🌴 א' בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר מיכל טרעגער וב"ר יואל נטע טעללער
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ה', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ב"ר משה יודא ווייס -ק"י ר' יואל אלכסנדר שטערן -ק"י באולם בית רחל פארדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' אהרן אלעזר רובינפעלד -ק"י ר' יואל ב"ר שלמה גוטמאן -ק"י באולם כינור דוד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט פארנאכטס אפגעשטאט א באזיך אינעם גיגאנטישן "בנין לאה אסתר" בבית רחל במוסדותינו הק' קרית יואל אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות, נאכדעם וואס מוסדותינו הק' קרית יואל האט נארוואס באשטעטיגט אהערצושטעלן בליץ שנעל אינעם "גיגאנטישן אודיטאריום" א הערליכע חתונה זאל צו פארגרינגערן די מחותנים וואס זענען פון איין רגע אויפן צווייטן באצווינגען געווארן צו נעמען א מסדר קידושין שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 שב"ק פרשת נשא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פרייטאג נאכמיטאג 8:40 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יחיאל רובין, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, און סאיז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה לספרדים עטה"ק, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, הגבהות הכוס לקידוש: החתן הרב שמעון ט"ב נכד כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל לאנדא -וומ"ס, מנוחה ושמחה: ר' יעקב פישער -ב"ב, די רבי האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכות כהנים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עד ועד בכלל, קה אכסוף: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י ומנהל בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל, בענטשן: הגה"צ ר' מענדל פאנעט בן כ"ק אדמו"ר מדעעש בני ברק שליט"א, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון זקינו מרן הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט"ז סיון, קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב פוקס -ירושלים, ביי די פירות זענען די חתנים דורך, אז ביום השביעי: הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף ראהק דקהלתינו מאנסי, מען האט געענדיגט 1:35.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אנטשיל ווייס, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער, עליות, כהן: הרה"ח ר' משה אוריאל גברא -וומ"ס, לוי: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין, שלישי: החתן ב"ר יודא שניצער, רביעי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל דיין ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק', חמישי: החתן ב"ר יואל מערץ, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל: ר' יעקב מענדלאוויטש, הרה"ג ר' אייזיק גליק, ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן, ר' מרדכי יאקאבוויטש, ר' יואל דוד לוסטיגמאן, שביעי: החתן ב"ר חיים וועצבערגער, החתן ב"ר שלמה קליין, החתן ב"ר פסח חיים קרעמער, הרה"ג ר' יצחק מוצען -וומ"ס, אחרון: החתן ב"ר אנטשיל ווייס, מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש -וומ"ס, הגבה: הרה"ח ר' שלמה קליין, גלילה: הרה"ח ר' יודא שניצער, מוסף: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' פסח חיים קרעמער, מען האט געענדיגט 12:40.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים אין שטוב ביים קידוש האט מען געזינגען לכבוד די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו שליט"א בת הנולד להרב ליפא רובין חתן הגה"צ ר' ברוך, און מאיז אריבער וואונטשן מזל טוב, די שמחת הקידוש איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ראפשיץ אין בארא פארק, ויקרא שמה בישראל פעסיל לאה נאך הרבנית הצדיקת מחברתה הטהורה פון רביהק זי"ע בעל ברך משה, שישו ושמחו בשמחת רבינו
צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:45, מנחה: הרר אלחנן טויב, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינבערגער -וומ"ס, כהן: הרה"ג ר' אייזיק גליק, לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער, שלישי: הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ מיטלמאן, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמריך' און געטייטשט בדרך מוסר אז סאיז דא 2 אופנים ווי אזוי השי"ת ריפט אידישע קינדער, איינס 'קורה לה והוא באה' 2'טע 'הכישה במכל', כדי זוכה צו זיין בקריאה של חיבה איז נאר דורך עוסק זיין בתורה, און ארומגערעדט איבער די טראגעדיעס וואס כלל ישראל האט ליידער יעצט מיטגעמאכט בכמה מקומות מיט דעם הכישה במכל און מעורר געווען אויף לימוד התורה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל בר"א לעווי, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 11:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי' סיון תשפ"א5/21/2021
באריכט
🌴 פרייטאג עש"ק נשא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר שלמה הערש קארנבלי, וב"ר שמעון יואל גוטמאן, וב"ר ישראל ברוך הערשקאוויטש, וב"ר חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער.
נאכן דאווענען איז -ווי געמאלדן- פארגעקומען די גרויסע מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן הרב שמעון ט"ב ממציוני תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף דברי יואל -נכד רביה"ק זי"ע, בן הגה"צ ר' ליפא אב"ד סאסוב ב"פ חתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, -געווען מיט די השתתפות פון די זיידעס מחותנים ובראשם די גרויסע פעטער רבינו שליט"א.
מען האט געזינגען לכבוד די שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הישיבה הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין, דערנאך האט די חתן געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן די אבי החתן, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פארן חתן זיידעס און מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש, נאך די דב"ק האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ לכבוד די שמחה.
שישו ושמחו ושמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגט' סיון תשפ"א5/20/2021
באריכט
🌴 בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
נעכטן מיטוואך נשא פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם קויפמאן -ק"י ר' משה הערש האלפערט -ק"י באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' משה סימאן -ק"י ר' יואל יו"ט יוזשעף -ק"י באולם קרן ויואל משה.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' יואל לוסטיגמאן -וומ"ס ר' יואל ברד"ל גרינפעלד -ק"י באולם בית רחל פארדייס.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' ציון סאאל -ק"י ר' נתן חיים זגיל -ק"י.
*
היינט דאנערשטאג נשא פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרב שמואל קליין -וומסב"ג הרב קלמן עקשטיין -ק"י באולם כינור דוד. -חתן כלה אייניקליך ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין רב ודומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד, הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים אב"ד ומח"ס סייעתא דשמיא, הגה"צ גאב"ד בוענאס איירעס-.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' יעקב שלום שווארץ -ק"י ר' אלעזר הורוויץ -ק"י באולם בית רחל פארדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"מ גראס -מאנסי ר' שלמה אפפעל -ק"י באולם קרן ויואל משה.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יואל ברמ"מ גאטליעב -ק"י ר' יואל בר"ש פריעדמאן -ק"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת התנאים פון נכד רביה"ק זי"ע החתן הרב שמעון ט"ב ממציוני תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" בן הגה"צ ר' ליפא אב"ד סאסוב ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א, קומט פאר באולם בית אסתר אין בארא פארק.
מארגן נאך שחרית בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף דברי יואל וועט פארקומען די גרויסע מסיבת לחיים בראשות די גרויסע פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגה' סיון תשפ"א5/16/2021
באריכט
🌴 שב"ק פרשת במדבר בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פרייטאג נאכמיטאג 8:40 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה -נאך מנחה האט די רבי געזאגט קדיש לכבוד די יארצייט פון זקינו הרה"ק מוואלאווא זצ"ל, קבלת שבת: ר' אברהם שלמה כ"ץ -ב"ב, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, כל מקדש: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי, מנוחה ושמחה: ר' יודא ענגל -ב"ב, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתילדו על משפחותם' -בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומות העולם מה ראו להתקרב יותר מן האומות, סתם הקב"ה פיהם ואמר להם הביאו לי ספר יוחסין שלכם כשם שבני מביאין, און געטייטשט בדרך דרוש אז די אידישע קינדער זענען זרע קודש און פאר זיי רעכענט מען די טוב ועתיד פון זייערע קינדער, קה אכסוף: ר' יואל ווייס -ב"ב, בענטשן: ר' אברהם שלמה כ"ץ -ב"ב, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פונעם בעל שם טוב הקדוש זיעוכי"א וואס די יארצייט געפאלט שבועות, קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא ארי ווייס, ביי די פירות זענען די חתנים דורך, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יונתן בלייער מאנטריאל, מען האט געענדיגט 1:40.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר וואלף זעלצער וויליאמסבורג, פסוקי שמע ישראל: הרב חיים כהנא, עליות, כהן: החתן בן הרה"ח ר' אליעזר זעלצער, לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי, שלישי: החתן בן הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא, רביעי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל, חמישי: הרה"ח ר' משה אלי' פאלאטשעק וויליאמסבורג, שישי: די רבי, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' יעקב ברש"א פריעדמאן, ור' נחום וויינשטאק, ור' חיים זעלצער -בארא פארק, ור' ליפא אקערמאן, ור' משה ארי פריעדמאן, שביעי: הרה"ח ר' יעקב משה גאלדבערגער, אחרון: ר' אברהם שלמה כ"ץ -ב"ב, מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין, נאכן ליינען זענען צענדליגע געסט פון אויסלאנד אריבער גומל בענטשן הגבה: ר' יודא ענגעל -ב"ב, גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר שמעלקא קיש -בארא פארק מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמעון גוטמאן וויליאמסבורג, מען האט געענדיגט 12:40.
צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:35, מנחה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ארי ווייס, כהן: הר"ר שלמה אהרן פריעדמאן -וויליאמסבורג, לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש, שלישי: הרבני הנגיד ר' אברהם יודא ראזענבערג -וויליאמסבורג, הגבה: די רבי, גלילה: ר' יואל ווייס -ב"ב, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ויתילדו על משפחותם' -בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומות העולם, און ארומגערדט דברי מוסר אז מען איז מתפלל 'לשמור ולעשות ולקיים' אז די מצוות וואס מען האט שוין מקיים געווען זאל זיך האלטן און נישט ווערן אוועקגעכאפט דורך די חיצונים חלילה, די עצה איז אז מען איז מקיים די מצוות 'בהתלהבות אש' וואס דורך דעם ווערן די חיצונים פארברענט, דעי וואך שבועות איז די יארצייט פון די בעש"ט הקדוש זי"ע וואס האט אריינגעברענגט צו דינען דעם אייבערשטן בהתלהבות אש וואס דאס איז פארבליבן ביי 'כל אשר בשם חסיד נקרא' און ארומגערעדט בדברי הכנה פאר יו"ט שבועות, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ח ר' אשר ווידער מאנטריאל, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב: הרה"ח ר' מענדל פרענקל, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 10:55.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יעצט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום מסע הלוי' פון הגה"ח הישיש ר' עקיבא צבי גאנז ז"ל מלמד תשב"ר, ווי די רבי האט משמיע געווען דברי הספד און בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז טראץ וואס ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא איז אבער "ומצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד" וואס א גרויס חלק ק"י האט ביי אים געלערנט די א"ב וואס די התחלה איז כנגד כולם, די רבי האט זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט אז "ער איז געווען א שטאלץ פאר קרית יואל" דערנאך האט די רבי מלוה געווען די מיטה פאר עטליכע מינוט. יהו"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגג' סיון תשפ"א5/14/2021
באריכט
🌴 דאנערשטאג במדבר פארנאכטס בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
ארום 10:20 איז די רבי אנגעקומען אין מאנסי צום דינער לטובת מוסדותינו הקדושים מיט אירע אריבער "1500" קינדער בליעה"ר, דאן האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, דערנאך איז באהערט געווארן מיט 'נזר עושה חסד' הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער מראה"ק מאנסי וועלעכע האט געשאפן פארן מוסדות די פאנטאסטישע סומע פון 180,000 דאלאר! און האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, דערנאך האט די רבי משמיע געווען די צענטראלן דברות קודש -זעהט עקסטערע באריכט פון די דב"ק-, ביים מעמד האט זיך אויך באטייליגט כ"ק הגה"צ רב קהלתינו 15 שליט"א ווי במשכן מעמד האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן און מיט הגה"צ מאנסי רב שליט"א.
נאכן מעמד האט די רבי געדאווענט מעריב און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט און געדאווענט פארן עמוד לרגל הילולת זקינו וואלאווא רב זצ"ל מען האט געענדיגט 11:50.
נאכן דינער האט די רבי באזיכט ביי הגה"צ ר' חיים פייוול שנעבאלג שליט"א מלפנים אבד"ק אבריכים לרגל התמנותו לאבדק"ק מאנטשעסטער, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון איבער א האלבע שעה, צום ערשט האט די מאנטשעסטער רב איינגעלאדענט דעם רבין צו קומען אויף א באזוך אין מאנטשעסטער, צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון שטאט ק"י צניעות און אויפשטיין פארטאגס וכדומה, די רבי האט צוגעצייכנט אז די עצרת נעכטן אין ביהמ"ד הגדול ק"י האט זיך געענדיגט שוין 10:00 !, דערנאך האט זיך פארצויגן ווייטער די שמועם איבער די שרעקליכן טראגעדיע אין מירון ווי די רבי האט איבערדערציילט די מעשה פונעם צאנזער רב וואס די רבי האט דערציילט ביים עצרת, און נאך עטליכע מעשיות פונעם צאנזער רב, דערנאך האט די רבי געווינטשן ווארימע ברכות הקודש לרגל התמנותו פאר מרא דאתרא אין מאנטשעסטער.
פון דארט איז די רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער מיט החתן בן הרה"ג ר' פנחס צבי אלימלך כ"ץ שליט"א דומ"ץ בוויליאמסבורג ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די מחותנים, און דערנאך האט די רבי געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן און מחותנים.
ארום 1:20 איז די רבי אנגעקומען אין ק"י ווי די רבי איז צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' קלמן יואל סופר אויף די קארלסבורג גאס ווי די רבי האט זיך אומגעקיקט ביי די הרחבת גבולי הקדושה ביי ביהמ"ד רב טוב און די שטאקן פאר די ישיבה קטנה, דערנאך איז די רבי אריין אין זיין שטוב און אריינגעשריבן די אויתיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך ר' קלמן יואל, וואס ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן אסרו חג צום ביהמ"ד רב טוב, און געפראוועט א מסיבת לחיים וחתימת שטרות פאר די זכותים ביים הרחבת גבולי הקדושה ביים ביהמ"ד רב טוב, עס האט זיך אויך באטייליגט די רב הביהמ"ד הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי נכד רבינו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יעצט ביים דינער לטובת מוסדותינו הק' מאנסי האט די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דברות קודש ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון "סאטמאר מאנסי", און איבער די הרחבת גבולי הקדושה ווען ס'וועט בקרוב געבויעט ווערן א פרישע ביהמ"ד פאר קהלתינו הק' מאנסי, און געבעטן אנ"ש זיך צו האלטן צוזאמען דוקא בבתי מדרשינו איבער די שטאט.
דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די מוסדות וואס בליעט לשם ולתפארת "און אז כהיום קען מען נישט אנ-נעמען נאך קינדער אין די מוסדות, צוליב דעם וואס איז נישטא קיין פלאץ אין די בנינים! און געמאלדן די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען סווערט געבויעט בנינים אדירים פאר די מוסדות און די ווערט פון "פיפציג מיליאן דאללאר" און דערמאנט אז אין כתה ט' פון די מוסדות איז שוין דא עטליכע חדרים! וואס דאס מיינט אז אויף קומענדיגן זמן החורף וועט זיך עפענען א נייע סניף אין די ישיבה קטנה! און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות קדשו.