כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים ב"ר יצחק דוב גרינוואלד -וומ"ס וב"ר אברהם שמואל גוטמאן -ק"י וב"ר יקתואל ארי קליין -ק"י
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכענטליכע סוגיא שיעור און די שיעורי הישיבה מס' שבועות פרק שבעות הדיינין דף מג:
בילדער · 7
מסיבת לחיים ביים מעמד קביעות מזוזה די רבי ביים ווינטשען לחיים און ביים אויפטרעטן מיט דב"ק עס טרעטן אויף הרה"ג ר' שמואל שלמה טעלער מנהל בית רחל און הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות בק"י
בילדער · 4
מעמד קביעות מזוזה אויפן גיגאנטישען בנין האדיר והחדש בנין לאה אסתר בבית רחל במוסדות קרית יואל אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די רבי ביים קובע מזוזה זיין אויפן דרויסענדיגע טיר און ביים ביהמ"ד פון די מיידלעך און ביים ארומגיין אינעם בנין און באגלייטונג פון די חברי הנהלה
נייעס
קראו שערי שמים מטעם כ"ק מרנן ראב"ד וגאב"ד ירושלים וחברי בי"ד "עדה החרדית" שליט''א נא לעורר רחמי שמים לרפואות זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר ר' משולם דוד בן אלטע הענדל סאלאווייטשיק שליט"א לרפו"ש ראש ישיבת בריסק, הזקוק לרחמי שמים מרובים
והן קל קביר לא ימאס בתפאלת הרבים
באריכט
און א ערשטמאליגע שריט האט הנהלת "קרית יואל" אינדארסירט א פרעזידענט ביי די פרעזידענטליכע וואלן ווען עס איז אינדארסירט געווארן "פרעזידענט טראמפ" יר"ה אלס הכרת הטוב פאר זיינע פולע לייסטונגען לטובת פדיום שביום בפרט מיט די פריזים רעפאורם ביל די חשובע עסקנים פון די "צדק" ארגעניזאציע און שפיץ פון העסקן הגדול הרב משה מאגערעטן זענען ארויסגעקומען מיט א ריף צום ציבור אז מיט "יודישע שטימען" פארן פרעזידענט ווען מען בעז"ה קענען אויפטיען אויך און עתיד צו קענען ראטווען אחב"י יושבי חושך וצלמות כל המציל נפש אחת מישראל
בילד
כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א ביי די דברי הספד אויפן לאנג-יעריגע ראה"ק הגה"ח ר' בעריש ווייס ז"ל ביים מסע הלוי' בבית מדרשינו הגדול
בילדער · 4
מעמד "סיום מס קידושין" דורך יוצאי תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וומ"ס דעם מוצ"ש אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארזינגען חריזום פארן רבין די רבי ביי די דברות קודש עס טרעט אויף מורינו הגה"צ די רב שליט"א און הרה"ג ר' יודא בער טעללער -מנהל
באריכט
ברוך דיין האמת שר וגדול נפל בישראל מיט גרויס צער נעמען אנ"ש אויף די ביטערע בשורה אויפן פטורה פון הגאון החסיד ר' ישכר דוב ווייס ז"ל בנו יחודו של הגה"ק בעל מנחת יצחק זצ"ל גאב"ד ירושלים -ראה"ק דקהלתינו הק' במאנטשעסטער קרוב ליובל שנים והעומד לימין קדשו של רבותינו הקדושים מרנן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע ולהבחט"א כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
די לוי גייט ארויס היינט 2:00 פארנט פון זיין שטוב און דערנאך פון בית מדרשינו הגדול און דערנאך אין ארץ ישראל ווי ער וועט קומען לקבורה וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה' ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
מודעהמודעהבילד
מיטוואךי' מרחשון תשפ"א10/28/2020
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים הרב אברהם יושע ווערצבערגער -ק"י ר' יצחק אייזיק פריעדמאן -ק"י באולם כינור דוד און ביים חופה פון די מחותנים הרב נפתלי הירצקא פריעדמאן -וומ"ס הרב אשר אנטשיל קארפען -ק"י באולם בית רחל פאראדייס און ביים חופה פון די מחותנים ר' חיים יוסף שטערן -ק"י ר' בעריש פאזען -ק"י באולם קרן ויואל משה
באריכט
נעכטן אין בארא פארק האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזוכט אין תלמוד תורה דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך ארומגעדרייט און אריין אין אלע כתות זיך צוקיקענדיג מיט א קורת רוח אויף די קול תורה פון די הונדערטער תשב"ר.
