און א ערשטמאליגע שריט האט הנהלת "קרית יואל" אינדארסירט א פרעזידענט ביי די פרעזידענטליכע וואלן ווען עס איז אינדארסירט געווארן "פרעזידענט טראמפ" יר"ה אלס הכרת הטוב פאר זיינע פולע לייסטונגען לטובת פדיום שביום בפרט מיט די פריזים רעפאורם ביל די חשובע עסקנים פון די "צדק" ארגעניזאציע און שפיץ פון העסקן הגדול הרב משה מאגערעטן זענען ארויסגעקומען מיט א ריף צום ציבור אז מיט "יודישע שטימען" פארן פרעזידענט ווען מען בעז"ה קענען אויפטיען אויך און עתיד צו קענען ראטווען אחב"י יושבי חושך וצלמות כל המציל נפש אחת מישראל
Report
ברוך דיין האמת שר וגדול נפל בישראל מיט גרויס צער נעמען אנ"ש אויף די ביטערע בשורה אויפן פטורה פון הגאון החסיד ר' ישכר דוב ווייס ז"ל בנו יחודו של הגה"ק בעל מנחת יצחק זצ"ל גאב"ד ירושלים -ראה"ק דקהלתינו הק' במאנטשעסטער קרוב ליובל שנים והעומד לימין קדשו של רבותינו הקדושים מרנן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע ולהבחט"א כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
די לוי גייט ארויס היינט 2:00 פארנט פון זיין שטוב און דערנאך פון בית מדרשינו הגדול און דערנאך אין ארץ ישראל ווי ער וועט קומען לקבורה וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה' ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
Wednesday10 Cheshvan 578110/28/2020
Report
נעכטן אין בארא פארק האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזוכט אין תלמוד תורה דמוסדותינו הק', דער רבי האט זיך ארומגעדרייט און אריין אין אלע כתות זיך צוקיקענדיג מיט א קורת רוח אויף די קול תורה פון די הונדערטער תשב"ר.
אויפן וועג ארויס האבן זיך באגריסט מיט רבינו שליט''א חברי הנהלת מוסדות ראחמיסטריווקא ווי מען האט ארומגערדט איבער די מסי"נ פון האלטן אפען די תלמידי תורות ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פארן רבין "מדארף באדאנקען דעם רבי'ן דער רבי געבט דער שטארקייט אריין פאר יעדעם איינעם." דער רבי האט געווינטשען ברכות קדשו "דער אייבישטער זאל האלטן א רעכטע האנט אויף אלע מוסדות", און ארויסגעברענגט "מדארף זעהן צו האלטן אפען, נישט טשעפענען די גאווענער מדארף לערנען ווייל מ'דארף לערנען מטשעפעט נישט מיטן גאווענער"
"דרוש בשלום העיר."
Report
היינט נאכן דאווענען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך און מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אין קרית יואל, ווי די רבי איז ארומגעגאנגען און מצה בעקעריי און זיך אומגעקוקט אויף די ארבייט, עקסטער איז די רבי אריין צו די אויווענעס ווי די רבי האט משבח געווען די מצה בעקעריי מיט אירע מעלות וחומרות והידורים בעסער ווי איבעראל, דערנאך האט די רבי באקוקט די רעדלערס, דערנאך האט רבינו שליט"א מיט גרויס התרגשות געמאכט די ברכה להפריש חלה מן העיסה און מקיים געווען מצות חלה. פון דארט איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' מיטן באגלייטונג פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין פרעזידענט דקהלתינו הק' ק"י ווי די רבי איז ארום געגאנגען און די גאנצע בית השחיטה אויפן וועכענטליכן באזוך.
Report
דעם מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין וומ"ס אין די זאל פון "עדן פאלאס" ווי די רבי האט באשיינט די גייסטרייכן מעמד "סיום מס' קידושין" דורך יוצאי תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' וואס די בחורים האבן זיך פארהערט ביי מורינו הגה"צ די רב שליט"א פארגעקומען מיט די השתתפות פון די בחורים עלטערן און זיידעס
עס האבן אויפגעטרעטן צווישן אנדערע מורינו הגה"צ די רב שליט"א שליט"א ווי די רב האט ארויסגעברענגט זיין קורת רוח פון פארהערן די בחורים די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און האט געוואלדיג באוואונדערט די בחורים, אז טראץ עס איז געווען אזא יאר, האבן זיך די בחורים אנגעשטרענגט און זיך פארהערט די לימודים. דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די בחורים, מרביצי תורה, עלטערן און זיידעס און געטיילט מתנות פאר די בחורים דעם ספר שמעתתא דמרא ט"ב, וואס ענטהאלט אין זיך דברי תורה פון מרן רבינו שליט"א אויף מס' קידושין
Tuesday9 Cheshvan 578110/27/2020
Report
וואס גייט יעצט פאר אין אוהעל?
שטייענדיג קנאפע צוויי אהאלב יאר נאכדעם וואס אחינו הטועים כת הגזלנים וועלעכע זענען מוחזק צו גנבנען נכסי ציבור זענען דורכגעפאלן מיט א מיסע מפלה נאכן פראובירן צו גנבנען די בית החיים און איהעל מיטן אוהל הק' פון רבינו משה איש אלוקים ראש הששילתא קדישא מרן הישמח משה זי"ע און דאס געמאלדן אן קיין טראפ בושה אינעם טמאנע צייטונג "דער איד" און ווייניגער ווי אפאר טעג -בעצם יומא דהילולא פון רבינו הק' הייטב לב זי"ע מ"מ פונעם איש אלוקים הישמח משה זי"ע איז דאס צוריקגעוויזן געווארן דורך די ארטיגע באאמטע "בזכותו של אותו זקן" און איז צוריק געקומען צו די אמתע בעלים ממשיכי דרכו הקדוש. און אנשטאט זיי זאלן זיך איינפאקן פאר בושה אויף די נידריגע מעשים גייען זיי ווייטער אן! און יא נעכטן נאכט זענען די כת הגזלנים אנגעקומען מיט געדינגענע שחורים און דורכגעפירט א נידריגע מעשי גזילה און אויפגעבראכן די שלעסער און מזיק געווען חפצי קודש און געמאלדן אן קיין טראפ בושה אז ב"ה סאיז געלונגען! יא די מעשי גניבה איז געלונגען! "מיטן ציעל אז זייערע תמימותדיגע קעלבעלעך וועלן דאס אפקויפן אז מען איבערגענימען די ביה"ח" די עסקני חברי קדישה דקהלתינו הק' זענען מסדר על צד היותר טוב אז די גזלנים זאלן באצאלן אלע שאדען, און אז דאס זאל זיך מער נישט איבערשפילן,
Report
היינט נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק אין ביהמ"ד הגדול ווי די רבי האט באשיינט די חומש סעודה במוסדותינו הק' ביי די דב"ק האט די רבי ארומגערעדט "פייערדיגע דברי חיזוק ודברי מחאה" ארויסגעברענגט די שבח פון די הנהלת המוסדות און די עסקנים וואס האלטן אפען די מוסדות און פארדאמט די פראטעסטן אין ב"פ זיך רייצן מיט די גוים בעת מיר זענען אין גלות וואס איז געמאכט געווארן דורך בנין נערים אן קיין שום דעת תורה ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק "..אונז מאך מיר נישט קיין מהומות אין די גאסן און מטאר נישט מאכן קיין מהומות אין די גאסן" ..חלילה וחלילה מיט צושטיין מיט דעם" ..אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים גייט ארויף אויף דעם"
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים שמחת קישור החיתון פון די כלה אייניקיל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יעצט אויפדערנאכט אין שטוב פונעם אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן ארום 12:00 איז די רבי אנגעקומען ווי עס זענען האבן זיך באטיילידיגט די מחותנים אבי הכלה שליט"א און הגה"צ ר' מאיר איתמר רוזנבוים -אבי החתן מען האט ארומגערעדט בדברי תורה וחסידות איבער די יוחס פון די חתן כלה, מען האט מקבל קנין געווען, די רבי האט געווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, אויך האט די רבי געווינטשען טעלעפארניש פארן זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשנוף י"ם שליט"א, נאכדעם האט מען ממשיך געווען מיט נגיני שמחה פארן ארויסגיין האט די רבי געווינטשן די כלה ויהו"ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
Monday8 Cheshvan 578110/26/2020
Report
נעכטן ביי די דב"ק ביים מעמד קביעות מזוזה אויפן בנין האדיר בבית רחל "בנין לאה אסתר" האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערמאנט "אז קרית יואל איז געבענטשט געווארן מיט אסאך עשירים!" אחד המרבה ואחד הממעיט -סיי די עשירים וואס געבן גרויס געלט און סיי די יונגעלייט, דערציילנדיג מיט גרויס התפעלות אז פארגאנגענעם דאנערשטאג איז אריינגעקומען א אינגערמאן און געגעבן א טשעק פון צען אלפים פארן קרן הבנין!! אינדערצייט וואס ביי אנדערע איז שווער ארויסצונעמען א הונדערטער פון טאש, ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט "איך האב עס באווינדערט" די רבי האט געווינטשען ברכות קדשו אז עס זאל זיין א שפע פון פרנסה "און דעי אלע וואס געבן זאלן ווייטער קענען געבן און דעי אלע וואס האבן א רצון צו געבן זאלן קענען געבן"
Sunday7 Cheshvan 578110/25/2020
Report
מזמור שיר חנוכת הבית היינט ביים מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פארן בנין האדיר והחדש בנין לאה אסתר בבית רחל ק"י און שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט די רבי קובע מזוזה געווען אויפן דרויסענדיגן שער און דערנאך ארויף צום 5'טען שטאק צום ביהמ"ד פון די מיידלעך ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שמואל שלמה טעלער מנהל בית רחל הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות בק"י דערנאך האט די רבי אויפגעטרעטן מיט דב"ק און צווישן אנדערע ארויסגענימען א צעטל וואס איינער האט איבערגעגעבן פארן רבין מיט א ס"ה פון אלע כתה א' דמוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט אזויפיל ווי 47 כתות וואס דאס איז כמנין שם הקדוש מרבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע און ארויסגעברענגט אז דאס מיינט אז 10 יאר ארום וועט זיין אזויפיל כתות אין די ישיבה קטנות! דערנאך האט די רבי ארויסגעברענט מיט התרגשות אז מען האלט היינט ביי די צווייטע קביעות מזוזה איינס ביים ישיבה גדולה פאר די בחורים און יעצט ביי די בית רחל פאר די גרויסע מיידלעך און זיך באדאנקט פאר די הנהלה, נדבנים, און שפיץ פון הרבנית הצדיקת תליט"א דערנאך האט די רבי קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד און זיך אומגעקיקט אויפן בנין אפאר שטאקן, כתות, און פון די בנין אינדרויסן, און באגלייטונג פון די חברי הנהלה. און גאס האט זיך די רבי אפגעשטעלט שמיסן מיט הרה"ח ר' מאיר הירש מנהל המוסדות
Report
מזמור שיר חנוכת הבית היינט איז פארגעקומען די מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פארן בנין החדש בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דרב"י דסאטמאר -סניף קדושת יואל אין שפיץ פון די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווי די רבי האט געקלאפט מזוזה אין זיך אומגעקיקט אין ביהמ"ד, אלע כיתות, און דערנאך ארויף צו "אלע" דארמעטארי צימערן, חדר האוכל, מקוה, דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אין היכל הבימ"ד ווי די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און צווישן אנדערע דערמאנט אז ביים חנוכת הבית אויפן בנין הישיבה אין "סענז סטריט" איז רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע אריין אין יעדע צימער באזינדער, וואס דאס לאזט איבער א רשימא קדישא לדורות עולם. ווי רבינו שליט"א האט דאס מסביר געווען מיטן מעשה הידוע פונעם ר"ר אלימלך מיטן ר"ר זושא וואס זענען געגאנגען גלות, און ביז ווי זיי זענען געגאנגען איז געבליבן חסידיש ביזן קריג, ומסיים געווען בברכות קדשו