בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דינסטאגי"ב תמוז תשפ"א6/22/2021

באריכט
🌴 ג' בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים
ב"ר יואל ווייסמאן,
וב"ר יואל פרידריך,
וב"ר יואל מערמלשטיין.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג',

נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים גרויסן מעמד ואטהר ווי די בחורים האבן איבערגעגעבן די קבלות פארן רבין און באקומען א מטבעה קודש פונעם רבין.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אלקא דמאיר עינינו

נעכטן מאנטאג בלק פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד "כינוס אברכי סאטאמר" אין די זאלן פון קאנטינעטל אין וויליאמסבורג למען החזקת מורשת אבותינו "מוסדות יטב לב בארה"ק", ארום 8:00 האט די יו"ר המעמד פפ"מ ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש געעפענט די מעמד און האט במשכן מעמד מהנה געווען בדברי פי חכם חן.
במשכן מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה החזן המופרסם ר' שלמה זלמן הורוויץ און באגלייטונג פונעם זמירות קווייער.
צווישן אנדערע איז פארגעקומען א גאר רייכע "פאנעל" צווישן ר' מאיר מרדכי און הרה"ח ר' מאיר פערל -מנכ"ל מוסדות יטב לב בארה"ב, און הרה"ח ר' מענדל אונגאר -רואה חשבון.

ארום 10:35 האט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעהויבן די "דרשת חובת השעה", ווי די רב שליט"א האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בשבח און איבער די חוב פון שטיצן "מוסדות יטב לב" צווישן אנדערע האט די רב ארויסגעברענגט זיינע הרגישי קודש פונעם געהויבענעם "שבת מירון" זאגענדיג אז טראץ וואס איז בפועל געווען אין "צפת" איז מען אבער געווען אין מירון! ארויסברעגענדיג אז אפילו מען איז דא אבער "אז מען שטיצט מוסדות יטב לב, איז מען אין ארץ ישראל" אויך האט די רב ארומגערעדט איבער די זכרונות פון די דינער'ס פאר יטב לב די לעצטע פאר יאר בימי רביה"ק זי"ע וואס איז פארגעקומען דא אין די זאלן פון "קאנטינעטל" ארויסברעגענדיג הרגישי קודש "..די מראה די פחד און די געפילען וואס מען האט באקומען ווי מען האט געזעהן ווי די רבי ז"ל שטרענגט זיך אן -ער איז שוין נישט געקומען אזוי אפט, כמעט נישט, אבער צום דינער פון "יטב לב" איז ער געקומען און באשיינט די מסיבה.."
די רב האט זיך אויסגעדריקט "עד היום הזה בין איך מכיר טובה פאר מיין טאטן וואס ער פלעגט מיר נעמען צו אלע מסיבות, אפילו מען האט אין חדר אויסגעריפן אז סאיז נישט געמאכט פאר אינגלעך"
צווישן אנדערע האט די רב שליט"א אויך דערציילט א פרעזענליכע מופת וואס ער האט לעצטענס געהאט דורכן שטיצן "מוסדות יטב לב", און ביים סוף פון די דרשה האט די רב ארויסגעברענגט די הרגישים פון שטיצן מוסדות יטב לב און געזאגט "אז ער וויל זיך יעצט מצרף זיין מיט די פרישע שותפים און נעמען די זכות פון "החזקת מלמד לשבוע".

ארום 10:40 אינמיטן די דרשה פונעם רב שליט"א איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען.

נאכן דרשה האט די יו"ר ר' מאיר מרדכי אויסגעריפן אז די אלע וואס נעמען זיך "יעצט ביים מעמד" אינטער א "זכות החזקת מלמד לשבוע" וועלן באקומען די זכות פאר $600 אנשטאט $780 וואס די איבריגע $180 וועט אויסגעצאלט ווערן דורך צוויי חשובע נדבנים ה"ה הרה"ח ר' משה אלעיזר לאנדא און הרה"ח ר' יושע וואלדמאן.

ארום 11:20 האט די רבי משמיע געווען דברות קודש ומשא המעמד און ארומגערדט איבער די חביבות ביי רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע צו "מוסדות יטב לב" וואס איז געווען ביי זיי די חשובסטע מוסדות!! און דאס איז די ערשטע מוסדות וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען נאכן קריג, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן אזא הייליגע מוסד און זיך אויסגעדריקט אז "אלע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל זענען קודש, אבער מוסדות יטב לב דארף מען וויסן איז קודש קדשים!!" און דערנאך געענדיגט מיט גאר ווארימע ברכות הקודש.

נאך די דב"ק האבן די צענדליגע אינגעלייט וואס האבן זיך אינטערגענימען זכות החזקת "מלמד לשבוע" געהאט די זכיה אריבערצוגיין פערזענליך איבערגעבן די שטרות פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 ב' בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יוסף שמואל שטערן ווי די רבי איז געווען סנדק,
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל רויזענבוים -ב"פ אין ביהמ"ד בשכונת מילוועל לעין בגילולת קרית יואל, ווי די רבי איז געווען סנדק.

ביים אנקומען אין ישיבה האט זיך די רבי אפגעשטעלט -אין קאר- ביים בוי ארבעט נעבן אוהל הק' אינעם ביה"ח, ווי מען בויעט א חדר נטילת ידים וביה"כ פאר די באקוועמליכקייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען פוקד זיין די ציוני רבותינו הקדושים זי"ע במשך די יאר.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים התאומים בני ר' משה שרייבער -לאנדאן.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוחנן מאנן, ר' יעקב חיים לאנדא, באולם בית רחל פאראדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' ליפא פאלקאוויטש, ר' יואל זאב שעהר, באולם כינור דוד.

דערנאך האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, פון די מחותנים ר' שמשון אליעזר מארמארשטיין -וומ"ס הר"ר ישראל פריינד,
און ביים תנאים פון די מחותנים ר' אלעזר יוסף דייטש -לאנדאן ר' גרשון מענדל פעלדמאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לטובתינו, לטובת דורותינו, לטובות קהלתינו ומוסדותינו, ולמען עתיד הרחבת גבולי הקדושה!!!

היום גורלינו!!! "היינט דינסטאג בלק איז די גורל'דיגע טאג פארן יהדות החרדית תושבי ברוקלין בכלל און פאר אנשי שלומינו בפרט, ווען אנ"ש וועלן ארויסקומען איש וביתו העכער 18 יאר און זעכער מאכן אז קיין איין שטימע פעלט נישט!!
בלויז מיט דעם כח וועט מען קענען אריינברענגן די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאטען, און מיט דעם ארויסווייזן א פאראייניגטע כח פון "קידוש ה' און הכרת הטוב" און בעז"ה פארזעכערן די עתיד פאר תושבי ברוקלין בכלל, און פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' בפרט!!!

אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר וועלן אנהאלטן און אויסברייטערן מעכטיגער און מאַכטפולער "בלאַק-וואוט" אינעם קריטישן פאַרמעסט אַריינצואוועלן מיט אַ לענדלסייד אונזערע געטרייע פריינט עריק עדעמס פאַר מעיאָר, און לינקלן רעסטלער פאר סיטי קאנסול.
אויגן פון פּאָליטישע גאַס געוואָנדן צו סאטמאר'ס פאַראייניגטער וואָוטינג-בלאָק צו פּראָדוצירן מאַסיווע רעזולטאַטן פארן זיגרייכן טיקעט!!!

נעמט עס נישט פאר לייכט ווייל אונזער עתיד ליגט אינעם היינטיגן טאג!!!

מיטן שטימען פאר "עריק עדעמס" זענט איר בס"ד א חלק אינעם עתיד אז ער זאל קענען אויפטוען פארן כלל און פארן פרט "ובעיקר צו קעמפן אקעגן די גזירת החינוך".

געדענקט!! נאר מיט אייער שטימע וועלן די עסקנים באווייזן אינעם עתיד אייך צו קענען העלפן,

איש בעל יעדר

יעדע שטימע ציילט! אל תפרוש מן הציבור, ובשם ה' נעשה ונצליח

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א תמוז תשפ"א6/21/2021

באריכט
🌴 זונטאג בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

ביים ארויסקומען פון מקוה איז די רבי צוגעגאנגען ביים "קאמפיין טישל" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, פונעם וועלט בארימטן "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת בחורי ישראל בארה"ק, עס איז אנוועזנד געווען די עסקנים און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א, מען האט ארומגערעדט איבערן מצב הגיוס און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הערש לאנדא ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יואל מאשקוויטש, וב"ר יואל בר"א קויפמאן, וב"ר יעקב יצחק אבערלענדער, וב"ר פנחס עזריאל מאנן -לאנדאן.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ב' - ג',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דערנאך זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די מנהל הישיבה הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, אינאיינעם מיט תלמידי הישיבה "עסקנים למען כתיבת ספר תורה" וואס וועט אריין געגעבן ווערן און ישיבה, די רבי האט איבערגעקוקט די התחלת הכתיבה, און געוואונטשן ברכת קדשו.
*

נאכמיטאג האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס איז אריינגעגעבן געווארן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לע"נ בתו ע"ה, די רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש, און מכבד געווען צו טאנצן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און די בעלי שמחה, דערנאך האט די רבי פארגעזאגט לדוד מזמור, און אפגעראכטן א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען נגונים און די רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעל שמחה, און דערנאך משמיע געווען קורצע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
*

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל סופר בן כ"ק גאב"ד בונעס איירעס, ר' יוסף מענדל פרידריך, באולם כינור דוד,
און ביים חופה פון די מחותנים ר' שלמה יודא שטיינמעץ, ר' ארי דוב קארנבלי, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, פון די מחותנים ר' משה יקותיאל שווארץ ר' נפתלי פריינד,
און ביים תנאים פון די מחותנים ר' אברהם מענדל ווערטהיימער ר' יצחק מנחם בערגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' תמוז תשפ"א6/20/2021

באריכט
🌴 שב"ק פרשת חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פרייטאג נאכמיטאג 9:05 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יוחנן מאנן,

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת נפשות בישראל בארה"ק.

נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, כל מקדש: הרה"ח ר' אליעזר לעיוו -לאנדאן, מנוחה ושמחה: הרב הערשל אשכנזי -וומ"ס בן האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון שכר מצוה בהאי עלמא, קה אכסוף: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל -ירושלים, בענטשן: די אייניקיל הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה"צ ר' שמעון זאב, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון הרה"ק רבי הערשל'ע זידיטשוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"א תמוז, קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שווארץ -לאנדאן, ביי די פירות זענען די חתנים אדורך, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל, מען האט געענדיגט 1:35.

שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:30, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה שווארץ, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ -וומ"ס, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל,
עליות, כהן: הרב אייזיק כהנא, לוי: החתן ב"ר יוחנן מאנן, שלישי: החתן ב"ר ראובן מנחם שווארץ, רביעי: החתן ב"ר בנימין זאב שווארץ, חמישי: החתן ב"ר חיים מאיר ווייס, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' חיים הערש בר"י מיטלמאן, שביעי: החתן ב"ר זלמן לייב קאפפעל, הוספה: החתן ב"ר יחזקאל וויינגארטען, אחרון: החתן ב"ר יוסף לייב ווערצבערגער, מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל, הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמעי פריעדלענדער -וומ"ס, גלילה: הרה"ח ר' יוסף הערש באנעט,
מוסף: הרה"ג ר' דוד פערל, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ -וומ"ס, מען האט געענדיגט 12:30.

צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 9:00, מנחה: הרה"ח ר' חיים העלער -וומ"ס, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס, כהן: הרה"ח ר' קאפל שעהנברוין, לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי, שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער -לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' חיים בער אדלער,
ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעיוו -לאנדאן, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך מוסר אז דורך דורך דעם וואס אידן זענען באחדות ווערט מען ניצול פון מכות ביסורים, בפרט יעצט אין חודש תמוז ווען די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם, און מיטן מרבה זיין אהבה ואחוה שלום ורעות וועט מען זוכה זיין בקריאה של חיבה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העלער, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' חיים העלער, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' תמוז תשפ"א6/18/2021

באריכט
תורה תורה חגרו חג

מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי קרית יואל איבערגעפולט די גיגאנטישע "בית רחל אודיטאריום" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה נתנדב געווארן דורכן פטרון החבורה בק"י הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, לע"נ חמיו היקר באנשים הר"ר מנחם זאב ב"ר אברהם אבא ע"ה.
די יו"ר המעמד הרה"ג ר' יואל וויינבערגער מנהל קביעית עיתים לתורה האט געעפענט די מעמד מיט גאר שטארקע ווערטער איבער "קביעת עיתים לתורה" בפרט ווי מען זעהט "אריבער 1000" לומדים זענען אנגעשלאסן אינעם חבורה פון "יסודי התורה" אין קרית יואל, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שאול יצחק ליכטענשטיין מחשובי לומדי החבורה בק"י, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מהנה געווען די אלפי לומדים,

ארום 9:45 איז די מייסד ונשיא החבורה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, די רבי האט טועם געווען און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל געלבשטיין מגי"ש בחבורה -וחתן הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין פטרון החבורה,
ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'על כן יאמרו המושלים באו חשבון -באו ונחשוב בחשבונו של עולם' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום, און ארומגערעדט איבער "קביעת עתים לתורה" וואס יעדער דארף האבן א שיעור בקביעות גמור חק ולא יעבור, און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "..מה נכבד היום" א געוואלדיגע שמחה איז היינט לכל העם הנאספים פה, דעי הונדערטער אידן וואס זענען זיך צוזאמגעקומען חוגג זיין "סיום מס' יבמות" ברוב עם הדרת מלך, א גרויסע ציבור האבן געלערענט גמ מס' יבמות איבערגעחזרט און געשטאנען פאר א פארהער אויף דעי מס', "אשריכם ישראל!! וואויל איז ענק!! ענק האבן זוכה געווען אדורך צו לערנען מס' יבמות מקען זאגן סאיז די שווערסטע מס' אין ש"ס!! א לימוד קשה מאוד!! און אז אזא גרויסע ציבור האבן דאס זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין איז עס באמת א שמחה גדולה!! אשריכם בעולם הזה, וטוב לך בעולם הבא!!"
און אויסגערופן פאר אנ"ש "..היינט צו טאג ווען מען הייבט אן א נייע מס' -מס' כתובות איז "אקרא בקול גדול לכל אנ"ש" זיך צו קומען מצטרף זיין צו די לומדים, "טעמו וראו כי טוב ה'.." און ארויסגעברענגט די נעימות פון לימוד התורה ווען מען לערנט א עמוד בכל יום במתינות "די תורה הקדושה דאס איז אונז מקשר מיטן הייליגן באשעפער דער נותן התורה".

דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פונעם פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקביא צבי קליין, "..באו ונחזיק טיבותא פארן פטרון פון דעי חבורה "יסודי התורה" הרבני הנגיד הנכבד עושה פעולות לתורה ביד נדיבה.." די רבי האט ארויסגעברענגט זיין פילע לייסטונגען לרומם קרן התורה ובפרט וואס דער חשובע נדבן בויעט א "בנין מפואר פאר די תלמיד תורה א בנין גדול מאוד", און איבער די איבערבויען און פארשענערן די מקוה אין ביהמ"ד הגדול,

און ארויסגעברענגט "..די חשובע נדבן ר' עקיבא הערש זז"ג וואס די תורה איז חביב עליו, ער האט זוכה געווען צו זיין די פטרון פון דעי חבורה א גרויסע חבורה! א חשובע חבורה! כוועל זאגן ער איז פון די מזכה את הרבים!! ווייל ווען מען טראכט אריין באמת די פירות פון דעי חבורה "יסודי התורה" איז אלע חבורות אין אלע קהילות קדושות בישראל!! "דעי חבורה דאס איז די טאטע פון דעי אלע חבורות" און די אלע חבורות פון אלע קהילות קדושות בישראל זענען די תולדות!! די פירות וואס מען האט זיך אפגעלערנט!! מען האט געזעהן די הצלחה פון דעי חבורה און מען האט עס נאכגעטוען!! "און אונז זאג מיר פאר דעי אלע 'מיר האבן נישט קיין קאפיריי"ד..' יעדער איינער האט א רעכט נאכצומאכן יעדער זאל נאכמאכן, יגדיל תורה ויאדיר", דערנאך האט די רבי מסיים געווען מיט ברכות קדשו "בברכה המשולשת בתורה" פארן חשובע פטרון, פאר די עסקנים, און פאר אלע לומדים.

נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 10:50 האט מען געבענטשט, און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי די רבי האט געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט די רבי געמאכט קידוש לבנה.

שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 דאנערשטאג חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' אלעזר טויב, ולבן הנולד לר' נפתלי הערש האלפערט, ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד לר' משה שמואל שטיין, ווי די רבי איז געווען סנדק.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל שווארטץ דיין בבית מדרשינו בנין געלבשטיין -שכונת קעיסקעיד בוומ"ס.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח', ווי די רבי האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו די הרגשי קודש שטייענדיג נאכן "מהודר'דיגע ווייץ שניט אין אריזאנע" פאר די מצות פאר יו"ט פסח תשפ"ב.
נתתה שמחה בלבי" כהאב א שמחה אין מיין הארץ "מאת דגנם ותירושם רבו" אז סאיז א גוטע שניט און מגיימיר אי"ה האבן כשרע ווייץ אויף קומענדיגע יו"ט פסח
=זעהט עקסטערע באריכט פון די דב"ק ביי די פריערדיגע באריכטן=,

נאכן שיעור זענען די תלמידי הישיבה אדורך שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אלימלך שלמה שווארץ, ר' יצחק אייזיק פייערווערגער, באולם בית רחל פאראדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' חיים מאיר ווייס, ר' אליקים געציל פרענקל, באולם כינור דוד.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' אליעזר דוד איצקאוויטש, ר' אליעזר געלב.

=זעהט עקסטער די באריכט פונעם חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת "יסודי התורה" בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל=
*

פרייטאג חוקת:

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יודא פריעדמאן,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
באריכט
שיקטס די לינק פון סאטמאר'ע נייעס 🌴 פאר אייערע חבירים און זייט זיי מזכה מיט קראנטע "סאטמאר'ע נייעס" בחצרות קדשינו, באריכטן /בילדער בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און ארום קהלתינו הקדושות.

טעלעגראם:
https://t.me/Satmara_Niyes

וואטס עפפ:
גרופ 1 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 2 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 3:
וואטסעפפ גרופע

גרופ 4:
וואטסעפפ גרופע

קלארשטעלונג פאר וואטס עפפ
די אלע גרופס האבן די זעלבע נייעס, עס איז א שאד צו זיצן אויף מער ווי איין גרופ ווייל איר וועט באקומען די זעלבע נייעס דאָפּעלט!

וחפץ ה' בידינו יצליח, ויהו"ר שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגז' תמוז תשפ"א6/17/2021

באריכט
היינט נאכן דאווענען ביים טעגליכן 'תהילים שיעור' בהיכל ישיבתינו 'מתיבתא הקדושה' האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסגעברענגט רגשי לבבו די הרגשי קודש שטייענדיג נאכן "מהודר'דיגע ווייץ שניט אין אריזאנע" פאר די מצות פאר יו"ט פסח תשפ"ב, די רבי האט זיך געשטעלט אויף קאפיטל ד' פסוק ח', 'נתתה שמחה בלבי מאת דגנם ותירושם רבו' און געזאגט אז סאיז א דבר בעתו יעצט נאכן שניט וואס איז "..שמרים משעת קצירה אינעם ווייטן מקום אין אריזאנע, חיטים מהודרים מאוד, שימור פון א חמץ כל שהוא.."

די רבי האט ארויסגעברענגט די הרגישי קודש, -די טירחא דגופא די ביטערע היצן, "אבער משנייד ווייץ לכבוד יו"ט פסח!! אזעלעכע הרגישי קודש!! סאיז מוירעדיגע געפילן!!

"..נתתה שמחה בלבי -מאת דגנם ותירושם רבו, ווען סאיז בכמות ובאיכות א שיינע שניט, ווען מען האט אן השגה מען לערענט אדורך אביסל דאס ענין פון ווייץ אויף פסח, מדארף צו פארשטיין דאס ערענסקייט דערפון צו פארשטיין די שמחה דערפון!, סאיז סתם א טריקענע סיף אין שו"ע או"ח סימן תס"ז! די מחבר פסקנט, און סאיז נישטא קיין מחלוקה!, די מקור איז א רשב"א אין תשובת הרשב"א, "אז דגן - תבואה ווען סאיז נאס געווארן במחובר, ווען סאיז נתייבש געווארן ווען סאיז שוין געוואקסן און סאיז שוין רייף איז עס חמץ!!"

מדארף צו פארשטיין די סדר וויאזוי ווייץ וואקסט, ווייץ וואקסט מען קיקט עס אזוי אן ווי גראז, און סוואקסט אין די הייך אויף שיבלים - זאנגען, און די הייך אויפן שפיץ וואקסט ארויס די ווייץ אויף צוויי זייטן, און די ווייץ איז ארומגענימען מיט א דינע שאלאכטץ, -וואס ווערט אנגעריפן אין גמרא 'מוץ', און דאס דארף מען אויסקוועטשן דאס הייסט 'דרעשן' -מלאכת דישה, די ווייץ ווען סוואקסט וואקסט אויס א ווייצל יעדע ווייץ עקסטער, און סווערט אזויווי מילך 'חלב חיטה' און פון די זון ווערט עס אויסגעטריקענט, ווערט עס הארטער סווערט פון מילך א ווייכע זאך אזויווי קלעי אזויווי א טייג אזוי ווערט עס טריקענער און טריקענער הארטער און קלענער, סאיז גרויס און סווערט איינגעצויגן, די זון טריקענט עס אויס.

שוין דריי פיר וואכן פארן שניידן איז די ווייץ פערטיג, סנאר נישט טריקן, און סטריקנט זיך אויף די זון, ווי הייסערע זון טרינקט זיך עס מער, און ווען סאיז אויסגעטריקנט און סאיז הארט שנייד מען עס אפ,
מקען עס אפשניידן פריער אויכעט נאר מדארף עס טריקענען, דארף מען עס לייגן אויף א הייסע פלאץ -אינדערהיים האט מען אפגעשניטן די ווייץ ווען סאיז נאכנישט געווען אינגאנצן געצייטיגט מען האט עס ארויפגעטראגן אויפן בוידעם מען האט עס געהאלטן אויפן בוידעם א גאנץ זומער די זון האט געבאקן האט זיך עס אויסגעטריקענט און מען האט געקענט ווינטער מאלן,

אויב סרעגענט ווען סאיז "אין צריך ליניקת הקרקע" -אזוי זאגט די מחבר- ווערט עס חמץ!! סאיז חמץ!! כקיק עס אן סאיז ווייץ.. אבער חמצדיגע ווייץ!!

..אז סרעגענט און ספאלט נישט אראפ, איז דא א שיטה וואס מען קען מיקל זיין.
"די מציאות איז אין ניו יארק רעגענט!! סהאט גערעגנט וואס האט מען געקענט טוען? האט מען זיך פארלאזט אויף דעי שיטה, דאס מיינט סאיז כשר בדיעבד בשעת הדחק, אזוי איז געווען די מצות.

"געלויבט השי"ת מאיז אוועקגעגאנגען קיין אריזאנע!! סרעגענט נישט!! איי וויאזוי וואקסט די ווייץ? מלאזט אריין וואסער אויף די קרקע און סרינט אויפן ערד, סקומט אריין וואסער און סטרינקט זיך אן!! אזויווי די נילות האט אנגעטרינקן אין מצרים.. די נילות האט עולה געווען און משקה געווען, -נישט פארפלייצט סטרינקט אן די קרקע און סוואקסט סדארף נישט קיין רעגן,

"א הידור שאין כמוהו שאין כמוהו" איך דאנק די בוכ"ע אז ער האט מיר געגעבן די כח און פארשטאנד צו גיין אין אריזאנע שניידן ווייץ! "נתתה שמחה בלבי" כהאב א שמחה אין מיין הארץ "מאת דגנם ותירושם רבו" אז סאיז א גוטע שניט און מגיימיר אי"ה האבן כשרע ווייץ אויף קומענדיגע יו"ט פסח!!."

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג