היינט פרייטאג עש"ק האט באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית האכסניא אין בארא פארק הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק וועלעכע וויילט אין דעי טעג אין ניו יארק.
🌴 פרייטאג אח"ק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר ווייזער ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית ישיבה קטנה 'סניף זרע קודש' בק"י לרגל ההילולא קדישא של הרה"ק די ראפשיצע רב זי"ע וועלעכע די ישיבה איז נקראת על שמו, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל אהרן מיטעלמאן.
די רבי האט געצינדן 5 ליכט לקראת ההילולא קדישא.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א 'מסיבת לחיים' ווי די רבי האט משמיע געווען דב"ק עטליכע סיפורי קודש פונעם בעל הילולא און קורצע דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
שטח וואס איז אפגעקויפט געווארן אינעם נייעם חרדישן יושב אין 'לינדען ניו דזשערסי' דורך קהילתינו הק' בברכות קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר א ביהמ"ד לתורה ולתפלה דקהילתינו הק'
ופרצת ימה וקדמה
מודעה
מאפע און אנווייזונגען צו געהויבענעם עריכת השלחן הטהור ליל שב"ק.
מודעהמודעה
סדר וזמני 'שבת המרומם' שב"ק אח"ק בצל קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' בארא פארק.
נייעס
היינט פרייטאג יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק די ראפשיצע רב זי"ע וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דאווענען שחרית אין ישיבה קטנה סניף 'זרע קודש' בק"י -הנקראת על שמו, און נאכן דאווענען אפרעכטן די מסיבת לחיים ודב"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט נאך מעריב האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זיך אומגעקיקט אין די נייע תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע וואס ווערן פארענדיגט און וועט אריינגיין אין באנוץ אין די נאנטע טעג, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די זאלן און דערביי געהערט א באריכט פון הר''ר איתמר מייזליש איבער די פלענער אויף ווייטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגי' אייר תשפ"א4/22/2021
מודעה
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
און די יעצטיגע טעג זענען עסקני אנ"ש אריין און קאנטראקט אויף א שטח אינעם נייעם חרדישן יושב אין "לינדן ניו דזשערסי" ווי עס וועט געבויעט ווערן א ביהמ"ד לתורה ולתפלה דקהילתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר!
גדול יהיה כבוד הבית הזה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 דאנערשטאג אח"ק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים יחזקאל הירש ווי די רבי איז געווען סנדק.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר אליעזר מענדל פילאפף.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.
פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים הר"ר דניאל דוד שטיינבערג -ק"י ר' יוסף וויינשטיין -ק"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 מיטוואך אח"ק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' בנציון שווארץ ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג', פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר חיים אלי' פעלבערבוים וב"ר שמואל לאנדא וב"ר מרדכי יודא שווארץ.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע 'תהילים שיעור' קאפיטל ג' פסוק ג' "רבים אומרים לנפשי אין ישועתה" וכו'
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים,
נאכן דאווענען איז די רבי אנגעקומען און הויף פון הרה''ח ר' אברהם לייב בראך לרפו''ש צו "ברכת אילנות" ווי די רבי האט געמאכט די ברכה אויף די ביימער און דערנאך אריין און שטוב פון הרה''ח ר' אברהם לייב אויף א מסיבת לחיים ווי די רבי האט געוואוטשן ברכות לרוב.
פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' מענדל וואלף דרוממער -מאנסי ר' אשר שמואל כ"ץ -ק"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
NEW!!! סאטמאר'ע נייעס 🌴 אויף וואטסעפפ:
אויפן פארלאנג פון די וואט"ס עפ"פ באניצער האבן מיר געעפענט א גרופ!! שרייבט אייך שוין איין 👇👇👇
"כל הקודם זכה!"
זייט א מזכה את הרבים און שיקט ארום די לינק פאר אייערע חבירים אויף וואטס עפפ!
"צהלו ורוני יושבת 'בארא פארק' כי גדול בקרבך קדוש ישראל"
בילדער · 4
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים דרשת פתיחת הזמן בקרב קהילתינו הק' מאנסי.
בילדער · 2
ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם דינסטאג תז"מ בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
באריכט
תושבי בארא פּארק איינגעהילט מיט התרגשות דקדושה מיטצוהאלטן דעם שבת התרוממות בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מיט גרויס פרייד און דערהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי בארא פארק צום ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע וועט פראווענען דעם געהויבענעם שבת לס' בזאת יבא אהרן אל הקדש (אח"ק) אינעם עיר הבירה בארא פארק.
נאך א צייט אפשניט פון דריי און אהאלב יאר וועט מען יעצט ווידער האבן די זכי' אז מרן רבינו שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת בביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, און אין די טעג לייגן די עסקנים אריין אינטענסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן, ובפרט דעם געהויבענעם של"ש סעודות. ווי עס ווערט געמאלדן וועט דער רבי שליט"א פראווענען דעם סעודת ליל שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון מוסדותינו אין בארא פארק אויף א געהויבענעם פארנעם, כנהוג יעדן שב"ק אין קרית יואל ווי די רבי פראוועט בצוותא חדא מיט די תלמידי הישיבה. נאך די סעודה וועלן די בחורים ארויפגיין אויף די פארענטשעס, און איבערגעבן זייער פלאץ פאר די בעלי בתים נכבדים דקהלתינו הק'. דעם סעודת יום שבת קודש וועט מרן רבינו שליט"א פראווענען אינאיינעם מיט די זקני פני העדה חברי "אהבת קדומים" דקהלתינו הק'. עס וועט זיין א געהויבענע מאמענט ווען מרן רבינו שליט"א וועט פארברענגען בדברי תורה וסיפורי צדיקים אינאיינעם מיט די חשובע זקני קהלתינו הק', און דערביי וועט די רבי אריינבלאזן הויפענעס פון חיזוק אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן. אין די נאכמיטאג שטונדן וועט מרן רבינו שליט"א משמיע זיין א שיעור בפרקי אבות, וואו עס וועט זיין א געלעגענהייט צו נהנה זיין מנועם אמרותיו הקדושים, הערליכע דרושים ופלפולים, דברי מוסר היורדים לחדרי בטן, חיזוק על נסיונות ופגעי הזמן, ועוד. דערנאך וועט פארקומען דעם דערהויבענעם ש"לש סעודות, ווען רבינו שליט"א וועט אנווארעמען די הערצער פון אנשי שלומינו מיט די פייערדיגע של"ש סעודות תורה בדברי מוסר והתעוררות, להלהיב לבבות ישראל.