אויפן וועג ארויס האבן זיך באגריסט מיט רבינו שליט''א חברי הנהלת מוסדות ראחמיסטריווקא ווי מען האט ארומגערדט איבער די מסי"נ פון האלטן אפען די תלמידי תורות ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פארן רבין "מדארף באדאנקען דעם רבי'ן דער רבי געבט דער שטארקייט אריין פאר יעדעם איינעם." דער רבי האט געווינטשען ברכות קדשו "דער אייבישטער זאל האלטן א רעכטע האנט אויף אלע מוסדות", און ארויסגעברענגט "מדארף זעהן צו האלטן אפען, נישט טשעפענען די גאווענער מדארף לערנען ווייל מ'דארף לערנען מטשעפעט נישט מיטן גאווענער"
"דרוש בשלום העיר."
נייעס
יודו לשם חסדו ! ב"ה אז עס קומט אריין די גיטע נייעס אז די גאווענער האט יעצט געמאלדן אז די שטאט "קרית יואל" וועט ארויסגיין פון די רויטע זאנע נאכדעם וואס סאיז אינטער גענימען געווארן א מאסיווע טעסטונג דרייוו אראפצוברענגן די נומערן, און אנדערע חרידישע געגענטער זאגט די גאווענער וועט נאכפאלגן און די קומענדיגע טעג, נעמט עס נישט פאר לייכט!!! מאכט זיכער זיך צו טעסטן און אויספאלגן די אנווייזינגען פון די עסקנים ובשם ה' נעשה ונצליח
נעכטן אין וויליאמסבורג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ח ר' הירצקא שטיין -וומ"ס ר' ליפא לעווי -וומ"ס באולם כתר ריזל
באריכט
היינט נאכן דאווענען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך און מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אין קרית יואל, ווי די רבי איז ארומגעגאנגען און מצה בעקעריי און זיך אומגעקוקט אויף די ארבייט, עקסטער איז די רבי אריין צו די אויווענעס ווי די רבי האט משבח געווען די מצה בעקעריי מיט אירע מעלות וחומרות והידורים בעסער ווי איבעראל, דערנאך האט די רבי באקוקט די רעדלערס, דערנאך האט רבינו שליט"א מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכה להפריש חלה מן העיסה און מקיים געווען מצות חלה. פון דארט איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' מיטן באגלייטונג פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י ווי די רבי איז ארום געגאנגען און די גאנצע בית השחיטה אויפן וועכענטליכן באזוך.
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די פייערדיגע דברי מחאה נעכטן אין בארא פארק
היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר שלום זאלדאן -ק"י די רבי האט געדאווענט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים שיעור ג' נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל א' פסוק א' "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים"
נייעס
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן וואלף ברוך ווצ"ב ממציוני תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" בן הגה"צ ר' מענדל ווצ"ב שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל מיט די כלה בת הרב בעריש פריעד וומ"ס סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
באריכט
דעם מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין וומ"ס אין די זאל פון "עדן פאלאס" ווי די רבי האט באשיינט די גייסטרייכן מעמד "סיום מס' קידושין" דורך יוצאי תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וואס די בחורים האבן זיך פארהערט ביי מורינו הגה"צ די רב שליט"א פארגעקומען מיט די השתתפות פון די בחורים עלטערן און זיידעס
עס האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע מורינו הגה"צ די רב שליט"א שליט"א ווי די רב האט ארויסגעברענגט זיין קורת רוח פון פארהערן די בחורים די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און האט געוואלדיג באוואונדערט די בחורים, אז טראץ עס איז געווען אזא יאר, האבן זיך די בחורים אנגעשטרענגט און זיך פארהערט די לימודים. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די בחורים, מרביצי תורה, עלטערן און זיידעס און געטיילט מתנות פאר די בחורים דעם ספר שמעתתא דמרא ט"ב, וואס ענטהאלט אין זיך דברי תורה פון מרן רבינו שליט"א אויף מס' קידושין