בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיטוואךכ"ו תשרי תשפ"א10/14/2020

נייעס
באשטעטיגט געווארן בהסכמת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די נייע מנהל בית האופה אינעם מהודר'דיגע מצה בעקעריי דקהלתינו הק' קרית יואל הרה"ח המפורסם ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו קומט נאך די פטירה פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק לעווי ז"ל לאנג יעריגע איבערגעגעבענע מנהל בית האופה
באריכט
פונקן פייער אויסצוגן פון די דברי אלוקים חיים בבכיות נוראות עצומות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דרשת הושענא רבא

אנגעהויבן מיטן משל פונעם קדושת יו"ט זיע וואס רבותינו הק' זי"ע האבן זיך געפירט נאכצוזאגן
אויסשרייענדיג "היינט איז די לעצטע טאג מען קען נאך יעצט צוקומען צום באשעפער" אידישע קינדער דארפן ישועות רפואות צרכי עמך ישראל מרובים "ס'יעצט די גרעסטע און לעצטע געלעגענהייט" מקען נאך יעצט בעטן

"..אידישע קינדער בעטן דעם באשעפער אנא ה' הושיעה נא הייליגע באשעפער אונז בעטן זיך אנא ה' מען בעט די באשעפער הושיעה נא העלף אוי העלף אידישע קינדער צרכי עמך ישראל מרובים.."

"..קשה עלי פרידתכם ס'קשה עלי די אייבישטער זאגט סאיז מיר זייער שווער פרידתכם אז אידן קענען זיך נישט צוזאמקומען סטיט מיר וויי..."
"אידישע קינדער זאלן זיך קענען צוזאמקומען ברוב עם משמח זיין בשמחת התורה מקיים זיין די הקפות בשמחה רקידון של מצוה.."

"א יחיד קען נישט זאגן אלוקינו -אלוקינו איז א רבים "הושענא למענך אלוקינו מען זאל קענען זאגן אלוקינו" מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד מען זאל קענען מתפלל זיין
א ביטערע גזירה מען וויל אפשפארן בתי מדרשים נישט נאר בתי מדרשיות וויל מען אפשפארן מען וויל אפשפארן די ת"ת פאר יודישע קינדער

"..בראשית ר"ת ר'צה א'לוקים י'שמחו י'שראל ב'יום ש'מחת ת'ורה דאס איז די רצון ה' הושענא למענך אלוקינו אז מען זאל קענען טיען דעם רצון ה' מען זאל זיך קענען צוזאמקומען מען זאל נישט פארשטערן די יו"ט פון יודישע קינדער.."

..ואנחנו לא נדע וואס גייט זיין היינט וואס גייט זיין מארגן וואס גייט זיין קומענדיגע וואך אוי ווי וועל מיר זיין די קומענדיגע שבת אוי וויי ווי וועט זיין די קינדער קומענדיגע וואך..
הושענא למענך אלוקינו

"..די תורה ווערט אנגערופן תורת אמת 'נאר מיט די תורה קען מען צורייסן און בייקומען די שטן' לאמיר זיך מקבל זיין מער לערנען מער זיך מגיע זיין מיט די הייליגע תורה.."
הושענא למען אמיתך

הושענא למען בריתך "..די אייבערשטער זאל העלפן אידישע קינדער און זכות פון די תורה וואס ווערט אנגערופן ברית אז ס'איז באשערט פאר איינעם עונשין זאל ער עס אפקומען גרינג מיט די תורה.."

"..אידן זענען כלפי השית בעל כאשה איינע פון די חיובי בעל לאשה איז צו שפייזן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו געבן פרנסה בהרחבה נאך איינע פון די חיובי בעל לאשה צו אויסהיילן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו משפיע זיין רפואות פאר כלל ישראל.."
באריכט
שטייענדיג שוין אפאר טאג נאך די הייליגע צווייטע טעג יו"ט קען מען זיך שוין אביסל צוזאמנעמען די מוחות און פראובירען אביסל ארויסברענגען די הרגשים וואס רבבות אלופי אלפי ישראל האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די לעכטיגע טעג בצל הקודש פון אבינו רועינו עט"ר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס דיו אילו ימי איז דאס נישט מעגליך צו ארויסברענגען
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו אזעלעכע הייליגע טעג המשלשים בשלש קדושת לקדוש פון דריי מעת לעת'ן הושענא רבא שמיני עצרת שמחת תורה בשמחת התורה ושמחה של מצוה בהתרוממות הנפש ומה נעים גורלינו צו זיין בצילא קדישא פון צדיק כתמר און זוכה געווען צו שעפן מבאר מים חיים און זיך דערווארעמט אויף אגאנץ יאר ומה יפה ירושתינו די אנדערע טעג יו"ט שירושה לנו מרבותינו הק' בקרתא דשופריא קרית יואל מקום שהתפללו בו רבותינו הקדושים ואשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים כולם כאחד די שמחה של מצוה און אהיים מלא וגדוש מיט השפעות טובות בגשמיות וברוחניות ויהא רעוא אז די רשימא קדישא זאל בלייבן איינגעקריצט לעד ולנצח דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים ויתר מה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

הושענא רבא צווישען מנחה און מעריב האט די רבי אויפגענומען די געסט מעבר לים בחדרי הפרטי בביהמ"ד הגדול פאר א לענגערע צייט נאך משנה תורה איז פארגעקומען די התרוממת'דיגע טיש ווי מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים בהשתפחות הנפש ביי די לחיים נאך די זיפ האט די רבי געזאגט ''..מען דארף האבן רחמי שמים מען זאל אונז נישט פארשטערן די יו"ט ס'דא א גזירה ח"ו מען האט זיך נישט געקענט אזאנס פארשטעלן אין דעי מדינה אבער די ייטב פנים זאגט אז סאיז גרינג פטור צו ווערן פון א בעל בחירה אויב סאיז א גוי אויב האט מען צוטיען מיט ערלים איז גרינג צו ווערן פטור..'' ומסיים געווען בברכות קדשו
הו"ר צופרי איז די רבי אריין אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און קיטל און קאפל מרבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע ווי די רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש הלל און די נענועים ברגשי קודש דערנאך האט די רבי אנגעהויבן די דברי אלוקים חיים דרשת הושענא רבא בבכיות נוראות די התעוררות און בכיות פונעם ציבור האלפים האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמד -זעט עקסטערע באריכט פון די תוכן דב"ק דברי כבושין דרשת הושענא רבא-
צווישען די הושענות האט געבלאזן שופר מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א

ליל שמיני עצרת ביים אריינקומען איז די רבי צוגעגאנגען צו די ווינקיל מיוחד פאר די חברי אהבת קדומים און געווינטשען גוט שבת גוט יו"ט
אתה הראת 8:20 די רבי האט ארומגעטאנצען ארום די גאנצע ביהמ"ד אויך אין די נייע פליגלען מגדל עוז שם ה' ובו יריץ צדיק ונשגב בפרט ביי די 6'טע און 7'טע הקפה מען האט געענדיגט 11:15
די רבי האט זיך אויסגעדרייט צו אלע זייטן פון ביהמ"ד און געווינטשען גוט שבת גוט יו"ט ויענו כל העם און צוריק געווינטשען פארן רבי'ן

יום שמיני עצרת שחרית איז צוגעגאנגען מורינו כ"ק הגה"צ אב"ד וומ"ס שליט"א
הלל איז די רבי צוגעגאנגען.
צו יזכור איז די רבי אריינגעקומען אנגעטיען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל נאך יזכור איז געווען א הפסקה עס זאל נישט צוקומען צו קיין סכנת נפשות די רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד תפילות גשם און משפיע געווען פרנסה
נאכן דאווענען האט די רבי געמאכט קידוש אינעם סוכה צום סוף פון די תורה האט די רבי געווינטשען "די אייבערשטער זאל העלפן לחיים ולא למות לשובע ולא לרזון לברכה ולא לקללה מען זאל נישט צושטערן דעם יו"ט"

ביים מיטאג טיש האבן מיטגעגעסן די אייניקליך פון רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה

נאכמיטאג איז פארגעקומען של"ש -געזעגענען פון די סוכה "עפל טיש" די רבי האט טועם געווען פון די עפל פארן זמן נאכן בענטשען געווארפן די עפל כנהוג נאכדעם האט די רבי אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק דריי מאל לשנה הבאה בירושלים די רבי האט אנגעהויבן טאנצן בעוז ותעצומות בשמחה של מצוה ארויס פון די סוכה אנגעליינט אויף די קינדער בנו בכורו מורינו הגה"צ די רב שליט"א און אויף הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט -אריין אין ביהמ"ד און ארום געטאנצן

ליל שמ"ת 12:20 איז די רבי אריין צו מעריב אתה הראת 1:05
צווישען די הקדמות און הקפות האט די רבי געזאגט תורה צווישען אנדערע האט די רבי דערמאנט א מעשה "ר' ישעילע טשחויבער א זוהן פון הייליגן דברי חיים איז אמאל נישט געזונט געווען ער איז געווען זייער קראנק
איין נאכט האט אים אכטונג געגעבן ר' יושעלע בעלזער און אינמיטן נאכט איז אים געווארן זייער נישט גוט און ער האט געחלומעט ווי ער זעט זיין טאטן און ער גיט אים צו שמעקן פון א עפל און ס'איז אים געווארן אסאך בעסער און אויסגעפירט מיט א קול געשטיקט פון טרערן "אונז דארף מיר אסאך עפלעך"
אויך האט די רבי דערמאנט די זוהר הק' אז די אבות קומען אראפ פון גן עדן און ברענגען אראפ ישיעות און
אויסגעפירט "..אונז זעמיר באותו מקום ווי די פעטער ז"ל (רבינו הקוה"ט בעל ד"י זי"ע) האט געפירט די הקפות די לעצטע יאר בחייוו מי בעל דברים יוגש אליו אלי''ו ר"ת זיין הייליגע נאמען ער געפינט זיך דא מען קען זיך אלעס אויסבעטען.." ביים סוף פון די 7'טע הקפה האט די רבי מקיף געווען די בימה די פארקערטע וועג ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ד"י זי"ע ביי א הכנסת ס"ת
מען האט געענדיגט 5:20 קרוב לעלות די רבי האט אויסגערופען "יעדער קען עסן"

יום שמ"ת שחרית 10:55 אתה הראת 1:15
צווישען די הקדמות און הקפות האט די רבי געזאגט תורה במשך די הקפות האט מען געזינגען די שיר החרדים בהתעוררות רב ביי די 3'טע הקפה האט די רבי מכבד געווען אלע מלמדי תשב"ר צו האלטן די ספרי תורות און ביי די 4'טע הקפה די אייניקלעך פון רביה"ק זי"ע
ינועו אמות הסיפים אשרי עין ראתה ביי די 6'טע הקפה ווי די רבי מאכט די נענועים מיט די ס"ת און ווי די עולם הייבט זיך בשעת די רבי הייבט אויף די תורה צו מעלה ביי די 7'טע הקפה ווי די רבי גייט ארויף אויפן בומה טאנצן מיט די תורה
טראץ וואס מען האט אנגעהויבן פריער ווי געווענליך האט מען אבער געענדיגט א שעה שפעטער ווי געווענליך אום 6:20
ביים ליינען האט די רבי געמאכט א מי שברך פאר הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער

אום 9:10 איז די רבי אריינגעקומען צום נעילת החג ביי די לחיים נאך די פיש האט די רבי געזאגט "..מען דארף דאנקן און לויבן דעם הייליגן באשעפער אז מען האט נישט געהאט קיין צישטערטן יו"ט ירוץ עבדך כמו איל דאס אז מען האט געקענט טאנצן נשתחוה אל מול הדריך אויף דעם אליינס דארף מען דאנקען איך פרעזענליך אז כהאב געקענט טאנצן און דער גאנצע עולם די אייבערשטער זאל העלפן סגעווען א פרייליכע יוט סזאל קומען א פרייליכע יאר.."
נאך הבדלה איז פארגעקומען די מעמד ברכות הקודש אין ביהמ"ד הגדול לאור המצב ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש וחסידים היו מרקדין מען האט אנגעהויבן טאנצן חסדי ה' כי לא תמנו אז די יוט איז אדורך אומגעשטערט און נאך נגוני שמחה און די רבי האט געווינטשען ברכות קדשו.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
באריכט
הושענא רבא איז פארגעקומען די ברית'ן ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר פישל סופר -ק"י
וב"ר בנציון מנחם פריינד -ק"י
וב"ר משה שעהנברוין -ק"י
שמיני עצרת איז פארגעקומען די ברית פאר ב"ר אברהם מרדכי וועבער -ק"י

ליל שבת שמיני עצרת איז פארגעקומען די שלום זכר ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריכת השלחן הטהור פאר ב"ר דוד יודא פעלדמאן -ק"י

שב"ק שמיני עצרת איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי
ר' יושע גאלדבערגער -וומ"ס
ר' ישעי וויינבערגער -ק"י
ר' ברוך סטרולאוויטש -ק"י
נייעס
היינט איז פארגעקומען א ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר דוד יודא פעלדמאן הי''ו - ק"י

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד בטשוטש אין פארשעי - מאנסי
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ווייס הי''ו - וומ"ס
מודעה
עפי קריאת הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זאל מען נאך יעדע מנין שחרית און מנחה בבתי מדרשינו דבכל אתר ואתר זאגן 5 קאפיטלעך תהילים לרפואת ראה"ק דקהלתינו הק' הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג בן אסתר ריספלער לרפו"ש
נייעס
פתחו לי שערי צדק
היינט עפענט זיך אויף די 8'טע סניף אינערהאלב די ישיבות קטנות אין קרית יואל צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 1000 בחורים
הרחיבו מקום אהליך
נייעס
ברוך המקדש שמו ברבים
אינדערצייט וואס די ישיבות זענען נאך פארמאכט פון די ימי בין הזמנים עפענען זיך היינט אויף די טויערן פון די "סאטמארע ישיבות קטנות" בפקודת הקודש פונעם נשיא הישיבות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נישט מבטל תורה זיין די הונדערטער שעות פון בין הזמנים.
נייעס
מנינים תהלים פארגעקומען היינט אין בית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג לרפואת די ראה"ק ר' מאיר זעליג בן אסתר ריספלער אויך איז פארגעקומען א מנין תהילים -ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהילים אין בית מדרשינו הגדול ברך משה בירושלים
נייעס
באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט וויילען אויף מנוחת הנפש אין פארשעי ביז קומענדיגען מאנטאג נח
שבת וועט די רבי אריינקומען צו די תפילות אין ביהמ"ד בוטשוטש אין פארשעי -מאנסי

פאר הזכרות קען מען ריפען דעם הויז בחור אויף
917-378-3387
נייעס
תפילת ישראל עושה רושם!
די מצב הבריאות ביים ראה"ק האט זיך ב"ה פארבעסערט
און די דאקטורים האבן באוויזן צו סטאביליזירן די מצב צו 'קריטיקל סטאביל'.
דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער מרעיש עולמות זיין פארן ראה"ק הרבני הנגיד מאיר זעליג בן אסתר לרפו"ש
והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים!

דינסטאגכ"ה תשרי תשפ"א10/13/2020

מודעה
אלקא דמאי"ר עננו
נייעס
רחמים שאלו
די מצב ביי הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער ראה"ק דקהלתינו הק' וומ"ס האט זיך גאר שטארק פארערגערט נעמט אראפ אפאר מינוט און זייט מתפלל פארן איבערגעגעבענעם ראה"ק מאיר זעליג בן אסתר לרפו"ש
והן קל קביר לא ימאס בתפילות הרבים
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד בטשוטש אין פארשעי - מאנסי
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים.
ב"ר זלמן לייב פריעדמאן הי''ו - ק"י
ב"ר יצחק גרובער הי''ו - מאנסי
ב"ר יואל וויינאגארטען הי''ו - מאנסי
בילדפון: Satmar Headquarters
Satmar Grand Rebbe Aron during a Shiva call to the Goldberger family in the the Town of 🌴Palm Tree🌴who are sitting after their father R’Yisruel Arye (Ben R’Avrum ABBA) Goldberger OBM who passed away during Sukkos.
בילדער · 2פון: די קופקע
How it started How it's going

קע"ה סאטמאר Satmar

מאנטאגכ"ד תשרי תשפ"א10/12/2020

באריכט
מאנטאג בראשית

"..אידן זענען כלפי השית בעל כאשה איינע פון די חיובי בעל לאשה איז צו שפייזן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו געבן פרנסה בהרחבה נאך איינע פון די חיובי בעל לאשה צו אויסהיילן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו משפיע זיין רפואות פאר כלל ישראל.."

הושענא למען בריתך "..די אייבערשטער זאל העלפן אידישע קינדער און זכות פון די תורה וואס ווערט אנגערופן ברית אז ס'איז באשערט פאר איינעם עונשין זאל ער עס אפקומען גרינג מיט די תורה.."

"..די תורה ווערט אנגערופן תורת אמת 'נאר מיט די תורה קען מען צורייסן און בייקומען די שטן' לאמיר זיך מקבל זיין מער לערנען מער זיך מגיע זיין מיט די הייליגע תורה.."
הושענא למען אמיתך

..ואנחנו לא נדע וואס גייט זיין היינט וואס גייט זיין מארגן וואס גייט זיין קומענדיגע וואך אוי ווי וועל מיר זיין די קומענדיגע שבת אוי וויי ווי וועט זיין די קינדער קומענדיגע וואך..
הושענא למענך אלוקינו

"..בראשית ר"ת ר'צה א'לוקים י'שמחו י'שראל ב'יום ש'מחת ת'ורה דאס איז די רצון ה' הושענא למענך אלוקינו אז מען זאל קענען טיען דעם רצון ה' מען זאל זיך קענען צוזאמקומען מען זאל נישט פארשטערן די יו"ט פון יודישע קינדער.."

"א יחיד קען נישט זאגן אלוקינו -אלוקינו איז א רבים "הושענא למענך אלוקינו מען זאל קענען זאגן אלוקינו" מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד מען זאל קענען מתפלל זיין
א ביטערע גזירה מען וויל אפשפארן בתי מדרשים נישט נאר בתי מדרשיות וויל מען אפשפארן מען וויל אפשפארן די ת"ת פאר יודישע קינדער

"..קשה עלי פרידתכם ס'קשה עלי די אייבישטער זאגט סאיז מיר זייער שווער פרידתכם אז אידן קענען זיך נישט צוזאמקומען סטיט מיר וויי..."
"אידישע קינדער זאלן זיך קענען צוזאמקומען ברוב עם משמח זיין בשמחת התורה מקיים זיין די הקפות בשמחה רקידון של מצוה.."

"..אידישע קינדער בעטן דעם באשעפער אנא ה' הושיעה נא הייליגע באשעפער אונז בעטן זיך אנא ה' מען בעט די באשעפער הושיעה נא העלף אוי העלף אידישע קינדער צרכי עמך ישראל מרובים.."

אנגעהויבן מיטן משל פונעם קדושת יו"ט זי"ע וואס רבותינו הק' זי"ע האבן זיך געפירט נאכצוזאגן
אויסשרייענדיג "היינט איז די לעצטע טאג מען קען נאך יעצט צוקומען צום באשעפער" אידישע קינדער דארפן ישועות רפואות צרכי עמך ישראל מרובים "ס'יעצט די גרעסטע און לעצטע געלעגענהייט" מקען נאך יעצט בעטן

פונקן פייער אויסצוגן פון די דברי אלוקים חיים בבכיות נוראות עצומות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דרשת הושענא רבא

יציאת צדיק מן המקום עושה רושם
היינט און די נאכמיטאג שעות האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסגעלאזט קיין פארשעי ווי די רבי וועט וויילען אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע וואך

פארן דאווענען האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יואל ווערטהיימער- ק"י
וב"ר אברהם גאלדבערגער-ק"י
וב"ר יוסף עסטרייכער -וומ"ס
וב"ר אברהם יואל לעפפלער -וומ"ס
וב"ר נפתלי הערצקא פריעדמאן -וומ"ס
וב"ר שלום יוסף לעווי- ק"י
וב"ר יעקב יוסף האפפמאן -ק"י >>>

<<< וב"ר יואל פארגעס -ק"י
וב"ר שואל פריעדמאן -וומ"ס
וב"ר יוחנן מאנן -ק"י
וב"ר יצחק אליהו ביטמאן -טאהש
וב"ר מרדכי קאהן -ק"י

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין די נייע דרום פליגל אין ביהמ"ד

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית פאר ב"ר דוד לעווי -ק"י
נאכן דאווענן איז פארגעקומען די ברית פאר ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן -ק"י מנהל מערכת קול סאטמאר

היינט נאכן דאווענען זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בחדרו הפרטי בביהמ"ד הגדול די אויסלענדישע געסט זיך געזעגענען

פאר הזכרות קען מען רופען דעם הויז בחור אויף
917-378-3387

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ווי איז בעסער די הקפות ?

אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א זאלי...

זונטאגכ"ג תשרי תשפ"א10/11/2020

נייעספון: די קופקע
דבר אין בפי ובלשוני מלה.
ווייז פריערדיגע טעג