קרן הבנין אפדעיט #16 פונעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל
אין די נאנטע טעג גרייט מען זיך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה אין ביהמ"ד הגדול !! די ארבעט וועט דורכגעפירט ווערן אין עטליכע פאזעס איינגעטיילט און ספעציעלע סעקשאנס, צו פארזיכערן אז די בוי-ארבעט זאל ח"ו נישט אפי' אויף צייטווייליג צוריק האלטן די אלפי באי בית המדרש לקדש ולטהר!
והיו לשם ולתפארת
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 18
באזוכן אין אלע אפטיילונגען אין די תלמוד תורה און באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות און שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
תפילת שחרית אין מסיבת לחיים אום ראש חודש אין די ישיבה קטנה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
באזוך אין "כולל למצויינים" ויואל משה און באגלייטונג פונעם מנהל הכולל הרה"ח בעל מסי"נ ר' שמואל זאנוויל פויגל הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
ביים שלום נעמען און אמירת גוטע וואך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
מוצש"ק ביי סעודת רעווא דרעווין.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
באזיך פון הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן בירושלים עיה"ק לרגל שמחת הברית מילה בחצרות קדשינו -פון א אייניקיל, ווי ער האט געפראוועט א שיינע שבת בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים בשליחות הקודש פון חתנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
די רבי באגריסט אנ"ש אויפן וועג ארויס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
די הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי ביים דינער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
די רבי ביי די דברות קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
די רבי אין א שמועס מיט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
די רבי באגריסט זיך מיט הגה"צ ר' חיים פייוול שנעבאלג שליט"א גאב"ד מאנטשעסטער -מלפנים אבד"ק אבריכים מאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
יערליכע דינער 'תבנה ותכונן' לטובת "מוסדות סאטמאר מאנסי" מיט אירע אריבער 1,500 קינדער בליהע"ר, פארגאנגענעם דאנערשטאג במדבר אין די זאלן פון אטריו"ם פלאז"א בראשות די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
די יו"ר המעמד הרה"ח ר' אהרן ארי אייזענבערג ביי זיין דרשה, און די דרשה פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א. די עסקנים ביים צוזאם-נעמען די נדבות פונעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"ג סיון תשפ"א5/24/2021
באריכט
🌴 ב' בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעון עוזר וויינבערגער ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש, וב"ר בערל רייך.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ג' פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים גרויסן מעמד ואטהר ווי די בחורים האבן איבערגעגעבן די קבלות פארן רבין און באקומען א מטבעה קודש פונעם רבין.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ב"ר יעקב יושע שווארץ -ק"י ר' יואל ב"ר יוסף חיים ווייס -ק"י באולם בית רחל פארדייס. און ביים חופה פון די מחותנים ר' איתמר טובי שווארץ -מאנסי ר' משה יודא הירש -ק"י באולם כינור דוד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הגה"צ רבי אברהם שארר שליט"א רב דביהמ"ד אור גדלי, וועלעכע האט אויפגעטרעטן מיט א דרשת התעוררות באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נאכן עצרת.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
ויצעקו אל ה' בצר להם וממצוקותיהם יושיעם
מעמד "עצרת התעוררות והתחזקות" לאור האסון הנורא ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון -פארגאנגענעם מיטוואך ראש חודש סיון 'מ"ה לעומר' בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.