בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגו' אייר תשפ"א4/18/2021

מודעה
לקראת שבת לכו ונלכה

שב"ק צופרי וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אפרעכטן די סעודה אינאיינעם מיט די זקני פני העדה חברי חבורת "אהבת קדומים"
מער פרטים וועט נאכפאלגן.

שבת קודש נפשות ישראל בצל כנפיך יחסיון ירוין מדשן ביתך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
לקראת שבת לכו ונלכה

שב"ק לסדר בזאת יבא אהר"ן אל הקודש פרשת אח"ק -ביקור מרומם ע"י עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק בבארא פארק.

שבת קודש נפשות ישראל בצל כנפיך יחסיון ירוין מדשן ביתך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
היינט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין מאנסי ווי די רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א וועלעכע זיצט שבעה ע"פ בתו ע"ה.

שבת קודשה' אייר תשפ"א4/17/2021

באריכט
צווישן אנדערע האט זיך דעם ליל שב"ק באטייליגט ביים עריכת השלחן הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א כ''ק הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בבארא פארק וועלעכע וויילט אין קרית יואל לרגל די קידושא רבא פון עלטסטע אייניקיל ביי בנו הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י ומשפיע בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -ווען דער רבי האט אים באמערקט האט דער רבי געהייסן ברענגן א בענקל און ארויפגעריפן ציעשנוב'ע רב זיצן ביים רבינס טיש, נאך די סיפורי קודש -דעי וואך פונעם ראפשיצע רב זי"ע- האט דער רבי מכבד געווען די ציעשנובע רב צו דערציילן סיפורים און דערנאך האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען מיט סיפורי קודש.

קול רנה וישעוה באהלי צדיקים

שב"ק צופרי נאכן דאווענען האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת 'הקידושא רבא' וואס איז פארגעקומען בביהמ"ד ציעשנוב אין קרית יואל, מען האט געזינגן נגוני שמחה דערנאך האט די רבי געמאכט קידוש און געווינטשן די זיידעס און די בעל שמחה און די גאנצע ציבור, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נאך נגוני שמחה, ביים קידוש האט זיך פארצויגן א לענגערע שמיס מיט כ"ק גאב"ד ציעשנוב שליט"א און מיט בנו הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגד' אייר תשפ"א4/16/2021

בילדער · 2
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים זיך אימקיקן ביי די בוי ארבעט אינעם צייטווייליגן בנין פאר די ישיבה קטנות ווי די בחורים זענען סטאנציאנירט ביז מען וועט ענדיגן די בוי ארבעט ביים גיגאנטישן "בנין הישיבות" דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג.
נייעס
אנגעהויבן פון דעם ליל שב"ק במשך ימי הקיץ -ביז מען פארט אין קעמפ- וועט פארקומען די באטע דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג בשעה 11:15
נייעס
נעכטן דאנערשטאג ארום 12:15 ביינאכט איז געווען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א וועלעכע וויילט אין דעי טעג אין קרית יואל, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס.
מודעה
סדר מעמד "הכנסת ספר תורה" דעם שב"ק בבית מדרשינו החדש 'בנין געלבשטיין' שכונת קעיסקעיד וויליאמסבורג.
באריכט
שישו ושמחו בשמחת התורה

דעם שב"ק קומט פאר די 'הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו החדש והמפואר 'בנין געלבשטיין' דקהילתינו הק' וויליאמסבורג דורך הני תרי צנתרי דדהבא בונים ומקים עולמות של תורה ה"ה הרבני הנגיד המורומם ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש מנהל מוסדותינו הק' וומ"ס והשני בדומה לו הרבני הנגיד המרומם ר' אברהם בראך מגדולי עסקני קהלתינו הק' "לזכות ולהצלחת ממלכת התורה מוסדותינו הק' בעיר וויליאמסבורג", לרגל הכנסת ספר תורה וועט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א דאווענען שב"ק צופרי בבית מדרשינו החדש בנין געלבשטיין ווי די רב וועט אריינפירן די תורה און טאנצן די הקפות כנהוג, נאכן דאווענען וועט פארקומען די גרויסע קידוש בראשות פונעם רב שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

דעם שב"ק קומט פאר די קידושא רבא פאר נכדת רביה"ק זי"ע איר אייניקיל ביי חדב"ן כ"ק גאב"ד דקהילתינו מאנטריאל שליט"א עלטסטע אייניקיל ביי חתנו הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י ומשפיע בישיבתינו הק' בת הנולד לחתנו הרב אלחנן חיים ט"ב, קומט פאר בביהמ"ד ציעשנוב ק"י בהשתתפות די גרויסע פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
ווייז פריערדיגע טעג