בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךא' סיון תשפ"א5/12/2021

נייעס
יעצט פארנאכטס איז געווען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש הגה"צ המפורסם רבי אברהם שארר שליט"א רב דביהמ"ד אור גדלי, וועלעכע האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת התעוררות ביים גרויסן עצרת בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים געגעבן א ספר הק' לב אהרן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
ווערט געזעהן די חשובע נפטר זצ"ל אויפן בימת הכבוד די פיפטע נאכן רבי'ן, פארגאנגענעם ל"ג בעומר ביים גרעסטן מעמד הדלקה בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו

בד"ה מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די בשורה איבער די פטורה פון הגה"צ רבי אשר אנשיל יונגרייז זצ"ל האדמו"ר מטשענגער, די לוי' איז ארויס היינט נאכמיטאג פון בית מדרשינו 15 עוו. אין בארא פארק, און ארום 9:15 ביים ביה"ח דקהלתינו בקרית יואל ווי ער וועט קומען לקבורה אינעם חלקת הרבנים.

יהו"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יעצט ביים סעודת ראש חודש מיט אלע עסקנים לטובת מוסדות יטב לב:

"..איך האף צו פארן קיין מירון במוקדם נאך איידער ס'ווערט דארט שינויים.."
"..איך וויל פארן אויף געציילטע טעג, פריוואט, אהן קיין ציבור.."

און ממשיך געווען בבכיות בגודל קדושת המקום און די אימה און פחד וואס כאפט אן נאר טראכטענדיג פונעם ציון התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע השתוקקות פון אביו מרן רביה"ק זי"ע צו פארן קיין מירון אליינס אן קיין ציבור.

כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו, הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
יעצט נאכמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פראווענען די "סעודת ראש חודש" בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. אינאיינעם מיט חברי הנהלת יטב לב בארה"ב אינאיינעם מיט די גבאים ועסקנים פון איבער גרעיטער ניו יארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל ווערט און דעי טעג פארענדיגט די ארבעט אינעם מעין האלוועי ביים אינסטאלירן די נייע תפילין האלטערס און מער צוגעלייגטע פלעצער צו אויפצוהענגען די מאנטלעך, פאריעקט נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יודא ווייס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
ביי די ווייטערדיגע שנעלע פארשריט אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל אין די אונטערשטן שטאק פונעם נייעם דרום פליגל, מיטן ציל צו זיין גרייט אויף יום טוב שבועות צו קענען אקאמעדירן דעם ציבור האלפים הבאים להסתופפף בצל הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
עורו נא התעוררו נא למעמד התעוררות והתחזקות

פרטים פון די סדר הזמנים /באסעס /ומקומות, ביים גרויסן עצרת היינט בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

כלנו כאיש אחד זקנים עם נערים למעמד התעוררות והתחזקות

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל

סדר פונעם גרויסן "עצרת התעוררות והתחזקות" בבית מדרשינו הגדול קרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

די מעמד וועט זיך אנהייבן מיט תפילת מנחה ברוב עם און שפיץ פונעם רבין בשעה 8:00, דערנאך וועט מען הערן א דרשת התעוררות דורך הגה"צ המפורסם רבי אברהם שארר שליט"א רב דביהמ"ד אור גדלי, דערנאך וועט מען האבן די זכיה צו הערן דעם דבר ה' וחובת השעה מ"ה ה' אלוקינו שואל מעמנו, ומ"ה חובתינו בעת כזאת, לכל קהלא קדישא הדין, על ידי נשיא אלוקים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נאך די דב"ק וועט מען דאווענען מעריב ברוב עם.

הקבצו ושמעו את דבר ה'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ותהום כל העיר

היום!!! לשמוע את דבר ה' ביים גרויסן עצרת התעוררות והתחזקות בבית מדרשינו הגדול קרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, איש בל יעדר!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ויצעקו אל ה' בצר להם וממצוקותיהם יושיעם

היינט מיטוואך ראש חודש סיון 'מ"ה לעומר' קומט פאר בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם גרויסן "עצרת התעוררות והתחזקות" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, לאור האסון הנורא באתרא קדישא מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר וועלעכע האט ליידער געקאסט פאר כלל ישראל "מ"ה נפשות טהורות מישראל" ופרטיות האט דאס ליידער געקאסט א נפש יקר פון קרית יואל א בר אריון וצורבא מרבנן, עסקן ובעל מידות טובות, הרה"ח ר' אליעזר צבי יוזשעף ז"ל, ווי מען וועט זיך צוזאמקומען און הערן דעם חובת השעה מ"ה ה' אלוקיך שואל מעמך און זיך מחזק זיין לתשובה ולתיקון המעשים.

התעוררו התעוררו לכו ונשובה אל ה'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אלע טויזענטער זיצן (אריינגערעכנט די הונדערטער זיצן און די צוגעלייגט גאלאריען) אינעם ריזן בית המדרש הגדול בקרית יואל פאר יו"ט שבועות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארנימען!!!

> מטעם הנהלת הקהילה בעט מען אז ווער עס האט א איבריגע זיץ /ווער עס האט עטליכע זיצן און קען זיך באניצן מיט ווייניגער, זאל זיך מעלדן צו די הנהלה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
נעכטן דינסטאג אין וויליאמסבורג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א וועלעכע זיצט שבעה ע"פ אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"ב זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבערן די יארן נאכן מלחמה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
בקרב קהלתינו הק' מאנטריאל קומט היינט פאר די "סעודת ראש חודש" פאר לומדי כוללינו בהיכל הכולל כחיזוק והכנה למתן תורה עס וועלן אויפטרעטן הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א ראה"כ, און הגה"צ ר' מענדל ווצ"ב שליט"א דומץ הקהלה, און דערנאך וועט מען האבן די זכיה צו הערן דעם דבר ה' דב"ק פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דורך א הוק אפ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים אריינשרייבן א אות אין די 3 ספרי תורה היינט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 ג' במדבר בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור בן הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנץ ק"י ומנהל הישיבה.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ג' פסוק ב',

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין היכל הביהמ"ד ווי די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויסעו מרפידים" און ארויסגעברענגט אז ויסעו מרפידים איז געווען ערב ראש חודש סיון און דעמאלטס האבן די אידן תשובה געטוהן אויף לימוד התורה, און ארומגערעדט בדברי הכנה ליו"ט שבועות אז מען דארף זיך אנהייבן גרייטן מיט לימוד התורה לכבוד יו"ט שבועות שוין פון ער"ח.

דערנאך האט די רבי געווינטשן פארן בר מצוה בחור ווי די רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע יחוס אז ער איז א אייניקל פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע בן אחר בן, און פארן טאטן הגה"צ ר' קלמן די מנהל הישיבה ברכות לרוב, און פאר אלע תלמידים.

נאכמיטאג האט די רבי אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' שלמה יעקב מערץ, אין אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יושע וואלדמאן.
שפעטער אין וויליאמסבורג האט די רבי אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' הערשל דייטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
זינטאג במדבר פארנאכטס פארנאכטס האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יעקב מרדכי גראס -ק"י ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש -ק"י.

מאנטאג במדבר פון די מחותנים ר' יואל ברי"ש קאהן -ק"י ר' משה יצחק רייזמאן -ק"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
🌴 פרייטאג בה"ב כ"ה אייר בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אלכסנדר יושע לאנדא ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר משה יודא הירש, וב"ר אהרן הערש אינדיג.

פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 לעכט לע"נ דודו הרה"ק רבי יקותיאל יודא בן מרן חיים צבי זצ"ל הי"ד אבדק"ק סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ט אייר תשפ"א5/11/2021

מודעה
קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר בירושלים עיה"ק מקבל בברכת ברוך הבא בשם ה' הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן, און וועט פראווענען בשליחות הקודש פון חתנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק בקרב קהלתינו הק' ירושלים, מער פרטים וועט נאכפאלגן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
נאכן סעודת ברית וועט די חשובע גאסט הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפטרעטן מיט א דרשה התעוררות ביים גרויסן עצרת פאר כלל חסידי דושינסקיא אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא בירושלים עיה"ק.
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאר די שמחת הברית מילה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן חתן הגה"צ ראש ישיבת דושינסקיא שליט"א, קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא בירושלים עיה"ק ארום 2:00, און ארום 3:30 די "סעודת ברית מילה" לכל הקהל הקודש בבית מדרשינו הגדול ירושלים בראשות די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וואס איז צוגאסט אין ארה"ק לכבוד די שמחה.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג