בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגא' תמוז תשפ"א6/11/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

אכסוף נועם שבת המתאחדת: מיט אן עקסטאזליכע הכנה דרבה גרייטן זיך אלפי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר בארץ הקודש מיט א "חרדת קודש און א התרגשות והתרוממות עילאה" און מיט אן התלהבות דקדושה צו דעם "שבת המרומם במחיצת הקודש" פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א.
א שבת וואס פארשפרעכט צו זיין א שבת של התרוממות הנפש ווי מען וועט זיך אנווארמען באורה הבהיר פון רבינו שליט"א ביי די הייליגע תפילות און די געהויבענע לעכטיגע טישן, שבת קודש בצל כנפיך יחסיון!!

סדר וזמני השבת המרומם

די תפילות ועריכת השלחנות וועלן פארקומען אינעם ריזן בנין פון "מוסד תומר דבורה".
זמן הדלקה"נ 7:18,
ביים זמן הדלקה"נ וועט אויפטרעטן הגה"צ ר' יואל רב דביהמ"ד בית ברוך בן כ"ק רבינו שליט"א מיט א דרשת הכנה,
מנחה 8:10,
ארום 2 שעה נאכן דאווענען וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריינקומען צום עריכת שלחן הטהור,
שחרית ביום שב"ק 9:30,
שב"ק צופרי ביים "סעודת עתיקא קדישא" וועלן אנ"ש האבן די זכיה צו עסן אינאיינעם מיט רבינו שליט"א ווי עס וועט אויך אויפטרעטן מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שב"ק נאכמיטאג 6:30 וועט פארלערנען פרקי אבות הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש רב דביהמ"ד ישמח משה -חדב"ן,
מנחד און דערנאך די "דערהויבענע סעודת רעוא דרעוין" 20 מינוט נאכן זמן הדלקה"נ,
לקראת שבת לכו ונלכה

במוצאי יום גילה: מוצאי שב"ק וועט פארקומען די גרויסן מעמד "כינוס אנ"ש בארה"ק" אינאיינעם מיטן "סיום מס' יבמות" בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' ברוב פאר והדר אין א פראכטפולע גיגאנטישן זאל בשכנות פון עיה"ק צפת, בתופים ובמחולות לכבוד שמחת התורה ולומדיה, כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט משמיע זיין די צענטראלן דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש בארה"ק, שישו ושמחו בשמחת התורה

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ו' עש"ק קרח ר"ח תמוז 🌴

ויהי ביום השישי בהיות הבוקר ויחרד כל העם אשר במחנה
ארום 6:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום "מעמד התעוררות" ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי "באתרא קדישא מירון", ווי די רבי האט משמיע געווען דברי אלוקים חיים דב"ק ודברי התעוררות בבכיות עצומות מיט א תפילה צו בוכ"ע בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו פויעלען ישועות ורפואות פאר כלל ישראל, -זעהט עקסטער די באריכט פון די פייערדיגע דברים חוצבים להבות אש ביי די פריערדיגע מעלדונגען- דערנאך ארום 7:05 האט מען אנגעהויבן אינאיינעם אויסזאגן "כל ספר תהילים" להפקד בדבר ישועה ורחמים, די רבי האט צוגעשיקט צום עמוד בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און ביי קאפיטל "ק"ל" האט די רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בנוסח ימים נוראים ברוב התעוררות והשתפכות הנפש, -צוליב ר"ח האט מען נישט געזאגט די יהו"ר- מען האט געענדיגט ארום 9:05 און די רבי האט געליינט די קוויטלעך צווישן זיי די טויזענטער קוויטלעך פון די לומדי חבורת "יסודי התורה - תורתך שעשועי" בשעת מען זינגט נגוני התעוררות, ארום 9:35 האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד "אויסגעפויעלט אלעס גוטס" מיט כל מיני ישועות, שפעטער איז די רבי צוריק אנגעקומען אין מערה צו שחרית און צוגעגאנגען צו הלל און עולה געווען רביעי.

לקראת שבת לכו ונלכה
און די נאכמיטאג שעות האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום "עיה"ק צפת" ווי עס וועט פארקומען די גרויסע "שבת המרומם במחיצת הקודש" פאר די טויזענטער אנ"ש בארה"ק.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
באריכט
ובעד עמך רחמים שאלי

פייערדיגע דברות קודש בבכיות נוראות ובקול חוצב להבות אש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי באתרא קדישא מירון פאר אמירת ספר תהילים.

די רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי" און אויסגעבראכן און שטורעמישע בכיות "..הייליגע רבי שמעון אידישע קינדער דארפן ישועות ורפואות, אידישע קינדער דארפן ישועות בגשמיות וברוחניות.." און אויסגערעכנט ישועות פארן כלל און פארן פרט, "..ווען מען קומט צום ציון פונעם הייליגן תנא רבי שמעון "אוי" הוא ימליץ טוב בעדינו.." און געטייטשט במאמריו פון רבי שמעון, "..רבי שמעון בר יוחאי קען איבערדרייען פון דין צו רחמים ..אונז זעמיר דא געקומען פון די מרחקים צום 'מקום קדוש די ציון המציונת פונעם הייליגן תנא רבי שמעון.." דערביי האט די רבי אראפגעברענגט א זוה"ק אויפן פסוק 'והנה הנער בוכה' אז משה רבינו האט געוויינט פאר די צרות ישראל, און מיט בכיות נוראות אויסגעשריגן צו רבי שמעון "..הייליגע תנא, כלל ישראל וויינט!! כלל ישראל איז צובראכן!! כלל ישראל דארף רפואות וישועות!! הייליגע תנא פויעל ישועות פאר אידישע קינדער!!! אידישע קינדער קיקן ארויס ארויס געהאלפן ווערן בברכת הבנים!! אידישע קינדער קיקן ארויס אויף רפואות!! אנשים נשים וטף!! הייליגע תנא האב רחמנות!! זיי מעורר רחמים פאר כלל ישראל!! אידישע קינדער דארפן רפואות אין רפואות הנפש!! און ממשיך געווען בבכיות עצומות פאר עטליכע מינוט, און ממשיך געווען "..אידישע קינדער דארפן פרנסה עמך ישראל צריכים פרנסה!! אידישע קינדער דארפן טוען שידוכים!! הן בבנים והן בבנות!! אידישע קינדער ווילן זעהן נחת פון די קינדער!! בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות!!.." דערנאך האט די רבי ממשיך געווען אז סאיז דא דריי מיני גלות, אידן צווישן גוים, אידן צווישן רשעי ישראל, נאכדעם איז דא א גלות ווען מען איז ביים יצר הרע, "די לעצטע איז די שווערסטע בכמות ובאיכות" און געטייטשט מיט א קול געשטיקט פון טרערסן "ולכל המורא גדול אשר משה לעיני כל ישראל" אז משה רבינו האט אונז ארויסגענומען פון "אלע דריי גלות'ער" "בראשית איז ראשי תיבות א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר יו'חאי, "..הייליגע תנא אונז וויל מיר ארויסגיין פון אלע גלות'ער!! הן פון צווישן די גוים!! והן צווישן די רשעי ישראל!! און פון די גלות יצר הרע!! מזאל קענען עוסק זיין בתורה ובמצוות!! קענען מחנך זיין די קינדער לתוי"ש!! און זעהן נחת בהרחבת הדעת!! און נאך שטראקע ברכות הקודש, און אויסגעפירט "די אייבערשטער וועט העלפן הוא ימליץ טוב בעדינו זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגל' סיון תשפ"א6/10/2021

באריכט
קומי רוני בלילה לראש אשמרות

לשאלות הרבים טוען מיר מעלדן פאר אנ''ש די בכל אתר ואתר אז יעצט "עש"ק ר"ח תמוז 6:00 באתרא קדישא מירון" - ארום 11:00 בארה"ב /קאנאדע, 4:00 אין אייראפע, וועט מען קענען מיטהאלטן די "מעמד התעוררות" די דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און דערנאך אמירת "כל ספרי תהילים" ביים ציון הקדוש פון "התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" צו קענען מיטהאלטן און מיטזאגן ספר תהילים להפקד בדבר ישועה ורחמים,

-אויף די פאלגענדע נומערן ווי עס ווערן צוגעשטעלט שווערע טויזענטער ליינס.
>קול סאטמאר: 845-951-1110 /845-414-8018, #311
>אויף די בעק-אפ נומבער: 339-207-8688

אדער אין ארץ ישראל
>קול אנ"ש ירושלים: 2-372-2115 #91
>בני ברק: 2-437-22111 #92

ויהו''ר מען זאל פויעלן אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ה' קרח 🌴

-נעכטן מיטוואך זענען אריין בקודש פנימה במעון קדשו בבית האכסניא הגאון ר' אברהם ישעי פערקאוויטש מראשי ישיבות מיר אינאיינעם מיט די חסידישע חבורה אין ישיבה, ווי די רבי האט משמיע געווען א שיינע שמועס בדברי תורה.
אויך איז אריין בקודש פנימה -ווי געמאלדן- די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" און פון "ארגון משוך נועם" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א -תולדות אהרן, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, אזוי אויך הרה"ג ר' גבריאל דאווידאוויטש שליט"א -דושינסקיא, און הרה"ג ר' יעקב באטעלמאן שליט"א -מגדולי המחנכים, און הרה"ג ר' יוסף גערליץ שליט"א, און נאך אסאך עסקנים, און אויפן טעלעפאון הרה"ג ר' משה בלוי שליט"א -מגדולי המחנכים, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבער די פעולות בארה"ק און די פלענער אין חוץ לארץ, און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.-
*

שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.

ארום 9:15 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.

9:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, די רבי איז צוגעגאנגען צו "הלל" בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי און "גומל געבענטשט" מען האט געענדיגט 11:30.

ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה
ארום 11:50 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום "מעמד ההודאה" ביים פלאץ ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט די גיגאנטישע שאטער "שבת מירון" תשע"ו וואס האט זיך א טרייסל געטאן ליל שב"ק און בניסי ניסים גארנישט געשעהן, די רבי האט געמאכט דעם ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה בשם כל אנ"ש וואס האבן זיך דארט געפינען, און מהאט געזינגען נגוני הודאה.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע -ווייטער פון נעכטן- פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 6 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

אויך איז אריין בקודש פנימה נאכמיטאג צווישן אנדערע הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר שליט"א ומלפנים אב"ד דקהלתינו לאנדאן ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן אסון נורא ל"ג בעומר און איבער די מעגליכע שינוים וואס וועלן געמאכט ווערן, דערנאך האט אים די רבי מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו,
אויך איז אריין בקודש פנימה כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז אריין במשך היינט און נעכטן "צענדליגע מנהלים עטה"ק" וואס האבן זיך באדאנקט אויף די געוואלדיגע תמוכה פון "שקל הקודש" מדי חודש בחדשו אויף א שטילן פארנעם.

ארום 5:30 איז אנגעקומען במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון א משלחת פונעם מרכז עזרה ויעוץ אין שפיץ פונעם "ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פעולות הצלות פונעם מרכז און מטכס עצה געווען ווי אזוי צו ראטווען די הונדערטער בחורים בפרט נאך די לעצטערע שוועריקייטן, אויך האט מען ארומגערעדט איבערן די מרכז עזרה ויעוץ "נפשי ועוד נפשות" קאמפיין וואס איז אריין אין פולן שוואונג פאר כלל חסידי סאטמאר, דערנאך האט די רבי משמיע געווען גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די געטרייע מצילים.

דערנאך ארום 6:30 איז די רבי אנגעקומען אויף א באזיך ביי הגה"צ האדמו"ר ר' רפאל אביחצירא שליט"א בבית מדרשו במירון, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט זיך באדאנקט פארן ארויסגעבן די ביהמ"ד פאר די בחורי הישיבות צו קענען פראווענען די מעמדים פאר די בחורים, דערנאך האט ער מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און די רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.

צוליב די ריבוי העם פון הונדערטער אנ"ש אריינצוגיין בקודש פנימה וואס האט געשטראמט אן א אויפהער, איז ווייטער פארגעקומען די זמני כניסה, ארום 8:15 האט די רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה, ארום 9:30 האט די רבי געדאווענט מעריב.

דערנאך האט זיך די רבי כדרכו בקודש איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ד' קרח -חלק ב' 🌴

במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 4 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

אויך איז אריין בקודש פנימה די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבערן "ארגון משכינו" און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.

ארום 8:30 האט די רבי געדאווענט מנחה במעון קדשו בבית האכסניא,
9:45 האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי הדרכה פאר די 'מחנכות ומנהלת' בקרב בית רחל במוסדותינו הק' בארה"ק,
ארום 10:15 האט די רבי געדאווענט מעריב במעון קדשו בבית האכסניא.

שפעטער איז פארגעקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק, מען האט געזינגען נגוני התעוררות נגוני תורה ונגוני ראש חודש, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' און געטייטשט בדברי דרוש ופלפול און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה לדעת את המעשה אשר יעשון, בפרט די אחריות וואס די מלמד טראגט אויפן קינד, צווישן אנדערע האט די רבי אויך שטארק ארומגערעדט איבער פאלגן די הנהלה, און משמיע געווען שטארקע דברי חיזוק פאר די מלמדים און זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט "די שכר פון די מלמדים איז גדול ואין חקר", און געוואונטשן שטארקע ברכות קדשו, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד "יהא רעוא קדמך דתיפתח ליבאי באורייתא".
*

במשכן טאג איז פארענדיגט געווארן אויפצושטעלן די "גיגאנטישע שאטער" פאר די עריכת השלחנות ביים שבת מרומם "בעיה"ק צפת" במחיצת הקודש, אזוי אויך ווערן געמאכט די לעצטערע פלענער דורך די חשובע עסקני קהלתינו הק' צום געהויבענעם שבת.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ט סיון תשפ"א6/9/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ד' קרח 🌴
שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.

פארן דאווענען ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ"ד פון הרה"צ רבי רפאל אביחצירא שליט"א וואס איז ארויסגעדונגען געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' פאר בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק וועלעכע וויילן במחיצת הקודש באתרא קדישא, ווי די הונדערטער בחורים זענען געווען פארזאמעלט די רבי איז אריבער צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידי הישיבות אין די סוגיות פון זייערע לימודים און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די לומדי תורה.

ארום 9:00 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.

9:40 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, נאך שחרית אין די מערה האט דער רבי חלאקע'ט עטליכע קינדער פון פארשידענע קרייזן וועלכע זענען געקומען מאכן פיאות באתרא קדישא כנהוג, מען האט געענדיגט 11:00

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורי אנ"ש, מהאט געזונגן ניגוני התעוררות ודביקות און די רבי האט משמיע געווען דב"ק לענגערע דברי תורה די רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו" און געטייטשט בדבריו פון רבי שמעון און דערנאך געטייטשט "אנא עבדא דקדושא ברוך היא" משולב בדברי מוסר הדרכה וחיזוק און געווינטשן ווארימע ברכות הקודש, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויף 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא'
*

פארמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעון קדשו בבית האכסניא, הגה"צ גאב"ד קוממיות-ירושלים שליט"א אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יצחק שלמה בלוי שליט"א סד"ד ביד"צ פון די עדה החרדית, און די חברי הנהלה פון "קרן השביעית" אינאיינעם מיט עטליכע פארמערס שומרי שביעית, די רבי האט זיי אנטפאנגן בכבוד הראוי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכות שמיטה און בריתחא דאורייתא אויסגעשמועסט און מבאר געווען אלע שיטות הפוסקים.

דערנאך האט די רבי געקויפט א שותפות אין א פעלד מיט איינע פון די פארמערס פון כפר שמאי, און געחתמעט שותפות לקראת שנת השמיטה הבעל"ט צו האבן א חלק אין די מצוה פון שמיטה וואס איז נוהג בארץ,
דערנאך האט די רבי געווינטשן ווארימע ברכות הקודש און ארויסבאגלייט ביזן גאס און געשיקט בנו הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט זאל אראפפארן צום פעלד בשליחתו.

נאכמיטאג האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון זמני כניסה אל הקודש פנימה בפו"פ וואס גייט שוין אהן א גאנצן נאכמיטאג פאר אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, און ווערט געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

פארנאכטס ארום 9:00 נאך תפילת מנחה וועט פארקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דב"ק "דרשת חינוך" לדעת את המעשה אשר יעשון.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגכ"ח סיון תשפ"א6/8/2021

באריכט
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט זיך היינט און די פארמיטאג שעה'ן צוריקגעקערט פון "אריזאנע" פון די מהודר'דיגע ווייץ שניט פאר די מצות פון יו"ט פסח תשפ"ב פאר קהלתינו הקדושות און פאר נאך אסאך קהילות, די רב שליט"א איז געפארן בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש ט"ב אב"ד ראצפערט מיט דייני ורבני קהלתינו, אזוי אויך הגה"צ דומ"ץ פאפא שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א,
די רב שליט"א איז ארויף אויפן קאמביין מאשין און געשניטן פאר איבער א האלבע שעה ווען עס איז געזינגען געווארן ווארימע נגונים בחביבות המצוה, עס איז געשניטן געווארן אזויפיל ווי אריבער 100 עיקער ווייץ פאר קהלתינו הק'.

ושמרתם את המצות

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

מי יעלה בהר ה': ארום 8:15 איז די רבי אנגעקומען צום מערה פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו תפילת מנחה, פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט און געדאווענט בהרגש קודש ובבכיות נוראות,
נאך מנחה ארום איז די רבי אריין אין איינע פון די חדרי התפילה ווי די רבי האט זיך געזעצט לערנען פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט מען געזינגען בר יוחאי און תורתו מגן לנו בדביקות והתעוררות רב,
ארום 9:45 איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש באתרא קדישא, ווי עס האבן אפגעווארט בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק -וועלעכע וויילען אין דעי טעג במחיצת הקודש באתרא קדישא- און האבן שלום גענימען פון רבין, דערנאך איז פארגעקומען די "סיום כתיבת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה ווי די רבי האט אריינגעשריבן די אויתיות און געווינטשן ברכות קדשו, דערנאך האט זיך די רבי איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.

מארגן ער"ח וועט רבינו שליט"א דאווענען שחרית ארום 9:30 אינעם מערה פון התנא אלוקי.

-מארגן מיטוואך און דאנערשטאג פון 1:00 ביז 7:00 וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש פון ארה"ק.-

מיטוואך פארנאכטס וועט פארקומען א "אסיפת חינוך" פאר אלע מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דב"ק "דרשת חינוך".

ער"ש בקדרותא דצפרא וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויפגיין צום ציון הקדוש פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק ווי מען וועט אויסזאגן תהילים בהשתפכות הנפש להפקד בדבר ישועה ורחמים, אויפן זעלבן פארנעם ווי ערב "שבת מירון" תשע"ו.

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴


גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

לקראת שבת לכו ונלכה: און ווייטערדיגע באריכטן איבערן היסטארישן "שבת המרומם" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א

מטעם די וועד האש"ל ווערט געמאלדן אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט אש"ל מלא פארן בלויזן פרייז פון 200 שקל, נאר אכילה 50 שקל, נאר לינה 150 שקל, שרייבט אייך איין ביי די עסקני קהלתינו הקדושה.
קהלתינו הק' האט אפגעדינגען די מוסד "תומר דבורה" ווי עס וועט צוגעשטעלט ווערן אש"ל,

פאר די אלע וואס ווילען דינגען דירות קענען רופן 0527181747 אדער אויף 0533120240.

מטעם די עסקנים ווערט געמאלדן אז פאר אנ"ש וועט זיין צובאקומען די סעודות שבת ביי "מענדי'ס" מיט א הנחה פון 10 פראצענט.
*

שבת של התרוממות הנפש

א ריזיגע שאטער וועט ווערן אויפגעשטעלט פאר די הייליגע תפילות און די געהויבענע טישן אויף די 'כרן היסוד' גאס אין אלט שטאט צפת,
זה השלחן אשר לפני ה': ליל שב"ק וועט מען האבן די זכיה צו עסן די סעודה ביים עריכת השלחן הטהור אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, שב"ק צופרי וועט פארקומען די סעודה בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ובני רבינו שליט"א.

במוצאי יום גילה: מוצאי שב"ק וועט פארקומען די גרויסן מעמד "כינוס אנ"ש בארה"ק" אינאיינעם מיטן "סיום מס' יבמות" בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' ברוב פאר והדר אינעם גיגאנטישן שאטער בתופים ובמחולות, ווי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט משמיע זיין די צענטראלן דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש בארה"ק, "שישו ושמחו בשמחת התורה".

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".
פתחו שערים ויבא צדיק: דינסטאג קרח יום ג' שנכפל בו כי טוב 10:20 אינדערפרי בארה"ק האט געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בארה"ק, ארום 11:05 איז די רבי ארויסגעקומען פון לופטפעלד און איז אפגעווארט געווארן דורך רבני דייני והנהלת קהלתינו הק' בארה"ק, מען האט געזינגען נגונים און שלום גענימען, ארום 11:30 איז די רבי אנגעקומען קיין סביון ווי די רבי איז צוגעפארן צום שטאטישן מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית אינעם ביהמ"ד, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור בן הר"ר יוסף לייב יוזשעף -ב"ב, ארום 1:10 האט מען געענדיגט דאווענען און די רבי האט געפראוועט א לחיים מיט די בר מצוה בחור, ארום 1:30 איז די רבי ארויסגעקומען ווי עס האבן אפגעווארט מיט בגדי שבת תלמידי מוסדותינו הקדושים בארה"ק און האבן מקבל פנים געווען פני קדשו, די רבי איז אדורך צווישן די קינדער וואס זענען געווען אויסגעשוהרעט אויף ביידע זייטן, מען האט געזינגען נגונים און די רבי האט משמיע געווען דב"ק די רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים' און ארויסגעברענגט זיין התרגשות פון זיך טרעפן די ערשטע מיט די תשב"ר פון די מוסדות וואס רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל האט אויפגעשטעלט און איז נמשך געווארן דורך רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, דערנאך האט די רבי משמיע געווען ווארימע ברכות הקודש,

בבית האכסניא אין סביון איז אריין בקודש פנימה די עסקנים פונעם ארגעניזאציע "ושננתם" בארה"ק וואס האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות פארן רבין און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.

ארום 2:40 האט זיך די רבי ארויסגעלאזט קיין אתרא קדישא מירון, מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו ארום 4:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען "בהר הקודש אתרא קדישא מירון" און צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש בבית האכסניא אין שטוב פון הגאון ר' מנחם מענדל פומרנץ יו"ר מכון עוז והדר.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון",
זמני כניסה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אנ"ש תושבי ארה"ק וואס וועלן האבן די זכיה אריינצוגיין מיט די משפחה בקודש פנימה לברך ולהתברך מקבל זיין ברכות קדשו און פויעלן ישועות ורפואות פארן כלל און פארן פרט, "דעם מיטוואך און דאנערשטאג" בביתו נאוה קודש באתרא קדישא מירון, מטעם די עסקנים ווערט מען געבעטן זיך איינצושרייבן נישט שפעטער פון היינט נאכט 8:00 -א"י זייגער, אזוי אויך וועלן פארן באסעס קיין אתרא קדישא פון ירושלים בני ברק בית שמש.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן איבערן היסטארישן "שבת המרומם" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א ווערט געמאלדן מטעם עסקני קהלתינו הק' אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט "אש"ל מלא" פאר אנ"ש תושבי ארה"ק אינעם "מוסדות תומר דבורה" נעבן די מאור חיים געגענט אין צפת, זיך איינצושרייבן מעלדט אייך צו די עסקני קהלתינו הק' בארה"ק אזוי אויך אויב ווילט איר דינגען א דירה פאר אייער משפחה מעלדט אייך צו איינע פון די עסקנים און מען וועט עס מסדר זיין על צד היותר טוב.

לקראת שבת לכו ונלכה

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון",
אכסוף נועם שבת המתאחדת: עס איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק קרח בארצינו הקדושה אויף א "שבת המרומם" אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק בעיר הקודש צפת תובב"א

אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר בארץ הקודש האבן אויפגענומען די בשורה מיט א "חרדת קודש און א התרגשות והתרוממות עילאה" און גרייטן זיך מיט אן התלהבות דקדושה צו דעם "שבת המרומם במחיצת הקודש".

עסקני קהלתינו הקדושה ארבעטן פיבערהאפטיג אויף א פאסיגע מקום צו קענען אקאמאדירן אנ"ש תושבי ארה"ק און אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, די געהויבענע תפילות און די הייליגע טישן, אזוי אויך אש"ל פאר אנ"ש.

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴


גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון",
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך 4:34 האט זיך בשטו"מ געהויבן די פליגער פון JFK לופטפעלד קיין אתרא קדישא מירון, ארום 10:00 ניו יארק'ע זייגער -5:00 א"י זייגער, האט די רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער, דערנאך האט די רבי געשריבן פאר א לענגערע צייט חידושי תורה,

תושבי ארה"ק התעוררו התעוררו די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז ערווארטעט צו לאנדען בארה"ק ארום 10:30 א"י זייגער - 3:30 נ"י זייגער, בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה
ביים עריפארט וועט די רבי אפגעווארט ווערן דורך רבני ודייני והנהלת קהלתינו הק' בארה"ק מלך ביפיו תחזנה עינינו.
פון עריפארט וועט די רבי צופארן קיין סביון ווי די רבי וועט דאווענען שחרית, און דערנאך וועט -ווי געמאלדן- פארקומען די "מעמד קבלת פנים" דורך תלמידי מוסדותינו הק' בארה"ק, און רבינו שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין אתרא קדישא מירון

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴


גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
נעכטן ביים צענטראלע 'שבע ברכות' פאר החתן בנו הצעיר פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פונעם רב שליט"א האבן זיך באטייליגט רבני עיר מאנסי, צווישן זיי
כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א,
כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א,
הגאון האדיר דומ"ץ ק"י שליט"א,
האדמו"ר מניקלשבורג שליט"א,
האדמו"ר מגארליץ שליט"א,
בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א,
הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי שליט"א,
הגה"צ אב"ד תולדות אהרן מאנסי שליט"א,
הגה"צ אב"ד באבוב 45 מאנסי שליט"א, און נאך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ז סיון תשפ"א6/7/2021

באריכט
לאור די קריאת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זיצן היינט די עסקני "התאחדות אבריכים" בבתי מדרשינו ווי די לומדי חבורת "יסודי התורה - תורתך שעשועי" קענען איבערגעבן א קוויטל און מען וועט אי"ה איבערגעבן אייער קוויטעל פאר רבינו שליט"א אין אתרא קדישא מירון להפקד בדבר ישועה ורחמים.


אדער קענט איר אריין שיקן אייער קוויטעל צום אפיס פון "התאחדות אברכים" אויף HA@Satmer.org
אדער אויף די פעקס 718-387-2904

פועל'ט אלעס גוט'ס!

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 ב' קרח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יצחק יוחנן כהן ווי די רבי איז געווען סנדק.
*

נאכן דאווענען האט זיך די רבי באטייליגט ביים מעמד "סיום כתיבת האותיות" בבית הרה"ח ר' אברהם מאסרי לרגל די הכנס"ת וואס קומט פאר היינט דורך דורך משפחת מאסרי, די רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פארן נדבן ומשפחתו, מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד התורה ווי די רבי האט געטאנצן בשלהבת אש.


אום 12:00 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש, אויפן וועג צום מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון", דער עולם איז אריבער געזעגענען און מען האט באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו

פייערדיגע דברות קודש מנהמות לבו הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נאכן דב"ק ביים חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה איבערן קורצע מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון.

"..אי"ה מארגן פאר איך קיין ארץ ישראל אויף א קורצע נסיעה, איך פאר קיין 'אתרא קדישא מירון' צום ציון המציונת פון תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, שוין א לענגערע זמן וואס כהאב השתוקקות צו פארן קיין מירון.."
און ארויסגעברענגט די השתקקות פון אביו רביה"ק זי"ע צו פארן קיין מירון אן א ציבור, און ארויסגעברענגט "..סכאפט מיר אן א ציטער! כהאב היינט געזאגט 'מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו' האט עס מיר פארציטירט פון קאפ ביז פיס!! מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו!!!.." דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט די הרגישי קודש פונעם אומפארגעסליכע "שבת מירון" די התרוממות הנפש א שבת וואס איז געווען כולי רוחני אינעם חצר פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, און דערמאנט וואס איז געווען פרייטאג צונאכטס ווען די שאטער האט א ציטער געטאן, און אויסגעפירט אז נאך די טראגעדיע ל"ג בעומר דארף מען האבן אביסל התבוננות "ניסים ונפלאות אז סאיז נישט איינגעפאלן" כהאב אן הרגשה מדארף גיין קיין מירון און זאגן בשם כל הקהל וואס איז דארט געווען ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה נאר און די זכות פונעם הייליגן תנא ר' שמעון עמדה לנו! "..מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו, איך האף צו קענען זאגן תהילים באתרא קדישא מתפלל זיין ביים הייליגן ציון פאר מיר אליינס, פאר מיין משפחה, און פאר כל אנ"ש.."
ספעציעל האט די רבי געבעטן די עסקנים זאלן מסדר זיין אז פאר אנ"ש לומדי חבורת "יסודי התורה ותורתך שעשועי" צו קענען מיטשיקן א קוויטל, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תורה תורה חגרו חג

מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי וויליאמסבורג בארא פארק איבערגעפולט די גיגאנטישע "קענט עוועניו סקווער" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה -אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה- נתנדב געווארן דורך משפחת הרבני הנגיד המפורסם מו"ה יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו לרגל שמחת "הכנסת ספר תורה" היינט בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
די יו"ר המעמד הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב ר"מ בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ומגי"ש בקהלתינו מאנסי האט געעפענט די מעמד, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס מגיד מישרים במאנסי, אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישראל הערש ראזענבערג נכד הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל -ראה"ק בשם המשפחה, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מיט ר' מאיר אדלער און החזן ר' מרדכי זאג לאנדא מהנה געווען די אלפי לומדים,

ארום 9:45 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, דערנאך האט די יו"ר אויסגעריפן -זיך באדאנקט און באהערט די "מחזיקי תורה" פון התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' וומ"ס, הלה המה הרבני הנגיד ר' יצחק מיכאל יאקאב -פטרון החבורה, הרבני הנגיד ר' יזחקאל דוד בערקאוויטש, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, ווי די רבי האט איבערגעגעבן הערליכע מתנות.

ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט די כח האש פון די תורה הקדושה, "מה נכבד היום" ווען אפאר טויזנט אידן אנ"ש זענען זוכה צו מסיים זיין מס יבמות פון די שווערסטע מס' אין ש"ס! און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "אשריכם ישראל" און אויסגערופן פאר אנ"ש, "מכאן הקריאה יוצאות" אז מען זאל זיך אנשליסן אינעם הייליגן חבורה יסודי התורה "אנא השתתפו בלימוד מס' כתובות",

דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פון הרבני הנגיד הנכבד הרבה פעלים לתורה ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק' וואס די סעודה איז נתנדב געווארן דורך משפחתו הנכבדה אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה פונעם ס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן בבית מדרשינו הגדול וומ"ס לע"נ, און ארויסגעברענגט מעשיו טובים בפרט וואס ער איז געווען די ערשטע אויפצושטעלן א היכל מיוחד ללימוד התורה די גיגאנטישע "היכל צבי ויצחק ראזענבערג" בקרית יואל, און אויסגעפירט "היינט איז א שמחה כפולה א שמחה בתורה שבכתב און א שמחה בתורה של בעל פה" און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדבנים ועסקנים און פארן גאנצן ציבור הנאספים.

זעהט עקסטער די תוכן דברות קודש מנהמות לבו הטהור איבערן מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון

נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש צום ערשט האט מען געזינגן נגונים "לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 11:15 האט מען געבענטשט און די רבי האט געדאוונט מעריב אין זאל, דערנאך איז די עולם אריבער געזעגענען און מען האט ארויסבאגלייט די רבין בתופים ובמחולות כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 א' קרח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די בריתן לבן הנולד לר' שמחה ישראל אפפעל, ולבן הנולד לר' יעקב עפשטיין ווי דער רבי איז געו ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די מיט די בעלי שמחה בחדרו הפרטי.
*

נאכמיטאג ארום 2:40 איז די רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול בבארא פארק ווי די רבי האט באשיינט די "חומש סעודה" בקרב מוסדותינו הק' ב"פ ווי די רבי האט משמיע געווען דב"ק און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די קינדער עלטערן און זיידעס.

דערנאך איז פארגעקומען די מעמד "התחלת כתיבת ספר תורה, קביעות מזוזה וחנוכת הבית" אין אפיס פון הרבני הנגיד ר' יואל שרגא שעהר און הרבני הנגיד ר' יואל מרדכי גוטמאן, ווי די רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געפראוועט א מסיבת לחיים און געווינטשן ברכות קדשו,

דערנאך האט די רבי באשיינט די שמחת השבע ברכות בבית העסקן הרה"ח ר' מרדכי יצחק כ"ץ חתן הרה"ח ר' שאול פר"מ מראשי הקהילה בב"פ, ווי די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פארן חתן ומחותנים און זיך ארויסגעלאזט און א טאנץ.
אויך האבן זיך באטייליגט די עסקני וועד קרן הבנין דביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' בארא פארק, וועלעכע גרייטן זיך איבערצובויען און מרחיב זיין די ביהמ"ד ווי די רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו, פארגעקומען בבית הרה''ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין דומ''ץ הביהמ''ד.

דערנאך איז די רבי צוגעפארן בבית האכסניא און שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא ווי די רבי האט געדאווענט מנחה.

תיכף נאך מנחה איז די רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול בארא פארק צום הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריין געגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא, די רבי האט אריינגעברענגט די תורה און געטאנצן די רקודי קודש, נאכן טאנצן האט די רבי מכבד געווען אחיו כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א און די בעלי שמחה צו טאנצן מיטן תורה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, "און מיט א קול בוכה פארגעזאגט די פסוק מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו בהתעוררות רב.
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים בהיכל הביהמ"ד ווי עס האבן זיך אויך באטייליגט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א און הגה"צ אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו.
ביים ארויסגיין האט מען ארויסבאגלייט דעם רבין מיט "כי מלאכיו" און ליכט פונעם קורצן מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון.

פון דארט איז די רבי געפארן קיין וויליאמסבורג צו בית מדרשינו הגדול ווי עס איז פארגעקומען די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך משפחת ראזענבערג הנכבדה לע"נ בעלה /אביהם הרבני הנגיד המפורסם ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו, די רבי האט אריינגעברענגט די תורה און געטאנצן די רקודי קודש, נאכן טאנצן האט די רבי מכבד געווען די בעלי שמחה צו טאנצן מיטן תורה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

יהא רעוא קדמך דתפתח ליבאי באורייתא
דערנאך איז די רבי אנגעקומען אין שטוב פון החתן בנש"ק הרב ר' שמואל בן הרה"ח ר' מנחם ברמ"מ טייטלבוים חתן הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן -ממציוני תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר וועלעכע האט זיך פארהערט ביי מרן רבינו ראש הישיבה שליט"א גאנץ ש"ס, די בעל שמחה האט געמאכט די סיום, מען האט געזינגן נגונים, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ווארימע ברכות הקודש, און פאר די עלטערן און זיידעס.

פון דארט איז רבינו שליט"א אנגעקומען לביתו נאוה קודש ווי עס איז געווען זמני כניסה.

באריכט פונעם געהויבענעם מעמד חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה וועט נאכפאלגן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג