצוות עשה דאורייתא, דערנאך האט די כהן המיוחס הגה"צ אבדק"ק נייטרא ב"פ אויפגעטרעטן און בתוך דבריו ארויסגעברענגט די זכיה פון אנ"ש פון האבן אזא רבי "א ראש ישיבה פון תורה תורה תורה" וואס האט די "כתר תורה, כתר מלכות, וכתר שם טוב" און דערנאך געבענטשט די ציבור לאלפים מיט 'ברכות כוהנים'.
דערנאך האט די יו"ר אויסגערופן 'הגיע זמן מנחה' ומפני קוצר הזמן איז נישט פארגעקומען די מעמד הפייתות פון די גורלות אויף די מתנות כהונה, נאר די רבי האט פארטיילט די מתנות כהונה די זרוע פאר הרה"ג ר' יוסף שטראססער זון פונעם נייטרא ב"פ רב, לחיים פאר הרה"ג ר' בערל הכהן גלאנץ שליט"א, קיבה פאר נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א, און זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט בשמחה של מצוה און א פייערדיגע ריקוד 'האטס געפועלט אלעס גוטס'.

"די מחזה נורא וואס אלפי אנ"ש האבן מיטגעהאלטן, די שמחה של מצוה, די ברען און קאך צו א מצוה, ווי אזוי א מנהיג ישראל גייט צו צו א מצוה, איז נישט שייך צו באשרייבן פאר ווער עס האט עס נישט געזען,

ועל ידי זה ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט פארנאכטס האט באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א פון בלמינגראוו בגלילות ק"י, ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה, אזוי אויך האט ער איבערגעגעבן א גריס פארן רבין פון הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם רב דקהילתינו בלמינגראוו זאגענדיג "אז דאס איז די גרעסטע כח אינעם געגענט"
ווייז פריערדיגע טעג