בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךט' אייר תשפ"א4/21/2021

מודעה
ברכת מזל טוב פון "קהילתינו הק' קרית יואל" און פון חבורת "יסודי התורה" -סניף ק"י פאר הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט.
בילדער · 2
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל ביים פארענדיגן איבערמאכן די פאדלאגע אין חדר שמואל בנימין.
בילדער · 2
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל ביים אינסטאלירן די מאסיווע עיר קאנדישען סיסטעם אינעם אינטערשטן שטאק פונעם נייעם דרום פליגל אין ביהמ"ד הגדול.
מודעה
קרן הבנין אפדעיט פון בית מדרשינו הגדול בקרית יואל
מודעה
והיה כי ישאלך בנך

בקרב קהילתינו הק' קרית יואל קומט פאר היינט די ערשטע פון די צוויי גאר רייכע שיעורים "והיה כי ישאלך בנך" דורכן מחנך נפלא הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א צוגעשטעלט דורך מפעל 'חיינו' בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט פאר בבית מדרשינו הגדול,
-אזוי אויך וועלן נישט פארקומען אלע שיעורים בבתי מדרשינו און די צייט פונעם גאר וויכטיגע שיעור.
בילדער · 13
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מיט האדמו"ר המקובל הרה"צ רבי יאשיהו פינטו שליט"א בבית השחיטה המהודרת דקהילתינו הק' קרית יואל ביי זיין באזיך אין קרית יואל פארגאנגענעם דינסטאג תז"מ.

בילדער קרעדיט: שאט די דאט
מודעה
וויכטיגע מודעה פון 'חברה קדישא' דקהילתינו הק' פאר די וואס האבן ל"ע אין די משפחה נפטרים פון מגיפת הקאראנע.
מודעה
היינט ט' אייר געפאלט די 5'טע יארצייט פון הרבני הנגיד המפורסם בונה ומקים עולמות של תורה ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהילתינו הק' וועלעכע איז געשטאנען במסי"נ לימין רבותה"ק זי"ע ולהבחט"א כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרומם קרן קהילתינו הק', אנ"ש וועלן צינדן ליכט און לערנען משניות לע"נ.

מקום מנוחתו סמוך ונראה לאוהל רבותינו הק' זי"ע בביה"ח בקרית יואל.

יהא זכרו ברוך, תנצב"ה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגח' אייר תשפ"א4/20/2021

באריכט
🌴 דינסטאג אח"ק בצל הקודש🌴

היינט פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לבן הנולד לר' אברהם עמרם מארקאוויטש ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה, דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים ב"ר אברהם וואלף פילאפף
וב"ר חיים עוזיאל פריעד
וב"ר יואל ווערצבערגער
ובני ר' יצחק יעקב שמעון ליכטנשטיין -תאומים

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע 'תהילים שיעור' קאפיטל ג' פסוק ג' "רבים אומרים לנפשי אין ישועתה" וכו'

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין היכל הביהמ''ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מודעה משמחת

אויפן פארלאנג פונעם ציבור וועט מען בעז"ה צוריק אנהייבן מעלדן די טעגליכע נייעס בצל הקודש ברית'ן /תפילון לייגן /תנאים /חתונות וכדומה, דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴

פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער, קאנטאקטן די עדמין אויף @Satmara_NiyesAddmin Email: Satmaraniyes@gmail.com
ווידיאו
די פרישע פאדלאגע אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול, לפאר ולרומם בית השם!
בילדער · 3
די ארבעט ביים אראפנעמן די אלטע פלאר אין 'חדר שמואל בנימין'
מודעה
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל האט מען אין דעי טעג אנגעהויבן איבערצומאכן די פלאר -פאדלאגע, אינעם "צד צפון" פונעם ביהמ"ד -חדר שמואל בנימין /יוסף אליהו /ישראל דוב.
בילדער · 3
נאך פון די באזיך פון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
בילד
היינט פארמיטאג איז געווען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.
בילדער · 5
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל פארענדיגט מען אין דעי טעג די בוי ארבעט אינעם אינטערשטן שטאק פונעם נייעם ריזן דרום פליגל, וואס וועט בעז"ה זיין פארענדיג אויף "יו"ט שבועות" הבעל"ט.

מאנטאגז' אייר תשפ"א4/19/2021

ווידיאו
דרשת פתיחת הזמן בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר דורכן ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די אריבער 'טויזענט' תלמידים פון די 6 סניפי מתיבתא.
ווידיאו
דרשת פתיחת הזמן בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר דורכן ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די אריבער טויזענט תלמידי המתיבתא.

די רבי האט ארומגערעדט נאך די דברי דרוש ופלפול לענגערע דברי הדרכה מוסר וחיזוק -בפרט איבער אויפשטיין פארטאגס /אנהאלטן די תקנה פונעם מייסד הישיבה מרן רביה"ק זי"ע נישט גיין צו חתונות /נישט צורירן צו די כלים טמאים /די גרויסקייט פון סעודת רעוא דרעווין /נישט אויסהערן נישט ערליכע זינגערס, און דערנאך מסיים געווען מיט ווארימע דברי ברכה אז די זומער זאל אדורך גיין בשלום.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מודעה פאר די זקני פני העדה חברי חבורת "אהבת קדומים"
נייעס
לכו בנים שמעו לי

היינט וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -ראש ישיבתינו 'מתיבתא הקדושה' תו"י דסאטמאר, משמיע זיין דב"ק דרשת פתיחת הזמן לזמן הקיץ פאר תלמידיו די 'אריבער טויזענט' תלמידי המתיבתא פון אלע 6 סניפים, -בשעה 1:15 בהיכל ישיבתינו סניף דברי יואל, ווי די ביהמ"ד ווערט אנגעפילט בלויז מיט בענק צו קענען אקאמאדירן די אריבער 1000 תלמידים, מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף קול סאטמאר #311 פון די מעין מעניו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
פארגאנגענעם דאנערשטאג האט באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב אינאיינעם מיטן פלומעניק הגה"צ ר' אורי האלבערשטאם וועלעכע האט ארויסגעגעבן די נייע ספר דברי חיים על הלכות טהרה, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמיס פון איבער א שעה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג