פייערדיגע דברות קודש בקול בכי פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עצרת התעוררות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל ר"ח סיון מ"ה לעומר, "על מ"ה יצא הקצף" פארגאנגענעם ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
"בית הוראה" דקהלתינו הק' קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ר'אה א'נכי נ'ותן ל'פניכם ה'יום ב'רכה
און די יעצטיגע טעג איז ארויס לאור עולם די נייע ספר הק' "לב אהרן" -במדבר מפום ממלל רברבן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דא צו באקומען און אלע געשעפטן, און וועט זיין צו באקומען ער"ש און ערב שבועות ביים מקוה אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל.
קחו ברכה אל בתיכם
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
צבי ואתרעי בן ומסר לן אורייתא
שבת לפני "קבלת התורה" בקרב קהלתינו הק' וויליאמסבורג, ווי מען וועט זיך צוזאמקומען בבתי מדרשינו צו לערנען ג' שעות רצופות, און דערנאך וועט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארלערנען פרקי אבות בבית מדרשינו הגדול וומ"ס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
סקיצע פונעם פראכטפולע בנין ישיבה קטנה החדש.
מודעה
לקראת שבת לכו ונלכה
אזוי ווי געמאלדן וועט הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן וועלעכע וויילט בארה"ק, פירן דעם שבת בקרב קהלתינו הק' ירושלים בשליחות חותנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נאך מנחה ליל שב"ק וועט די חשובע גאסט אויפטרעטן מיט א דרשה, און שב"ק נאכן דאווענען וועט פארקומען די גרויסע קידושא רבא, אזוי אויך וועט די חשובע גאסט פארלערנען פרקי אבות שבת נאכמיטאג.
השבת נועם הנשמות
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
ביקור קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי הגה"צ אבדק"ק מאנטשעסטער שליט"א נעכטן אין מאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
סעודת ברית מילה בבית מדרשינו ברך משה בירושלים עיה"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
מסיבת לחיים נאכן ברית אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
שמחת הברית מילה פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן, וחתן הגה"צ ראש ישיבת דושינסקיא שליט"א -שמחת הברית בביהמ"ד הגדול דושינסקיא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 דאנערשטאג במדבר פארנאכטס בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
ארום 10:20 איז די רבי אנגעקומען אין מאנסי צום דינער לטובת מוסדותינו הקדושים מיט אירע אריבער "1500" קינדער בליעה"ר, דאן האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, דערנאך איז באהערט געווארן מיט 'נזר עושה חסד' הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער מראה"ק מאנסי וועלעכע האט געשאפן פארן מוסדות די פאנטאסטישע סומע פון 180,000 דאלאר! און האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, דערנאך האט די רבי משמיע געווען די צענטראלן דברות קודש -זעהט עקסטערע באריכט פון די דב"ק-, ביים מעמד האט זיך אויך באטייליגט כ"ק הגה"צ רב קהלתינו 15 שליט"א ווי במשכן מעמד האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן און מיט הגה"צ מאנסי רב שליט"א.
נאכן מעמד האט די רבי געדאווענט מעריב און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט און געדאווענט פארן עמוד לרגל הילולת זקינו וואלאווא רב זצ"ל מען האט געענדיגט 11:50.
נאכן דינער האט די רבי באזיכט ביי הגה"צ ר' חיים פייוול שנעבאלג שליט"א מלפנים אבד"ק אבריכים לרגל התמנותו לאבדק"ק מאנטשעסטער, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון איבער א האלבע שעה, צום ערשט האט די מאנטשעסטער רב איינגעלאדענט דעם רבין צו קומען אויף א באזוך אין מאנטשעסטער, צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון שטאט ק"י צניעות און אויפשטיין פארטאגס וכדומה, די רבי האט צוגעצייכנט אז די עצרת נעכטן אין ביהמ"ד הגדול ק"י האט זיך געענדיגט שוין 10:00 !, דערנאך האט זיך פארצויגן ווייטער די שמועם איבער די שרעקליכן טראגעדיע אין מירון ווי די רבי האט איבערדערציילט די מעשה פונעם צאנזער רב וואס די רבי האט דערציילט ביים עצרת, און נאך עטליכע מעשיות פונעם צאנזער רב, דערנאך האט די רבי געווינטשן ווארימע ברכות הקודש לרגל התמנותו פאר מרא דאתרא אין מאנטשעסטער.
פון דארט איז די רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער מיט החתן בן הרה"ג ר' פנחס צבי אלימלך כ"ץ שליט"א דומ"ץ בוויליאמסבורג ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די מחותנים, און דערנאך האט די רבי געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן און מחותנים.
ארום 1:20 איז די רבי אנגעקומען אין ק"י ווי די רבי איז צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' קלמן יואל סופר אויף די קארלסבורג גאס ווי די רבי האט זיך אומגעקיקט ביי די הרחבת גבולי הקדושה ביי ביהמ"ד רב טוב און די שטאקן פאר די ישיבה קטנה, דערנאך איז די רבי אריין אין זיין שטוב און אריינגעשריבן די אויתיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך ר' קלמן יואל, וואס ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן אסרו חג צום ביהמ"ד רב טוב, און געפראוועט א מסיבת לחיים וחתימת שטרות פאר די זכותים ביים הרחבת גבולי הקדושה ביים ביהמ"ד רב טוב, עס האט זיך אויך באטייליגט די רב הביהמ"ד הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי נכד רבינו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
בוצינא דנהורא בריך מתייך לשלם
היינט ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' מאנסי איז געמאלדן געווארן אז הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה וויילן דעם קומענדיגן שב"ק שופטים ו' אלול יומדהל"ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיעוכי"א בקרב קהילתינו הק' מאנסי, מער פרטים וועט נאכפאלנגן.
צהלי ורוני יושבת מאנסי, הנה מלכך בא
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יעצט ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' מאנסי האט די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דברות קודש ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון "סאטמאר מאנסי", און איבער די הרחבת גבולי הקדושה ווען ס'וועט בקרוב געבויעט ווערן א פרישע ביהמ"ד פאר קהלתינו הק' מאנסי, און געבעטן אנ"ש זיך צו האלטן צוזאמען דוקא בבתי מדרשינו איבער די שטאט.
דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די מוסדות וואס בליעט לשם ולתפארת "און אז כהיום קען מען נישט אנ-נעמען נאך קינדער אין די מוסדות, צוליב דעם וואס איז נישטא קיין פלאץ אין די בנינים! און געמאלדן די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען סווערט געבויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות און די ווערט פון "פיפציג מיליאן דאללאר" און דערמאנט אז אין כתה ט' פון די מוסדות איז שוין דא עטליכע חדרים! וואס דאס מיינט אז אויף קומענדיגן זמן החורף וועט זיך עפענען א נייע סניף אין די ישיבה קטנה! און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות קדשו.
ופרצת ימה וקדמה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגב' סיון תשפ"א5/13/2021
נייעס
דאנערשטאג במדבר יעצט פארנאכטס קומט פאר די שמחת "הכנסת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן צו בית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג דורך הרבני הנגיד ר' שלמה יעקב מערץ, בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת התורה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א חדב"ן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים אויפטרעטן ביים "עצרת התעוררות" בביהמ"ד הגדול דושינסקיא בראשות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
ופרצת ימה וקדמה
העפטיגע בוי ארבעט ביי הרחבת גבולי הקדושה ביי בית מדרשינו "רב טוב" שכונת קארלסבורג קרית יואל ווי די ביהמ"ד ווערט געדאפלט און די אויבערשטע שטאקן פאר א ישיבה קטנה פון די 9 סניפי ישיבה קטנה ממוסדותינו הק' ק"י
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
דברות קודש דברים חוצבים להבות אש "הנוגעים לזמנינו" היוצאים מנהמת לבו הטהור ממרן שר צבא ה' כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים היסטארישן ריזן כינוס לשם שמים "כינוס כללי" כ' סיון תשע"ח במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל תלמידי וחסידי רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' ליפא ט"ב שליט"א אב"ד סאסוב ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
"אש"ל" פאר יו"ט 'שבועות אין קרית יואל' בצל קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
"די וואך" אויסגאבע פאר יו"ט שבועות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
היי יאר לאור די גרויסע "הרחבת גבולי הקדושה" וועלן זיך אנ"ש משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די יערליכע דינער 'תבנה ותכונן' לטובת "מוסדות סאטמאר מאנסי" מיט אירע אריבער 1,500 קינדער בליהע"ר, בראשות די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ווי אנ"ש תושבי מאנסי וועלן איברעפילען די זאלן פון אטריו"ם פלאז"א און זיך משתתף זיין בגוף ובממון!
בואו ונצא למען מוסדות סאטמאר מאנסי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מעמד קדוש ואטהר פאר תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר זיך מחזק זיין קעגן פגעי טעכנילאגיע בראשות די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם דאנערשטאג בה"ב באולם בית רחל פארדייס.
ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=חלק ב'=
על מה חרה אף הגדול הזה?
די רבי האט אנגעהויבן מיט א שטארקע שאלה, פאר יעדע יחיד -זאל זיך מאכן א חשבון הנפש, "סאיז אדורך אנדערהאלבע וואך פון דעי ביטערע פאסירונג, איז מען נתעורר געווארן לתשובה ולתיקון המעשים? עס איז דא א שינוי לטובה? האט דאס עפעס געמאנט פון דיר? האט עס עפעס אויפגעוועקט? עפעס א שאקל געגעבן?"
דערביי האט די רבי דערציילט א מעשה פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע וואס האט ארויסגעטראגן א איד 2 מאל פון ביהמ"ד, איינמאל בשעתן דאווענען, און ווי ער האט מסביר געווען נאכדעם אז "דער איד איז געשטאנען אין ביהמ"ד און געזעהן זיין דאווענען און סהאט אים נישט געכאפט קיין יראת שמים!!"
און מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט די רבי געזאגט "..דעי מעשה איז א מוסר ספר פאר אתרא קדישא מירון מקום מנוחתו פונעם הייליגן תנא ר' שמעון בר יוחאי, מלאכים ושרפים ציטערן פון דעי מקום קדוש! און אפילו ביומא דהילולא וואס איז א יום שמחה איז אבער אויך מיט יראה א בחינה פון 'וגילו ברעדה'.."
"..אמת ווי שיין איז געווען די מראה אלפי ישראל זענען געווען עומדים צפופים און געזאגט פסוקי יוחד בקול גדול, און מיט אן התלהבות האט מען מקבל געווען עול מלכות שמים "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד" און נאכדעם האט מען געטאנצן די ריקודין של מצוה די ריקודין של שמחה לכבודו פונעם הייליגן תנא ר' שמעון בר יוחאי, אבער איך וויל פרעגן א שאלה: "קען מען אפציילן די מספר פון די סמארטפאונס וואס האבן זיך געפינען דארט באותו זמן באותו מקום קדוש?!? אזוי קען מען קונה זיין יראת שמים?! אזוי איז מען א טוריסט וואס קומט להראות ולהאנות!! מיט דעי כלים טמאים מלא זהמה ושפיכת דםים, דעי כלי ברענגט מען בחצרות ה'?! און מנעמט דאס נאך ארויס אן א בושה אינעם מקום קדוש?! דעי כלי וואס איז עוקר יעדע זיק יראת שמים, דאס ברענגט מען אריין אין אזא מקום קדוש?! ווי איז דאס מעגליך אין דעם מקום קדוש וואס איז משפיע יראת אלוקים במדה גדושה -פאר דעי וואס זיי קומען אין דעי מקום, ווי אזוי איז מען אליינס נישט משיג אביסל יראת שמים און בושה מען זאל זיך נישט משתמש זיין עכ"פ אין דעי מקום מיט דעי כלים??
..לענ"ד על זה יצה הקצף!!! וואס די הייליגע תנא זאגט 'מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי' און אז סאיז נתנה רשות למשחית שוב אינו מבחין..
דערנאך האט די רבי שטארק ארומגערעדט איבער די כלים טמאים וואס ברענגן אלע צרות ישראל, און אז מען זאל זיך נישט משתמש זיין נאר אויב מען דארף עס 'באמת' לצורך מסחר, און מיט א גוטע פילטער.
דערנאך האט די רבי גערעדט צו די אידן וואס האבן נישט געהאט דארט דעי כלים אבער "..בואו ונחשוב עלבונו של עולם, א אמתע חשבון הנפש, ווען מאיז געקומען אין דעם מקום קדוש צו ביזטו געשטיגן אין יראת ה' מיט הרגשי קודש? זאל זיך יעדער איינער פון זיך אליין פרעגן צו איז געווען יציאתי כביאתי.."
און מיט א קול בכי געשטיקט פון טרערן אויסגעשריגן "..ר' שמעון מאנט!! ר' שמעון פרעגט וויפל יראת שמים האסטו דא באקומען? און מיט וואס פארסטו אהיים? מורי ורבותי ר' שמעון האט ליידער שווערע טענות!! לדאבון ליבינו אונז האבן נישט קיין תירוצים!! אונז האבן אים נישט וואס צו ענטפערן! "און אויף דעם איז געווען די קצף!!" דאס וואס ר' שמעון זאגט 'מי ביקש זאת מידכם' וואס קומט עטץ צו מיר מיט א ביאה ריקניות און אהיים פארן אזויווי מאיז געקומען אן א שום התעלות אין יראת ה'.."
דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון ר' שמעון וואס די השפעה קדושה האט נישט קיין גרעניץ און קומט אן אין די גאנצע וועלט, במילא ר' שמעון פרעגט אויך אידן אין חוץ לארץ וואס קומען זיך צוזאם און פרייען זיך בשמחתו, מיט וואס איז מען נתעלה געווארן, און ארומגערעדט אז יעדער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש האמיתי און אלע ענינים, ובפרט ארומגערעדט איבער די שערות ביי נשים אויף וואס די זוהר הק' איז זייער מחמיר און שרייבט זייער שארפע לשונות ממש קללות ר"ל, "..מאיז זיך מקשר מיטן הייליגן תנא און מאיז נישט נזהר אז זיין שטוב זאל זיין ריין פון דעי ענין?! פרעג איך אזא שאלה ער האפט זוכה זיין א ברכה פון ר' שמעון אדער דאס פארקערטע חלילה? ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו א ברכה פונעם הייליגן תנא אויב זיינע הייליגע דיבורים איז ביי אים גרינג און סמאכט נישט קיין רושם..", דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער דאס וואס ר' שמעון גייט בתר מחשבה במילא זאל מען שוין יעצט זיך מקבל זיין און אין דעם זכות אפשטעלן דעם חרון אף, און געווינטשן ברכות קדשו.
נאכן דרשה האט די רבי געדאווענט מעריב ברוב עם און ביהמ"ד הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לכו ונשובה אל ה'
פייערדיגע דברות קודש בקול בכי פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עצרת התעוררות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל ר"ח סיון מ"ה לעומר, "על מ"ה יצא הקצף" פארגאנגענעם ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון.
=חלק א'=
לדעת מ"ה זה ועל מ"ה זה
די רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בחודש השלישי לצאת בני ישראל מארץ מצררים, ביום הזה באו מדבר סיני' וואס דאס איז געווען ר"ח סיון, און די אידן האבן נאכאמאל תשובה געטון ווייל מאיז אנגעקומען אין א מקום קדוש, און ארומגערעדט איבער דעי טאג ר"ח סיון איז א 'זמן מוכשר לתשובה' אבער היי יאר איז מען זיך צוזאמגעקומען ליידער נישט פון קיין גוטע סיבה "..שמועה לא טובה פון ארצינו הקדושה וואס איז ליידער געווען באתרא קדישא מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר, וואס איז געווען זייער א שווערע פאסירונג פון הלחץ זו הדחק און סאיז ל"ע געהארגעט געווארן מ"ה נפשות יקרות, און סאיז מקיים געווארן צו אונזער ווייטאג שבת משוש לבנו נהפך לאבל מחולינו, ..כל בית ישראל זענען זיך מתאבל און מצטער אזויווי סשטייט אין פסוק וירב בבת יהודה תאניה ואניה ..או מה היו לנו פון די מ"ה נפשות יקרות וואס זענען פארלוירן געווארן במקום קדוש וביום קדוש.." דערנאך האט די רבי ארומגערעדט אז יעדער איז מחיוב זיך צו מפשפש זיין במעשיו און תשובה טוען א שלמית'דיגע תשובה, און ארומגערעדט אז נסתרים דרכי ה' ומאד עמקו מחשבותיו, אז מיר פארשטייען נישט מעשי ה' און מיר זענען מאמינים בני מאמינים אז סאיז נישטא אזא זאך ווי א מקרא אלעס איז בהשגחה פונעם הייליגן באשעפער, וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד, "אבער יעדער דארף מאכן און אזא צייט א חשבון הנפש" (המשך>>>)
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
לכו ונשובה אל ה'
פייערדיגע דברות קודש בקול בכי פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יעצט ביים עצרת התעוררות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל "על מ"ה יצא הקצף" פארגאנגענעם ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון.