בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגי"ט תמוז תשפ"א6/29/2021

בילדער · 6
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל

ארבעט ביים פארענדיגן די נייע פראכטפולע מקוה רבינו בנדבת הרבני הנגיד ר' יצחק קליין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
פאלגנד איז א קורצע אויסצאג פון די פלאם פייערדיגע דברי מחאה פון הגאון האדיר רבי יודא פישער שליט"א חבר הבדי"צ, -בשם כל חברי "ביד"צ עדה החרדית".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 AUD-20210629-WA0065⬇ אראפנעמען 581 KB
באריכט
דינסטאג פנחס לסדר והשיב את חמתי מעל בני ישראל

ולירושלים תתן קולה!! דעם היינטיגן טאג זענען זיך די בני ירושלים עיה"ק צוזאמגעקומען מוחה זיין אויף די עלבונה של תורה ווען די ציוניסטישע פאליציי האבן בארבאריש פוגע געווען אין די קאר פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א און כ"ק הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים אנקימען פארגאנגענע וואך מוחה זיין אויף א פלאץ ווי עס איז געווען באריכטעט חילולי קברים ר"ל. טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן ובראשם מרנן חברי הביד"צ שליט"א זענען זיך צוזאמגעקומען על פני ככר השבת מוחה זיין אויף די עלבון התורה און זיך אננעמען פאר כבוד תורתינו הק'!!.

צווישן אנדערע האט אויפגעטרעטן מיט דברים חוצבים להבות אש הגאון האדיר רבי יודא פישער שליט"א חבר הבדי"צ, בשם כל חברי "ביד"צ עדה החרדית" ווי ער האט מוחה געווען אויפן עלבון התורה פארגאנגע וואך אויף כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, און אין די זעלבע צייט מוחה געווען אויף די געוואלדיגע עלבונה של תורה וואס גייט פאר די לעצטערע יארן קעגן כ"ק מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א דורך אזעלעכע אנשים גרועים מקצה המחנה בלי שום בושה וכלימה!! און געזאגט "אז לדעתו האט דאס גורם געווען די עלבון התורה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך דורך די ציוניסטישע רשעים"!!

די בני העדה החרדית זענען זיך צוגאנגען מיט א שטארקע החלטה צו שטיין על המשמר נישט צוצולאזן קיין שום עלבון התורה נישט מבית און נישט מבחוץ און שטיין לימין הבי"ד הגדול ובראשם כ"ק מרנן הגאב"ד והראב"ד שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו הק' לאנדאן שליט"א וועלעכע וויילט אין מאנטשעסטער צו אויפטרעטן היינט מיטן דרשת נועם הכבוד ביים חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה אינאיינעם מיטן דינער לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק, באזיכט ביי הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קא עבידנא יומא טבא לרבנן

בקרב קהלתינו הק' מאנטשעסטער קומט היינט פאר די גרויסארטיגע מעמד חגיגת "סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה" אינאיינעם מיטן יערליכע דינער לטובת "מוסדותינו הק' יטב לב בארה"ק" קומט פאר ברוב פאר והדר באולם "אוהל תורה", צווישן אנדערע וועלן אויפטרעטן מיטן דבר המעמד הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א און אלס נועם הכבוד וועט דינען הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו הק' לאנדאן שליט"א.

צאו בהמוניכם להחזקת מורשת אבותינו מוסדות יטב לב בארה"ק, ובאו לשמוח בשמחת התורה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
ארבעט אהערצושטעלן "פאָלס" אינעם 'היכל התורה - היכל ראזענבערג' בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, אינטערן צפון פליגל -אינטערצוהאלטן די דאך ביי די גרעסערע מעמדים ווען סקומען זיך צוזאם שווערע טויזענטער אנ"ש אינעם בית גדול וקדוש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

=ארבעט ביי פאזע 2.=

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
די ווייטערדיגע ארבעט ביים מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל צו הערליך איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה.

=ארבעט ביי פאזע 1.=

והיו לשם ולתפארת

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עוסק זיין בתורה היינט צווישן מנחה מעריב אין ניו העמפשיר.

כי הם חיינו ואורך ימינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ח תמוז תשפ"א6/28/2021

באריכט
מודעה חשובה פון וועד לחדש אורה - בעיר האבות סיגוט

לתועלת פון די טויזענטער אידן וואס פארן פוקד זיין די ציון הק' פון רבינו משה איש אלוקים בעל ישמח משה זיעוכי"א בביה''ח דקהלתינו הק' "אין אוהעל" ביומדהל"ק קומענדיגן כ"ח תמוז, און וועלן דערנאך פארן פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הקדושים ממשיכי דרכו זי"ע בביה"ח דקהלתינו הק' "בעיר האבות סיגוט" טיט מען מעלדן אז די נייע פרעכטיגע "ביהמ"ד עצי התמרים" אינעם שול הויף, איז פולקאם גרייט צום באניץ איז איז הערליך צוגערישט מיט אלע צוגעהערן.

קה זכות אבות יגן עלינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
וויכטיגע אנווייזונגען בנוגע פארן אין אוהעל צום הילולא קדישא פון רבינו משה איש אלוקים בעל ישמח משה זי"ע קומענדיגן כ"ח תמוז.

"ארויסגעגעבן דורך הנהלת חברא קדישא בביה"ח אין שטאט אוהעל שע"י קהל יטב לב דסאטמאר".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 אנווייזונגען וועגן פארן קיין איהעל ליומא דהילולא1.5 MB
באריכט
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים

אין די וואכן ביז קומענדיגן זונטאג עקב הבעל"ט ווען כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר, קען מען ריפן פאר הזכרות די הויז בחור אויף 917-378-3387 און איבערלאזן א מעסעדזש עקס. 0, און מען וועט אייך בעז"ה צוריקריפן אין די שעות פון 8:00 ביז 10:30 ביינאכט אדער בערך 10:00 אינדערפרי, פועלט'ס אלעס גוטס!.

די רבי וועט דאווענען אלע תפילות אין ביהמ"ד "קהל יראים בעטלעהם ניו העמפשיר"
שחרית בשעה 8:30,
מנחה בשעה 9:15,
מעריב בזמן רבינו תם.

במשך די פיר שבתים וועלן וויילן במחיצת הקודש תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר -יעדע וואך א צווייטע סניף,
די רבי וועט מעריך זיין שלחנו הטהור ליל שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אריינקומען צו די זמירות שב"ק צופרי.

מטעם די עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט די סעודות שב"ק בצל הקודש אין ניו העמפשיר, ווערן געבעטן אלע אנ"ש וועלעכע פלאנען צו וויילען שבתים אין ניו העמפשיר זאלן זיך מעלדן פאר די סעודות שב"ק און זיך איינשרייבן ביז מאנטאג פאר שבת -אויף דעם שב"ק ביז היינט נאכט-, מקען זיך איינשרייבן ביי הרב אייזיק כהנא פון ק"י אויף 845-494-6908.

אלע תפילות ועריכת השלחנות במשך שב"ק ווי אינדערוואכן בביהמ"ד קהל יראים בעטלעהם.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו בת הנולד לנכדו הרה"ג ר' חיים הערש ט"ב רב דביהמ"ד מהרש"א ראצפערט בן מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, ונכד כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א וכ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי תפילת מנחה היינט במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
תאי"ר כאור יום חשכת לילה

היינט נאכמיטאג אויפן וועג קיין ניו העמפשיר האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעריפן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער זיך באדאנקן פאר די סדר הלימוד משנת מאיר זעליג בלילי שישי במשך די ימי הקיץ דורך תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, ווי די בחורים זענען עוסק בתורה חמש שעות רצופות בביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל בקרית ויואל משה, וואס ר' פישל איז מנדב לע"נ אביו הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק'.

די רבי האט אויסגעדריקט זיין קורת רוח און הנאה פון די הערליכע גריסן וואס ער הערט צוריק פוונעם סדר הלימוד, און געזאגט "עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה" אז אויבן אין הימל איז עס א שמחה און א טובה פאר די נשמה, און דא איז עס א שמחה פאר אלע לומדי תורה, און געווינטשען גאר ווארימע ברכות הקודש בברכת התורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
ווייז פריערדיגע טעג