בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגל' מנחם אב תשפ"ו8/13/2026

מיטוואךכ"ט מנחם אב תשפ"ו8/12/2026

ווידיאו
חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה דורך די תלמידי הישיבה לע"נ הב' יודא ע"ה בן הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בראשות ראש הישיבה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 26
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד סיום כתיבת ספר תורה בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה, וואס ווערט אריינגעגעבן דורך די תלמידי הישיבה לע"נ הב' יודא ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט''א ממציוני תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגכ"ח מנחם אב תשפ"ו8/11/2026

ווידיאו
סיום כתיבת האותיות בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה בראשות ראש הישיבה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מאנטאגכ"ז מנחם אב תשפ"ו8/10/2026

בילדער · 30
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - סעודת הילולא רבתי, במקהלות אלפי אנ''ש, בהיכלי בית מדרשו של בעל הילולא זיע"א, ביהמ"ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.

יואל יצ"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

זונטאגכ"ו מנחם אב תשפ"ו8/9/2026

בילדער · 23
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - עלי' לציון הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 10
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - תפילת שחרית ומסיבת לחיים בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א
בן הגה"צ ר' אברהם מאיר שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב''פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א. ‏

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - עלי' לציון הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - ערשטע בילדער עלי' לציון הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - תפילת שחרית בישיבה על קברו בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

פרייטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ו8/7/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר בער רובינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין הת"ת בנין גאלדשטיין. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף יאר מיט מער לימוד התורה און מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען, און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.מפארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישעי' אייגנער הי"ו.
- ב''ר יקותיאל יודא מאלאח הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שארון הי"ו פון פלעטבוש אינאיינעם מיט בני משפחתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בית השחיטה און די מקוה טהרה נאכן באזוכן דארט בעפאר, און איבער די ביליגע פרייזן צו מאכן שמחות אין קר"י, דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט, ובפרט פאר די קופת הצדקה פון הרבנית הצ' תליט"א, און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.

ארום 7:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש צום שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און האדמו"ר מדאמבראווע שליט"א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך איז פארגעקומען די פדיון הבן, אלץ כהן הפודה האט געדינט הר"ר יחיאל גלאנץ שליט"א חתן הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און געטייטשט אז ביי א פדיון הבן איז הקב"ה אויך מוחל אלע עבירות פון אלע משתתפים אזוי ווי ביי א ברית, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב יהודה גארמי שליט"א הויפט רב פון איראן אינאיינעם מיט חברי הנהלת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין איראן היינט צוטאגס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 איז דער רבי אריין אינעם נייעם ביהמ''ד בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה וחנוכת הבית אינאיינעם מיט די פילע נייע שטובער און איינריכטונגען וועלכע זענען געבויעט געווארן לטובת אלפי אנ"ש הבאים אל הקודש פנימה.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג מיט א ברכה און דערנאך מכבד געווען די ראשי הקהילה און די נדבנים צו קלאפן א מזוזה אויף די איבריגע שטובער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי הקהילה נדבנים און עסקנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט מיט קורת רוח אז מען האט אהערגעשטעלט דא אינעם שטוב פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א א בית וועד לחכמים ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם און ערמעגליכן צו מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר שטוינענד ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכות לרוב.

אויך איז אריין בקודש פנימה עסקני מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט ר' נתן ראזענבלאט הי"ו פון ירושלים - א גרויסע לויער למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס און שטייט אלץ צו די הילף פאר מרכז עזרה ויועץ, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילע פעולות און מהלכים וואס מען באניצט זיך ארויסצוהעלפן טויזענטער בחורים פונעם גזירת הגיוס, און ער האט זיך דערביי שטארק באדאנקט פאר די הילף וואס חסידי סאטמאר שטעלן צו מיטן בויען נאך און נאך אפיסעס ארויסצוהעלפן ווי מער בחורים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א אבראמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברד"א גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו.
- הר"ר יואל אקער שליט"א און הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.

ארום 10:10 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שמחת קישור החיתון פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, החתן בן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד צישענוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער מנהגי נשואין ביי רבותינו הק' זיע''א לבית סיגוט און צאנז.
מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בני משפחה, און פארן גאנצן ציבור, צום סוף האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה ובני המשפחה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל תליט"א, מען האט געענדיגט ארום 10:30.

אויך איז פארגעקומען בקו''פ א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת מוסדות החינוך פון מאנטיסעלא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות התורה איבער די גאנצע יאר, און איבער די פילע נייע תושבים וועלכע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטיסעלא נאך די רוף פון רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פארגאנגענע כ"ו ניסן פאר כלל חסידי זיך אריבערצוציען פון ברוקלין קיין מאנטיסעלא, און דער רבי האט זיי מאציל געווען צברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.
- ב"ר שמואל שאלילאף הי"ו.
- ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר ברוך מרדכי רייך הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' צבי מרדכי מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' יצחק האכהייזער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברי"מ לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' עזריאל בלומענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:05 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ שבט הלוי מאנסי אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים פון די 'הגיבורים' ארגענעזאציע לעניני טעכנעלאגיע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פון די ארגענעזאציע און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת 'מוסדות קרית יואל' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א פונעם היינטיגן באזוך דורך די הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל אין מחנה בית רחל ווי זי איז ענטפאנגען געווארן מיט די ריכטיגע כבוד דורך די טויזענטער תלמידות און מען האט איר באדאנקט פאר איר הילף לטובת החינוך, און באזונדער אויסגעשמועסט די דעטאלן פונעם נאכפאלגנדער זיצונג מיט די עסקנים אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת אחב"י תושבי ניו יארק בכלל און תושבי קר"י בפרט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל נפתלי הירצקא גלאנץ הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א און הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה אין די זאלן פון גינת קליין.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש מיט די רבני וועד לטהרנו דקהלתינו הק', מען האט א לענגערע צייט דן געווען איבער די שטארקע הצלחה בנוגע טעכנעלאגישע כלים מיטן הכשר פון וועד הקהילות, דער רבי האט אויסגערימט די פעולות פון וועד הקהילות און איבערגעגעבן הוראת קדשו צו שטיין ווייטער על המשמר מיט א פאראייניגטן כח אינאיינעם מיט אלע קהילות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה שטעסל שליט"א מדייני בעלזא ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות טריפות, און איבער די נייע בעלזא שטעטל וועלכע בויעט זיך יעצט אין אמעריקע, דערביי האבן די דיינים ארויסגעברענגט די שטארקע אפקלאנג וואס די דרשות פון רבינו שליט"א האבן בנוגע וואס דער ציל פון האבן א אייגענע שטעטל און וואס מען דארף זיכער מאכן ביים בויען א נייע אידישע שטאט, ובפרט נישט צו בויען נעבן א עקזיסטירנדע חסידישע שטעטל וואס מאכט חרוב יענעמס הארעוואניע און יענעמס צילן פון בויען א עקסטערע שטעטל, און דאס האט א שטארקע השפעה אויף אלע ערליכע קהילות, הגה"צ רבי פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן על מס' הש"ס און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מסקאליע שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר מעין גנים פון זקינו הרה"ק מסקאליע זצ"ל וואס איז לעצטנס איבערגעדרוקט געווארן, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל קאסירער הי"ו (מאנסי) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר צבי ווייס הי"ו.
- ב"ר יצחק שניטצער הי"ו.
- ב"ר אליעזר וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר ישכר מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם מאיר שווארץ הי"ו.
- ב"ר אליעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
- ב"ר חיים רחמים סרוגא הי"ו.
- ב"ר דוד וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד.
אויך איז אריין בקו''פ הר"ר מרדכי דוב מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' אהרן שליט"א ונכד הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו פרי חמד אויף רבית, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די 'חומש סעודה' פאר די 550 תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל, ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם מעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 1:50.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף די יערליכע באזוך אין מחנה בית רחל.
ביים אנקומען ארום 2:45 איז דער רבי אריבער אינעם נייעם ביהמ''ד פון די קאנטרי 'בית אברהם אבא'. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני המחנה און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פאר די רבני המחנה, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בשבח פון הנהלת המחנה וועלכע גיבן זיך אוועק פאר די תלמידות הבית רחל אז זיי זאלן קענען נתחנך ווערן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות ע"ד המסורה לנו, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן פאר הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, ספרו לב אהרן אויסצוטיילן פאר די לומדי הכולל שע"י מחנה בית רחל.

דערנאך ארום 3:05 איז דער רבי אריבער צו בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער תלמידות בית רחל, דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב''ק והדרכה בעניני צניעות, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א און געבעטן דעם רבי'ן בשם די טויזענטער תלמידות אז דער רבי זאל אינזינען האבן די תלמידות אין די ימי הרחמים והרצון מען זאל קענען שטייגן בתורה ויראת שמים און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו איינע פון די דארמעטארי בנינים, און זיך אומגעקוקט אויף די שלאף צימערן, דערביי האט דער רבי געבעטן די הנהלת המחנה מ'זאל זיך אריינלייגן צו פארברייטערן די דארמיטארי בנינים צו קענען אהערשטעלן שלאף צימערן פאר די תלמידות אויף א מער א רחבות'דיגע פארנעם, און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת המוסדות און חברי הנהלת המחנה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.

פון דארט איז דער רבי געפארן קיין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא צו די שמחת הכנסת ספר תורה לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה.
ארום 3:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני תורה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקריה.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר
די פילע אנוועזנדע רבנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה פון א סיום כתיבת ספר תורה, און מאריך געווען בשבח המקום וועלכע איז א הערליכע ווינקל א מקום שהכול פונים בה במשך די זומער וואכן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטעלן צו אלע געברויכן פארן ציבור במשך די לעצטע 27 יאר וואס די קריה איז געגרינדעט געווארן, דער רבי האט דערמאנט דעם חשובן דיין הגה"צ רבי לייבוש זצ"ל וועלכע איז געשטאנען בראש פון די קריה במשך אלע יארן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר בנו דומ"ץ הקריה וועלכע גייט אין די דרכים פון זיין טאטע און איז עוסק לדון ולהורות פארן גאנצן ציבור, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט געענדיגט ארום 4:25.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום המספיק רעזארט אין די קעטסקילס, דער רבי איז צום ערשט אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם רעזארט אויף א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך אין די קעטסקילס און איבער די פילע פעולות פון די המספיק ארגענעזאציע, צווישן אנדערע די קעמפ 'ממתקים' פאר פילע תלמידות פון המספיק אוו ראקלענד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו, און פאר הר''ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט''א מנהל מחנה ממתקים.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין פון קעמפ ממתקים און זיך אומגעקוקט אינעם נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם בנין און אריין אין זאל ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות און די איינגעשטעלטע פונעם קעמפ.
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א און מקבל געווען פני רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון ארויסהעלפן חולי ישראל, און האט דערמאנט לשבח פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט דעם מוסד און טוט אזויפיל פאר חולי ישראל שוין פאר לאנגע יארן, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 5:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת ווערטהיימער אינעם רעזארט ווי עס איז פארגעקומען דער סיום מסכת שבת - תלמוד ירושלמי במסגרת חבורת תורתך שעשועי. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיטן נואם הכבוד הרה"ג ר' נח אייזיק איילבוים שליט"א אבד"ק הומנא, און מען האט געזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה ביי א סיום מסכת איז נישט נאר אויף די מסכת וואס מען האט געענדיגט נאר אויך פרייט מען זיך אז מען הייבט אן א נייע מסכת, און ארומגערעדט בשבח פון די מסיימים וואס א גרויס חלק האבן שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מסיים זיין גאנץ תלמוד ירושלמי און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת חבורת תורתך שעשועי און פאר אלע לומדים.

אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון ורוח החיים פון חבורת תורתך שעשועי.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה מיט אירע קרוב צו 300 זיץ פלעצער. און ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די רעזארט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א און הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל מאיער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם פארקאש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך מנחה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג און הרה"ח ר' חיים עלענבויגן הי"ו.
- הר"ר הערש אלימלך רובינפעלד שליט"א און הר"ר יואל ברמ"ג שפיטצער שליט"א.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' צבי אביגדור פעקעטע שליט"א אבד"ק נאפקאר און האט איבערגעגעבן ספרו החדש אמרי טל מיט א קיצור פונעם ספר שמלה חדשה אויף הלכות שחיטה, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ג מנחם אב תשפ"ו8/6/2026

ווייז פריערדיגע טעג