איינער פון די גאר התרגשות'דיגע מאמענטן פונעם דערהויבענעם שבת העעל''ט אין מאנסי וואס וועט נישט ארויסגיין פון זיכרון, איז געווען ווען הרה"ח ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א האט בתוך דבריו פאר קבלת שבת ארויסגעברענגט די חביבות פון די קהילה און מוסדות אין מאנסי ביי אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. ר' לייבוש האט מיט פולע הרגשים ארויסגעברענגט די אהבה פון רבינו שליט''א צו די מאנסי קהילה מיט דעם היסטארישע שריט אז רבינו שליט"א האט די פארגאנגענע וואך אנגערופן דעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו און באגערט רצון קדשו אליינס אפצוקויפן די זכות פון א כיתה אין די מוסדות הקדושים, און רבינו שליט"א איז איבערגעגאנגען מיטן מנהל המוסדות דעם אופן וסדר התשלומים צוטיילט אין עטליכע תקופות עד פרוטה אחרונה.
ר' לייבוש האט ערווענט אז די מעשה רב ווי דער רבי איז ארויס מדרכו בקודש, דארף מחייב זיין אלע אנ"ש צו גיין אין די וועגן און זיך אנשטרענגן יותר מכפי היכולת אפצוקויפן זכותים אין די מבצרים אדירים פון די "תלמוד תורה און בית רחל" וועלכע ווערן אצינד אויפגעבויעט לשם ולתפארת.
מעמד התמנות פאר די פיר נייע דיינים אינעם בית הוראה דקהלתינו הק' מאנסי אינטער די הדרכה פון הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א, היינט זונטאג כי תצא בראשית כ''ק מרן רבינו שליט''א
כתר הילולים על ראשם יצור
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סדר זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט זונטאג כי תצא פאר אנ''ש תושבי מאנסי להפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
במוצאי יום מנוחה
נעכטן מוצאי שב"ק אין מאנסי איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבער געגאנגען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון אריבער א האלבע שעה, ווי מען האט ארומגערעדט הערליכע ענינים בדברי תורה וחסידות. די וויזניצע רבי שליט''א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביז די גאס.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזיך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער מראה"ק במאנסי, וועלכער האט אפגעקויפט עטליכע זכותים אין די בניני המוסדות אין מאנסי. עס איז פארגעקומען א "מעמד חתימות שטרות" און דער רבי האט געוואונטשן ווארעמע ברכות הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=חלק ג' באריכט שב''ק שופטים בקרב קהלתינו הק' במאנסי.=
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:25. מנחה: הרה"ח ר' יעקב חזקי' מארקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי''ו (וומסב"ג), בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט''א - ראה"כ, לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט''א, שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף הארטמאן הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"י ווערצבערגער הי''ו.
נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער צום גיגאנטישען היכל השלחנות צו של"ש. זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען, אודה: הרה"ח ר' פייש הערצאג הי''ו, שיר המעלות: הרה"ג ר' אשר שמואל כ"ץ שליט''א מדייני קהלתינו במאנסי.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "וה' אמר לכם לא תוסיפון לשוב בדרך הזה", 'וה' אמר לכם לא' ר"ת אלול, און געטייטשט בדרך מוסר, אז אויב מען טוהט נישט חלילה תשובה אויף די חטאים איז דאס אליינס א חטא וואס מען דארף נאכדעם מתקן זיין. מ'שטייט שוין א וואך אין חודש אלול מ'דארף זיך אליינס פרעגן וואס האב איך שוין אויפגעטוהן ביז יעצט, אין זיך מתבונן זיין אין גדלות ה' און רחמי שמים, חנון המרבה לסלוח אז ער וועט מקבל זיין די תשובה ברחמים וברצון. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה, השי"ת זאל העלפן מ'זאל זוכה זיין צו תשובה טוהן בשלימות, מ'זאל זוכה זיין גאנץ כלל ישראל, 'א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטשט יאר', תכלה שנה וקללותיה, ס'איז ליידער אדורך פאר אידישע קינדער א ביטער שווער יאהר, אידן האבן מיטגעמאכט אזעלעכע צרות, אזויפיל עגמות נפש, אזויפיל ציבראכענע הערצער ביי אידישע קינדער, דער איין אייציגער באשעפער ער ווייסט וואס ס'טוהט זיך אין אידישע הייזער, אידן זענען צובראכן, אידן קוקן ארויס אויף ישועות אויף בני חיי ומזוני רוויחי, אידישע קינדער דארפן האבן רפואות, אידישע קינדער דארפן האבן ישועות, אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט אזויפיל צרות. די זיידע ז"ל אין ייטב פנים זאגט, - סאיז היינט די יארצייט 'זכותו יגן עלינו' - ער זאגט יהי החודש הזה, 'הזה' איז די צוועלעפטע חודש דאס איז חודש אלול, "יהי החודש הזה זאל זיין סוף וקץ לכל צרותינו, תחלה לראש לפדיון נפשינו" דער אייבערשטער זאל העלפן מזאל מיר זוכה זיין תחל שנה וברכותיה, אידישע קינדער זאלן געבענטשט ווערן בכל מילי דמיטיב, מ'זאל מיר זוכה זיין צו אלעם גוטן, מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".
ידיד נפש: הרה"ג ר' יואל געלב שליט''א מדייני קהלתינו, קל מסתתר: הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט''א מדייני קהלתינו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 11:05.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
=חלק ב' באריכט שב''ק שופטים בקרב קהלתינו הק' במאנסי.=
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שיפף הי''ו צו קידוש. דער רבי שליט''א האט קידוש געמאכט און מען האט געזינגען נגונים. עס זענען געקומען שלום נעמען הגה"צ אב"ד נייטרא מאנסי שליט"א און הגה"צ ר' אברהם יחזקאל פריעדמאן שליט"א אב"ד קאמאדא. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די רבנים איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און איבער אידישקייט אין שטאט, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז "א איד דארף וואוינען צווישן אידן". אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער אידישקייט פאר די מלחמה און היינט, און זיך אויסגעדריקט אז "עס לערנען היינט מער בחורים אין די ישיבות ווי עס האבן געלערנט אין גאנץ אייראפע". דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן פאר די רבנים, די בעל אכסניא ובני ביתו.
מיטאג טיש איז געווען אין שטוב פונעם בעל אכסניא הרה"ח ר' משה יוסף הארטמאן הי"ו, ווי עס זענען געווען געלאדענט נגידי ותומכי המוסדות וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט פון די אויפבוי פון די מבצרים אדירים פאר די מוסדות הקדושים אין מאנסי.
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האט אויפגעטרעטן בדרך שאלה ותשובה מיט הרה"ג ר' לייביש וויינפעלד שליט"א פון זיינע זכרונות מיט יארן צוריק אינעם סיגוט'ע ישיבה ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווי מען האט געהאט די זכיה אז רבינו שליט"א האט אויך מוסיף געווען מדיליה, וואס האט זיך פארצויגן בנועם שיח במשך די סעודה. ביים סוף סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א דומ"ץ מונקאטש, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א און ארומגערעדט בשבח תומכי ומחזיקי התורה. במשך די סעודה האט אנגעפירט די נגונים וזמירות הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
אויך איז אנגעקומען ביים סעודה שלום נעמען הגה"צ אב''ד טאשנאד שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' מיכאל הערצאג הי''ו, ברוך קל עליון: הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף הי''ו - מראה"ק. מיט בענטשן האט רבינו שליט"א מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה יוסף הארטמאן הי''ו. מען האט געענדיגט 3:30.
נאכמיטאג ארום 6:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו "פרקי אבות". דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ב' "אוי להם לבריות מעלבונה של תורה" און געטייטשט אויף 12 אופנים בדרך אגדה, דרוש, ומוסר. רבינו שליט''א האט גערעדט איבער די כח פון עסק התורה און די הארבקייט אויב מען איז חלילה מבזה די תורה, די כח פון די תורה הק' מהפך זיין מידות הדין לרחמים. און ביים סוף מעורר געווען זיך צו האלטן צווישן ערליכע אידן נישט זיך צישפרייטן אין די גלילות'ער, און איבער צמצום הוצאות ביי שמחות, און טעכנילאגישע כלים. אזוי אויך מעורר געווען לתשובה ולתיקון המעשים לקראת ימי אלול הבאים לקראתינו. מען האט געענדיגט 8:00.
נאך פרקי אבות איז רבינו שליט"א אריבער אינעם היכל התורה צו די "חברת תהילים" פון די תשב"ר, די רבי שליט''א האט מיטגעזאגט מיט די קינדער קאפיטלעך קכ"א - קכ"ב, און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די גרויסקייט פון זאגן תהילים בכלל, ובפרט אין חודש אלול, און אנגעוואונטשן אז עס זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
השבת נועם הנשמות
שבת קודש פרשת שופטים יומדהל"ק פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיעוכי"א בצל הקודש פון נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בקרב קהלתינו הק' במאנסי לחיזוק וביסוס אנשי שלומינו תושבי מאנסי, ולחזק בניית מבצרי אדירים במוסדותינו הק' במאנסי וועלכער ווערן געבויעט אין די טעג לשם ולתפארת.
"גאר דערהויבן איז אריבער דער שבת פאר אנ"ש חסידי סאטמאר אין די שטאט מאנסי, מיטלעבענדיג א שבת בצל הקודש."
ער"ש נאכמיטאג ארום 6:00 נאך די מקוה האט רבינו שליט"א פארלאזט מעון קדשו בקר"י קיין מאנסי. ביים אנקומען אין מאנסי איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, און דערנאך צוגעפארן בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה יוסף הארטמאן הי"ו.
במשך די שבת ביי די תפילות ועריכת השלחנות איז דאס ביהמ"ד הגדול און דער גיגאנטישער היכל השלחנות אינעם בנין הביהמ"ד הגדול געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט הונדערטער אנ"ש תושבי מאנסי וועלכער זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת במחיצת הקודש.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייביש וויינפעלד שליט"א אנווארעמען די הערצער פון אנשי שלומינו צו קויפן זכותים און תומך זיין די מוסדות הקדושים אין מאנסי.
קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהלתינו מאנסי. נאך מעריב האט רבינו שליט"א געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הייטב לב זי"ע, אזוי אויך ביי אלע תפילות.
נאכן דאווענען איז א ריזיגע ציבור פון תושבי מאנסי צווישן זיי רבנים ודיינים פונעם שטאט אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום נעמען פון רבינו שליט''א.
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם ספעציעלן גיגאנטישער היכל השלחנות, אינעם נייעם אפגעקויפטן בנין התלמוד תורה העכערן ביהמ"ד הגדול.
אשת חיל: דער אייניקל הבחור ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב שליט''א.
הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען, כל מקדש: הגה"צ ר' מרדכי באבד שליט"א ראב"ד מכון להוראה, מנוחה ושמחה: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "כי יפלא ממך דבר למשפט בין דם לדם" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון טענות מודעה.
עובדות וסיפורי קודש די וואך האט רבינו שליט"א דערציילט פונעם בעל הילולא זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו במאנסי, מען האט געענדיגט ארום 2:10.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה טאבאק הי''ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א.
בעל קורא: הרה"ח ר' אברהם משה גאטעסמאן הי''ו. עליות. כהן: בעל שמחה ר' יואל ברי"מ איזריעל הי''ו, רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, שלישי: הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאד הי''ו, רביעי: בעל שמחה ר' יואל זאב נפתלי ניימאן הי''ו (קר"י), רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: הרה"ח ר' ארי האפמאן הי''ו, שישי: רבינו שליט"א, שביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, אחרון: בעל שמחה ר' אברהם דרעזנער הי''ו, רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי''ו, הגבה: הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי''ו - מראה"ק, גלילה: הרה"ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי''ו.
מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד, לרגל די יארצייט פון זקינו מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו (קר"י). מען האט געענדיגט 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך בן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי הבדלה מוצ"ש אינעם ביהמ"ד "עצי התמרים" אויפן היסטארישן שוהל-הויף אין עיר האבות סיגוט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שלש סעודות והבדלה היינט מוצ"ש במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' במאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגה' אלול תשפ"א8/13/2021
בילדער · 2
מפרסמין עושי מצוה
די הנהלת הקהילה והמוסד האט ארויף געלייגט א ריזיגע טאוול אינעם פלאץ ווי עס וועט פארקומען די עריכת השלחנות, ארויס צו הייבן די נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקטן פון די אויפבוי פון די מבצרים אדירים פארן בית רחל.
אשריכם ואשרי חלקיכם צדקתם עומדת לעד
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
ריזיגע שילדן זענען ארויף געהאנגען, מיט די סקיצע ווי אזוי עס וועט אויסקוקן די הערליכע נייע בנינים וואס וועלן בקרוב געבויעט ווערן פאר די "תלמוד תורה" און "בית רחל" אין די שטאט מאנסי, צו קענען אקאמאדירן די ריבוי התלמידים בליעה"ר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מרבה ישיבה מרבה חכמה
פרייטאג עש"ק שופטים
נעכטן דאנערשטאג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קורא שם געווען פאר די נייע ישיבה קטנה דמוסדותינו הק' במאנסי - וועלכער וועט געעפענט ווערן אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים הבעל"ט, נאכדעם וואס עס איז נתרבה געווארן די מספר התלמידים בליעה"ר - מיטן נאמען ישיבה דרכי התורה. אזוי אויך האט מרן רבינו שליט''א ממנה געווען הרה"ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א מלפנים מנהל בישיבתינו ''מעיין התורה'' בבארא פארק, אלס מנהל הישיבה. די נייע ישיבה איז און צוגאב צו די ביז יעצטיגע "ישיבה קטנה קנין תורה". די ישיבה וועט אויך געפירט ווערן תחת הדרכתו פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א.
יהי"ר שחפץ ה' בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
נייע פראכטפולע שטיבל אינעם ביהמ"ד עצי התמרים וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטארישן שוהל-הויף בעיר האבות סיגוט הערליך צוגעגרייט צום שבת יומדהל"ק "ו' אלול" און וועט באנייט ווערן דעם שבת ביים נסיעה דורך הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן כ"ק רבינו שליט"א.
און די זעלבע צייט קומט פאר די לעצטערע בוי ארבעט אינעם "היכל הביהמ"ד" צו פארענדיגן לשם ולתפארת אויפן היסטארישע שבת בעיר האבות סיגוט - שבת חנוכת הבית דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגן שבת תולדות תשפ"ב הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קה זכות אבות יגן עלינו
דעם שב"ק ו' אלול יומדהל"ק פון מרנא ורבנא הגה"ק בעל ייטב לב זיעוכי"א וויילן אינעם עיר האבות סיגוט, הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך בן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט פילע אנ"ש, וועלכע וועלן אפרעכטן די שבת יומדהל"ק במקום מנוחת קדשו און דאווענען די תפילות אינעם פראכטפולען ביהמ"ד "עצי התמרים" אינעם שוהל-הויף אין סיגוט.
מוצ"ש וועט מען פוקד זיין די ציון הק' אין שפיץ פון הגה"צ ר' יואל שליט"א.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
לקראת שבת לכו ונלכה
אנווייזונגען צום געהויבענעם שב''ק בקרב קהלתינו הק' מאנסי במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג'.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.
נאכמיטאג ארום 7:00 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, צו לאדענען דעם רבין און אפנעמען ברכות קדשו צו דער חתונה פון זיין קינד למז"ט.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: הר"ר שלמה יוסף לאנדאו שליט"א (לאנדאן) - הר"ר יושע מארקאוויטש שליט"א, באולם כינור דוד. ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו - ר' יצחק משה רייך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים: ר' אהרן אונגאר הי"ו - ר' אברהם לייב וועכטער הי"ו.
אויך איז געווען אויף א באזוך הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א מרבני קהלתינו במאנסי, אינאיינעם מיט הרב אהרן יקותיאל בערקאוויטש, חבר וועד החינוך במוסדותינו הק' במאנסי, לקראת די געהויבענע שבת בקרב אנ''ש מאנסי דעם שב"ק שופטים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך שופטים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר חיים הערש אבערלענדער הי''ו. ב"ר מאיר מענדל בראך הי''ו. ב"ר יואל ווערטהיימער הי''ו.
דערנאך האט רבינו שליט"א געצינדן 5 ליכט לכבוד די יארצייט פון די באבע, די וואלאווע רעביצין ע''ה.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
פארמיטאג האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש "שו"ע יו"ד ח"א" עטליכע בחורים המצטיינים פון ישיבתינו "מתיבתא הקדושה", ה"ה: הבה"ח צדוק בן הר"ר יחזקאל היילברוין ני"ו. הבה"ח נתנאל ב"ר יקותיאל זושא ווייס ני"ו. הבה"ח יחיאל מיכל ב"ר יואל כ"ץ ני"ו. הבה"ח שלמה זלמן בן הר"ר מיכל טרעגער ני"ו.
נאכמיטאג ארום 2:40 האט זיך רבינו שליט"א באטייליגט ביי די לוי' פון הבה"ח אהרן ע''ה בן הרה''ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי''ו מתלמידי מוסדותינו הק' בקר"י וועלכע איז אומגעקומען אין א שוידערליכן עקסידענט ר''ל. רבינו שליט"א האט זיך באטייליגט ביים לוי' פארנט פונעם בנין הישיבה קטנה 'סניף ייטב פנים', און דערנאך מלוה געווען די מיטה פאר עטליכע מינוט.
יהי"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: הר"ר נתן דוב שווארץ שליט"א - הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א, באולם כינור דוד. ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו - ר' אייזיק מאיר בערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:20 איז - ווי שוין געמאלדן - געווען אויף א ביקור קודש ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער וויילט אין די טעג אין ניו יארק לרגל די חתונה פון א אייניקל. דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ארומגערעדט איבערן מצב אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט איבער די חתונה פון זיין אייניקל אין ניו יארק. דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן שפת אמת און נאך צדיקים לבית גור. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים געוואונטשן ברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביז די גאס.
שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' פנחס פראנקעל הי''ו - ר' שמואל הערש פעלדמאן הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגד' אלול תשפ"א8/12/2021
פייל
גיליון "קול התאחדותינו" פרשת שופטים תשפ"א לפ"ק. (מהדורת חו"ל)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק
_גם רצוף פה מדור 'משולחן מלכים'_
עם מאמר נפלא בענין 'מאימתי תוקעין שופר בחודש אלול' מהג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
דאנערשטאג שופטים עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז אי''ה דעם קומענדיגן זונטאג כי תצא נאכמיטאג ארום 5:30 וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דאווענען תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול במאנסי. דערנאך וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה בחדרו הפרטי בביהמ''ד הגדול פאר אנ''ש תושבי מאנסי להפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון.
ביים זמן מעריב וועט רבינו שליט''א דאווענען מעריב בביהמ''ד הגדול.
יורה יורה כדת של תורה
נאך מעריב וועט פארקומען א מעמד התמנות פאר די פיר נייע דיינים אינעם בית הוראה דקהלתינו הק' מאנסי אינטער די הדרכה פון הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א, די מעמד וועט זיין בראשית כ''ק מרן רבינו שליט''א וועלכע וועט משמיע זיין דברות קודש לכבוד המאורע. אויך וועט געהערט ווערן דברי תורה פון הגה''צ מאנסי רב שליט''א.
די פיר נייע מו''צ זענען. הרה''ג ר' יואל בהגרמ''א פריעדמאן שליט''א. הרה''ג ר' יואל ברי''מ געלב שליט''א. הרה''ג ר' אפרים משה לעווי שליט''א. הרה''ג ר' אשר שמואל כ''ץ שליט''א.
נאכן מעמד וועט רבינו שליט''א ממשיך זיין מיט קבלת קהל.