בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday15 Elul 57818/23/2021

Report
זונטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר טובי' עהרנפעלד הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אלי' פארקאש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

ארום 2:00 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די 5'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

תלמיד חכם שמת הכל כקרוביו

בערך 3:45 נאכמיטאג האט רבינו שליט"א מלוה געווען די מיטה פון הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער זצ"ל דומ"ץ ור"מ תורת משה ד'סאטמאר מאנטריאל, פארענט פון ביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בבית מדרשינו בית דוב בקרית יואל ווי עס איז פארגעקומען די חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך די מתפללי הביהמ"ד.

רבינו שליט"א האט געטאנצן די ריקודי קודש מיט די ספר תורה, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצען הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און הרה"ג ר' אלתר ט"ב שליט"א משפיע רוחני בביהמ"ד. נאך די ריקודין האט רבינו שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור.

נאכדעם האט רבינו שליט"א קובע מזוזה געווען אויפ'ן שער הביהמ"ד ביים נייעם צוגעבויטן פליגעל, און זיך אומגעקוקט אויפן נייעם "היכל התורה" און מכבד געווען דעם נדבן הנגיד ר' פנחס שפירא הי"ו צו קובע מזוזה זיין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
במוצאי יום גילה

פארגאנגענעם מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבער געקומען אין שטוב פון הרה"ח הנגיד הנכבד ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו בקר"י, ווי עס איז פארגעקומען א "מעמד חתימת שטרות" אויפן 'שער ישכר דוב' וואס ער האט אפגעקויפט פאר א פאנטאסטישן סכום בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. רבינו שליט"א האט אונטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר חשובן נדבן ומשפחתו.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געקומען צום שבע ברכות פון בת הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו בביתו בקר"י, ווי עס איז פארגעקומען א "מעמד חתימת שטרות" אויף א כיתה וואס ער האט אפגעקויפט במוסדותינו הק' בוויליאמסבורג לזכות הוריו שיחי'. רבינו שליט"א האט אינטערגעשריבן די שטרות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חשבון נדבן ומשפחתו, און פאר זיין חשובן טאט'ן הרבני הנכבד מוה"ר נחום מרדכי וויינבערגער הי"ו מפארי קהלתינו אין לאנדאן.

ארום 12:40 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען צום סיום מס' קידושין דורך די הונדערטער בחורי כתה ט' 'מכינה לישיבה' במוסדותינו הק' קרית יואל בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס, באולם בית רחל פאראדייס.

די בחורים האבן פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האט רבינו שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בחורים עלטערן און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש.

בתו''ד האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די אריבער 330 בחורים תלמידי כתה ט' וואס האבן זיך פארהערט מס' קידושין, און דערמאנט די "חומש סעודה" וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך פון די אריבער 550 ילדי כתה א' וואס ציילט זיך אריבער 20 קלאסן אין כתה א'. רבינו שליט''א האט ארויסגעברענגט אז דאס איז א געוואלדיגע קורת רוח פארן מייסד הקריה רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס האט ממשיך געווען ביתר שאת.

אזוי אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די נייע ישיבה גדולה אין קרית יואל און פון די נייע ישיבה קטנות וואס וועט זיך עפענען קומענדיגען זמן. און דערנאך מסיים געווען בברכות קדשו פאר די בחורים עלטערן און זיידעס.

נאך די דב"ק האט רבינו שליט"א פארטיילט א ספר הק' "ויואל משה" פאר די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
יעצט נאכמיטאג האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באטייליגט בשמחת השבע ברכות בחצר הקודש גור, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא.

רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לכבוד די שמחה און צום נייעם יאר, ולעומתו ברוך יאמרו בברכת השנה פאר מרן רבינו שליט"א, און דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן פאר'ן חתן און די מחותנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום ב' כי תבא תשפ''א

יעצט נאכמיטאג אום 3:00 איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א ארויסגעקומען קיין קרית יואל אויף א ביקור קודש בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ, ווי רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד, און מ'האט פארברענגט בידידות, בדברי תורה וחסידות, א לענגערע צייט.

רבינו שליט"א האט דערנאך מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו צום נייעם יאר, א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים, ולעומתו ברוך יאמרו מיט א ברכת השנה פאר רבינו שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ מיט א מתנה, די ספרי לב אהרן אויף פרקי אבות. רבינו שליט"א האט דערנאך ארויסבאגלייט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביז צו די קאר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
המשך באריכט שב"ק פרשת כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:20. מנחה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי''ו (וומסב"ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי''ו, כהן: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה"ח ר' יצחק לעווי הי''ו (אנטווערפן), שלישי: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו (בארא פארק).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "כי ה' אלוקיך מתהלך בקרב מחניך להצילך ולתת אוביך לפניך" און געטייטשט בדרך מוסר אז חודש אלול ווען אידן זענען מתפלל ביים הייליגן באשעפער להפקד בדבר ישועה ורחמים, מען בלאזט שופר און מען איז מקיים דעם 'זכרו בוראכם' מען איז זיך מתבונן צו מען איז ממלא דעם תכלית הבריאה פארוואס מען איז אראפגעקומען אויף דעם עולם, דינען דעם באשעפער ושמירת התורה והמצוות, וועט הקב"ה אוודאי מקיים זיין דעם 'וזכרינו ה' אלוקינו בו לטובה'. און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות בבכיות נוראות לקראת הימי הרחמים, "אידישע קינדער זענען מרבה בתפלה ובתחנונים אין חודש אלול, די בקשות פון אידישע קינדער זענען זייער אסאך, צרכי עמך ישראל מרובים. סאיז ליידער אדורך א שווער יאר פאר כלל ישראל, אידישע קינדער בעטן ביים אייבערשטן א הקב"ה זאל אונז געדענקען די אלע צרות און די אלע שברי לב וואס אידישע קינדער האבן נעבעך מיטגעמאכט במשך די גאנצע יאר זה בכה וזה בכה, א שווער יאר אדורך אזויפיל עגמות נפש מיט אזויפיל צרות אזויפיל אידישע קינדער זענען ציבראכן. משטייט שוין נאכאמאל אין חודש אלול מען גרייט זיך נאכאמאל צום הייליגן טאג, סקומט ראש השנה 'בראש השנה יכתבון וביום צום כיפור יחתמון' סאיז פאריאר אויך געווען ר"ה אין יו"כ מען האט געהאפט אויף א כתיבה וחתימה טובה ליידער יעדער ווייסט ווי אזוי עס איז אדורך דאס יאר, "אידישע קינדער זענען מתפלל און האפן אויף א בעסערע יאר אויף א בעסערע כתיבה און אויף א בעסערע חתימה" מען בעט דעם הייליגן באשעפער זאל געדענקן וואס אלע אידישע קינדער האבן מיטגעמאכט די אלע צרות די אלע עגמות נפש פון כלל ישראל". דערנאך האט רבינו שליט"א ממשיך געווען בדברי מוסר והתחזקות לחודש אלול. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה הקב"ה וועט געדענקען יעדעם איינעם, בכלליות ישראל ובפרטיות, יעדן איינציגען איד מיט אלע פרעזענליכע בקשות, קיינער איז נישט גלייך צום צווייטען, יעדער האט זיך זיינע בקשות זה בא בכדו וזה בא בחביתו, 'יעדער קומט צום הייליגן באשעפער' "דא אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט קינדער אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט פרנסה אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט רפואות, אידן דארפן געהאלפן מיט ישועות, זה בכה וזה בכה", אידישע קינדער גיסן זיך אויס דאס הארץ פארן הייליגן באשעפער "אנא ה' הושיעה נא" דער אייבערשטער זאל העלפן 'מען דארף א גרויסע ישועה' הקב"ה זאל חלילה נישט מעלים עין זיין, הקב"ה זאל אונז געדענקן ביום הזכרון הזה 'זכרינו ה' אלוקינו בו לטובה', אין דעם יום הזכרון זאל הקב"ה געדענקן כלל ישראל לטב ולחיין ולשלם, דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל זיין 'תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה' מזאל מיר זוכה זיין צו א 'כתיבה וחתימה טובה' אין אלע ענינים, דער אייבערשטער זאל העלפן מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי''ו (לאנדאן). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א צו זאגן שבע ברכות. מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' מנחם זאב מקבצקי הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 10:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר הצלת דורות בוכארא. דערנאך איז דער עולם אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.

אשת חיל: דער אייניקל הבחור מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה"צ ר' ברוך שליט''א.

הגבהות הכוס לקידוש: הגה"צ אב"ד ניאמץ שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' אברהם קרייזער שליט"א (בית שמש), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' זלמן לייב שלעזינגער הי"ו (ביתר).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "לא תלבש שעטנז וכו' גדילים תעשה לך" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען גייט בתר כמות צו בתר איכות. קה אכסוף: הרה"ג ר' מאיר פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מדעעש שליט"א. בענטשן: הגה"צ אב"ד ניאמץ שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק ר' ישראל יעקב יוקל טייטלבוים זצ"ל מוואלאווע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ט"ו אלול. קה רבון עלם: הגה"צ ר' שמואל האלבערשטאם שליט"א מטשאקאווע בני ברק.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אויך איז פארגעקומען די שלום זכור ביי ב"ר אלי פארקאש הי"ו.

אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו (בארא פארק). מען האט געענדיגט ארום 1:00.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי אקער הי"ו. צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א, שלישי: כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, רביעי: החתן ב"ר יואל לאנדא, חמישי: החתן ב"ר זלמן לייב קליין, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די בעל שמחה ר' משה יודא שפילמאן הי''ו.

שביעי: החתן ב"ר זלמן לייב פעלבערבוים, הוספות: החתן ב"ר יודא יושע וויינשטאק, החתן ב"ר מאיר אלי אקער, הרה"ג ר' מאיר שלום קליין שליט"א, החתן ב"ר יואל עקשטיין, החתן בן הגה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל, אחרון: החתן ב"ר אלי שפיצער, מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן), הגבה: הרה"ח ר' זלמן לייב לאנדא הי"ו (בארא פארק), גלילה: הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו.

מוסף: הגה"צ ר' שמואל האלבערשטאם שליט"א מטשאקאווע בני ברק. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט 12:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
דעם שב"ק העעל"ט האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באנייט די נייע חדר רבינו בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, נדבת הרבני הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
מעמד התמנות פאר בנש"ק הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ ר' ארי לייבוש ט"ב ז"ל אלס דיין ומו"ץ בקהלתינו וומסב"ג, פארגעקומען היינט נאכמיטאג אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב"ג שליט"א.

די נייע דיין וועט זיצן אינעם בית הוראה בביהמ"ד המפואר דקהלתינו הק' "בנין בראך".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday14 Elul 57818/22/2021

Notice
שישו ושמחו בשמחת התורה

היינט קומט פאר די שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס ווערט אריינגעגעבן צום ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך די מתפללי הביהמ"ד, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט אפרעכטן די ריקודי קודש און פארזאגן לדוד מזמור כנהוג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
תלמיד חכם שמת הכל כקרוביו

יעצט נאכמיטאג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מלוה געווען די מיטה פון הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער זצ"ל דומ"ץ ור"מ תורת משה ד'סאטמאר מאנטריאל, פארענט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעון דוב פילאפף הי"ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת, און די ברית לבן הנולד לר' יעקב יוחנן ברוין הי"ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף "דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אהרן שמואל שרייבער הי"ו.
ב"ר אברהם שמעון פילאפף הי"ו.

נאכען דאווענען זענען אריבער ביי רבינו שליט"א זיך געזעגענען, תלמידי הישיבה פון אויסלאנד.

נאכדעם איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' קלמן אליעזר עקשטיין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף "קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ליכטענשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פון די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך די תלמידי הישיבה. רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די ערשטע אויתיות, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים און משמיע געווען דברות קודש.

ארום 1:40 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די פערדע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

ארום 2:40 נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום מעמד "החומש סעודה" פון די אריבער 550 תשב''ר פון די אריבער 20 כתה א' במוסדותינו הק' קרית יואל, די קינדערלעך האבן געזונגען עטליכע נגונים און רבינו שליט"א האט משמיע געווען ברכות הקודש און דערנאך פארטיילט א מתנה א קרי"ש של המטה פאר די תשב"ר.

בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פאר די תלמידי המתיבתא שיעור ב'. ארום 7:00 איז דער רבי ערשינען אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן די מנהלי הישיבות און די הנהלת גשמיות.

רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש מיט שטארקע דברי התחזקות פאר די בחורים, און דערנאך געמאלדן פאר די בחורים איבער די נייע ישיבה וואס וועט זיך עפענען אויף קומענדיגען זמן -ווי ברייט באריכטעט דא אויף סאטמאר'ע נייעס- און דערנאך מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מאיר יצחק גליקמאן הי"ו - ר' משה יודא מאיר בידערמאן הי"ו, באולם כינור דוד.

נאך מנחה ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט"א געמאכט "קידוש לבנה" פארענט פון ביתו נאוה קודש.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו - ר' ברוך יודא דרעזנער הי"ו.
הר"ר נפתלי הערצקא פריעדמאן שליט"א - ר' דוד יודא זילבערשטיין הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday12 Elul 57818/20/2021

Report
גרויס שמחה ביי אנ"ש:
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פראקלאמירט דאס עפענען א שפאגל נייע ישיבה מיטן נאמען "ישיבת עסק התורה" מיוחד פאר בחורים שנפשם חשקה לעסוק בתורה

די ישיבה וועט זיין געאייגנט פאר בחורים וואס האבן שוין מסיים געווען די ישיבה גדולה יארן - די ישיבה וועט זיין מיוסד אויף נאך "דריי העכערע יארגענג" - גאר חשובע ת"ח מובהקים ומרביצי תורה וועלן שטיין בראש פון די ישיבה - וועט זיך געפונען מחוץ לעיר רחוק מישיבת כרכים - רבינו שליט"א איז קורא שם פאר די ישיבה ישיבת עסק התורה

דאס יהדות החרדית נעמט אויף מיט פרייד דער באשלוס פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס האט באשלאסן צו עפענען א פרישער "מקום תורה" פאר חסידישע בחורים מופלגים בתורה ויראי ה', וואס האבן שוין גענדיגט די ערשטע דריי יארן פון ישיבה גדולה שיעור א', שיעור ב', שיעור ג', (צעירים, שיעור א', שיער ב'), און ווילן ממשיך זיין צו זיצן באהלה של תורה מתוך הרחבת הדעת אין די קומענדיגע יארן.

די ישיבה "עסק התורה" וועט געפירט ווערן דורך גאר חשובע ת"ח ומרביצי תורה וואס וועלן מרביץ תורה זיין מתורתם פאר די חשובע תלמידים שיחיו, און וועט זיך געפונען אויף א מקום רחבת ידים רחוק מישיבת כרכים מחוץ לעיר, מיוחד צו קענען זיצן באהלה של תורה מתוך הרחבת הדעת.
דאס עפענוג פון די ישיבה איז באמת שוין א זאך וואס מרן רבינו שליט"א באגערט שוין עטליכע יאר, צוליב וואס עס איז איהם נוגע ללבו הטהור דער שווערער מצב בעולם הישיבות וואס הערש היינט, ווי עס הערשט א גאר שטארקער מאנגל פאר היימישע בחורים וואס האבן שוין גענדיגט די אלגעמיינע ישיבה גדולה יארן, און זענען צושפרייט אין פארשידענע חסידישע ישיבות איבער גרעיטער ניו יארק, וואס כידוע אז רוב חסידישע ישיבות ווען עס קומט דער גיל פון שיעור ב' וג' שפארן זיך צו די טוירן פון די ישיבות, און דאס צווינגט פאר אסאך היימישע בחורים צו נעמען דעם וואנדער שטעקן און זיכן א פאסיגע מקום תורה, אזוי קומט אויס אז גאר אסאך היימישע בחורים זענען געצווינגען צו פארן קיין ארץ ישראל לערנען, וואס כידוע איז דאס א געוואלדיגע סכנה אז מען זאל חלילה פארלירן אלעס וואס מען האט קונה געווען אין די אינגע יארן, אבער מצד השני זענען זייער אסאך געצווינגען דאס צו טוען, צוליב דעם גרויסער פראבלעם ווייל עס איז נישט פארהאנען קיין ריכטיגער ערנסטער מסגרת ווי מען קען לערנען מיט הרחבת הדעת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
האמת והשלום אהבו

אין א היסטארישע שריט פון אחדות און כבוד התורה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א אריבער געשיקט, אן אפיציעלע מכובד'דיגע משלחת פון מנהלי מוסדות וויזניץ אין וומסב"ג, ה"ה הרב ר' יודא לייב לארענץ הי"ו און הרב ר' הערש לייב ראזנבערג הי"ו, צום ראה"ק קהילתינו הק' קרית יואל הרב ר' דוד עקשטיין הי"ו, איבער די נושא פון שיטת ר"ת לזמן התחלת הלילה.

די משלחת האט איבערגעגעבן בשמו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פאר'ן ראה"ק ר' דוד - וועלכער איז געווען פון די משלחת בשם כ"ק רבינו שליט"א צו האדמו"ר מוויזניץ שליט"א מיט עטליכע וואכן צוריק - אז דער וויזניצער רבי שליט"א פון איז מקבל מיט'ן פולסטן ערענסקייט דעם פארלאנג פון כ"ק רבינו שליט"א אז בגלילת עיר קרית יואל יצ"ו זאל מען זיך פירן לויט די הוראות פונעם מייסד מרן רבינו הגה"ק זיע"א, און מ'וועט אי"ה דעם שבת מכריז זיין אין ביהמ"ד דחסידי וויזניץ אין וומסב"ג און אין בלומינגראוו, די הוראה ברורה פון אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז מהיום והלאה זאלן חסידי וויזניץ בשכינות העיר קרית יואל זיך נוהג זיין כמנהג המקום, נישט צו טוהן ח"ו קיין מלאכה במוצאי שבתות וימים טובים פאר'ן זמן צאה"כ לשיטת ר"ת.

עקסטערע האט די משלחת הנכבדה איבערגעגעבן בשמו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז מיט זיין אהנוועזענהייט בשכינות פון קרית יואל וויל ער פראבירן וואס ער קען ארויס צוהעלפן צום רוחניות'דיגן וואוקס פון די הייליגע שטאט אינטערן אויפזוכט פונעם מרא דאתרא קדישא כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א און נישט ח"ו שטיין אין וועג צו סיי וועלכע תקנה לחיזוק הדת לרומם קרן העיר.

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון 'מגנזי המלך' גליון ח'

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא קדישא שחל בשבוע הבא של:

רבי יעקב ישראל מטשערקאס זצוק"ל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 גליון מגנזי המלך כי תצא תשפ''א187 KB

Thursday11 Elul 57818/19/2021

Notice
מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך מתפללי בית מדרשינו 'בית דוב' בקרית יואל, נעכטן ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אינעם קעמפ 'מחנה קרית יואל' וועלכע איז אפגעדינגען געווארן דורך מוסדותינו הק' בקרית יואל פאר די ילדי תלמוד תורה, וואס געפינט זיך אינעם 'קעמפ מאנרא' בשכינות קרית יואל. אינאיינעם מיט כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אלי' יצחק ראזענבערג הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר די קינדער.

אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המהודרת דקהלתינו הק' קרית יואל, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף די פילצאליגע איינריכטונגען און הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן לקראת דעם בעפארשטייענדן מצות סעזאן.

ארום 1:40 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

ארום 7:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך מתפללי בית מדרשינו 'בית דוב' בקר"י, רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אויתיות און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים, ר' אלי' שפיטצער הי''ו - ר' שלום יצחק וויינבערגער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 12:15 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליטא הגה"צ ר' אהרן בראנסדארפער שליט"א דומ"ץ בק"ק תולדות אהרן ירושלים ויו"ר מערכת הכשרות בבית השחיטה שע"י העדה החרדית. עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די חומרות והידורים אין די בית השחיטות המהודרת דקהלתינו הק', און אין די בית השחיטה המהודרת שע"י ביד"צ העדה החרדית, אויך האט מען ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג כי תצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלת.

ביים אנקומען אין ישיבה האט הרה"ג ר' הערשל קאהן שליט"א ר"מ במתיבתא איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א באריכט פונעם באזוך אין קהילת גרים "אור חדש דרבינו יואל" אין גואטאמאלא דורך רבני ודייני קהלתינו הק', צו שטעלן די קהילה אויף די ריכטיגע יסודות כדת משה וישראל בכל פרטיה. ווי עס איז פארגעקומען א שמחת החתונה, שמחת הברית מילה, הכנסת ספר תורה, און הנחת אבן הפינה פאר א מקוה טהרה.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל דוד ווייס הי''ו.
ב"ר יושע פרענקל הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין' און בעפארברייטונג צום דרשת "שבת שובה".

נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין וויליאמסבורג - ווי יעדן דינסטאג - ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת הימי הרחמים והרצון וואס האט זיך פארצויגן פאר אריבער 7 שעה פון 4:30 ביז נאנט צו 12 אויפדערנאכט.

ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' צבי אלימלך רוקח שליט''א אב''ד בערטש פלעטבוש, ווי רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אויתיות און געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך זענען אריין געקומען בקודש פנימה - ווי שוין געמאלדן - די הנהלת ממלכת התורה שע"י ישיבה קטנות במוסדותינו הק' וומסב"ג ווי רבינו שליט"א האט קורא שם געווען פאר די נייע זעקסטע ישיבה קטנה ישיבת אהבת התורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת כי תצא תשפ"א לפ"ק.
(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק

_גם רצוף פה מדור 'משולחן מלכים'_

עם מאמר נפלא בענין:
'אמירת לדוד ה' אורי וישעי בימי הרצון'

מהג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
📄 כי תצא7.8 MB
Photos · 3
בן חמש שנים למקרא

פייערליכע "חומש סעודה" בקרב מוסדותינו הק' "ת"ת יטב לב" בבני ברק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
בוי ארבעט ביים פארברייטערן די עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול בקר''י לקראת די הייליגע טעג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days