בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגי"ט אלול תשפ"א8/27/2021

בילדער · 4
פתחו לי שערי צדק

דעי וואך שבת קודש וועט זיך בשטוע"מ עפענען די טויערן פון "בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בלעיקוואד" וועלכע איז פארענדיגט געווארן לשם ולתפארת פאר אנ"ש תושבי לעיקוואד.

תתחדש סאטמאר לעיקוואד!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ווערט געזעהן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ הקהילה, די ראה"ק הרבני הנכבד מוה"ר אשר לעוו הי"ו, און די געטרייע חברי "וועד הפועל" ביים באזוכן די פארשריט ביי די בוי ארבייט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
די ווייטערדיגע בוי ארבעט ביים פארגרעסערן בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' מרדכי שווארץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף "השיב משה" אין קרית יואל בהנהלת הרה"ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א.

ביים אנקומען אין די ישיבה קטנה וואס סטאנציאנירט בבנין התלמוד תורה 'בנין הירש גאלדבערגער לאנדא' אויף די ראצפערט גאס, האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט ביי די בוי ארבייט ביים גיגאנטישן בנין הת"ת החדש 'בנין קליין', נדבת לבו פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריין אינעם חדר האוכל בבנין הת"ת ווי עס זענען געווען פארזאמלט די קינדער פון כתה א' ב' סניף הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א, די קינדערלעך האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געווינטשן א גוט שבת.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל מרדכי אינדיג הי''ו.
ב"ר יודא טייטלבוים הי''ו.
ב"ר יואל כ"ץ הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי הישיבה, רבינו שליט"א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש דברי מוסר והתחזקות לימי הרחמים והרצון.

ארום 1:30 מיטאג איז הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א - וועלכע איז געקומען צו פארן לשבות במחיצת הקודש אויף שב"ק און א' סליחות - אריבער געקומען צו רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש שלום נעמען, און איבערגעבן א גריס פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פאהרגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יושע הערש גאלדבערגער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל רייזמאן הי''ו.
ב"ר אשר אנשיל צין הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די 9'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'.

נאכן שיעור זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים המצטיינים תלמידי הישיבה סניף ברך משה, וואס פאהרן אי"ה קומענדיגע וואך אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אינאיינעם מיט רמ"י הישיבה. רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו און געגעבן שליח מצוה געלט פאר די מגי"ש.

דערנאך האט רבינו שליט"א פארטיילט "י"ב חלות" פאר די בחורים תלמידי הישיבה סניף ברך משה וואס האבן זיך פארהערט די גאנצע מסכת.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אריבער געקומען צום "מעמד כבוד התורה וסיום הזמן" דורך תלמידי ישיבתינו 'מתיבתא הקדושה' תו"י דסאטמאר, באולם המפואר בית רחל אודיטאריום.

צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הגה"ח המשפיע ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, אויך האט זיך באטייליגט הגאון האדיר דומ"ץ קר"י שליט"א.

די סיומי מסכתות וואס איז געלערנט געווארן אינערהאלב אלע סניפים אין ישיבה זענען געמאכט געווארן דורך:
סניף דברי יואל, נכד רבינו הבה"ח אשר אנשיל אשכנזי בן הגה"צ ר' העניך שליט"א - מס' סוכה.
סניף ויואל משה, הבה"ח יצחק יואל ראזענבערג ב"ר העניך הי"ו - מס' קידושין.
סניף ברך משה, הבה"ח יוסף מארקאוויטש ב"ר דוב הי"ו - מס' עבודה זרה.
סניף קדושת יואל, הבה"ח יואל קארנבלי ב"ר ישעי הי"ו - מס' שבועות.

דערנאך האט הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים וראש השיעור בסניף ויואל משה געמאכט דעם הדרן און געזאגט קדיש.

נאכדעם האט רבינו שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה און משמיע געווען דברות קודש, און בתו"ד ארויסגעברענגט בשבח פון די ישיבה און לענגערע דברי הדרכה לקראת הימי בין הזמנים.

מיטן בענטשן איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה וראש חבורת "ים התלמיד". נאכן בענטשן האט רבינו שליט"א פארטיילט די תעודות פאר די הונדערטער תלמידים המצטיינים.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 7:00 ביז 12:00.

אויך איז פארגעקומען א מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג א' סליחות צום ביהמ"ד הלכה ברורה אין קר"י. רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.

ארום 12:30 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים ביי שופר בלאזן ועניני החג. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים, דערנאך האט האדמו''ר מ'סקולען מאנסי שליט''א איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל און האט מקבל געווען ברכות קדשו פאר די הייליגע טעג וואס דער רבי שליט''א האט אים ווארעם אנגעווינטשן און ארויסבאגלייט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון 'מגנזי המלך' גליון ט'

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא קדישא שחל בשבוע הבא של:

רבי מרדכי דוב מהאראנסטייפל זצוק"ל
רבי יחיאל מיכל מזלאטשוב זצוק"ל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי המלך תבוא תשפ''א1.3 MB

דאנערשטאגי"ח אלול תשפ"א8/26/2021

בילד
דער גרויסער ראש ישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארטיילן די תעודות פאר די תלמידים המצטיינים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
מעמד כבוד התורה וסיום הזמן דורך תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה תו"י דסאטמאר, היינט באולם המפואר בית רחל אודיטאריום בהשתתפות פון די אריבער טויזענט תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים און די רמי"ם ומרביצי תורה ובראשם דער גרויסער ראש ישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת כי תבוא תשפ"א לפ"ק.
(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק

_גם רצוף פה מדור 'משולחן מלכים'_

עם מאמר נפלא:
'במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה'
מהג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מנחם אבל זיין נעכטן הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו ע"פ אביו הגה"צ ר' משה מנחם זצ"ל דומ"ץ ור"מ תורת משה ד'סאטמאר מאנטריאל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
קא עבידנא יומא טבא לרבנן

היינט קומט פאר די מעמד כבוד התורה וסיום הזמן דורך תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה תו"י דסאטמאר, וועט פארקומען באולם המפואר בית רחל אודיטאריום בהשתתפות פון די אריבער טויזענט תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים און די רמי"ם ומרביצי תורה ובראשם די גרויסע ראש ישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע וועט משמיע זיין די דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, און דערנאך פארטיילן די תעודות פאר די תלמידים המצטיינים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
הגה"צ גאב"ד מאנטשעסטער שליט"א ביים איבערגעבן א דרשה הכנה לימים נוראים פאר חבורת התאחדות אברכים שע"י קהלתינו הקדושה מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף עצי חיים" - שיעור ג'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל "סיום הזמן", רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און די תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק דברי מוסר והתחזקות פאר די בחורים.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלום סאנדל הי"ו ומשפחתו ע"פ אשתו ע"ה.

ארום 1:45 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די 8'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו ע"פ אביו הגה"צ ר' משה מנחם זצ"ל דומ"ץ ור"מ תורת משה דסאטמאר מאנטריאל.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו - ר' שלמה ניימאן הי"ו, באולם כינור דוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ז אלול תשפ"א8/25/2021

בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א זיך מפלפל מיט תלמידיו היקרים נאכן פארלערנען די סוגיא שיעור בהיכל המתיבתא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מתיבתא גבוה דסאטמאר "ישיבה עסק התורה" בנשיאות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר מנשה פעלדמאן הי''ו.
ב"ר יחזקאל ווערצבערגער הי''ו.
ב"ר שמחה זימל ליכטמאן הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור, קאפיטל ו' פסוק י'.

דערנאך זענען אריבער ביי רבינו שליט"א זיך געזעגענען, תלמידי הישיבה פון אויסלאנד, וועלכע פארן אהיים סוף וואך.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די 7'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'.

נאכמיטאג ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין וויליאמסבורג - ווי יעדן דינסטאג - ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת ימי הרחמים והרצון וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 8 שעה פון 4:45 ביז נאנט צו חצות הלילה.

ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צו ביהמ"ד סאוט 8 דקהלתינו הק' וומסב"ג געשריבן דורך די מתפללי הביהמ"ד לע"נ רבותינו הקדושים מרנן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע.

רבינו שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ס"ת מיט הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פארן דומ"ץ הביהמ"ד און פאר די גבאים הרה"ח ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יואל ראזענבערג הי"ו, און פאר' משמש הרה"ח ר' ישראל דוד טייטלבוים הי"ו, און פאר די איבעריגע משתתפים עסקני ומתפללי ביהמ"ד.

אויך זענען אריין בקודש פנימה עסקני קהלתינו הק' לאנדאן ווי רבינו שליט"א האט געבענטשט "האניג" וואס וועט פארטיילט ווערן פאר די תומכי הבית רחל בלאנדאן. בערך אום 1 אזייגער איז רבינו שליט"א צוריק געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר'I בר מצוה בחור ב"ר משה ברוך סרוגא הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור, קאפיטל ו' פסוק ט'.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 מיטאג איז רבינו שליט"א אריבער געקומען בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה" פארלערנען די 6'טע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'.

ארום 3:00 איז - ווי שוין באריכטעט - געווען אויף א ביקור קודש בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א ר"י וויזניץ.

ארום 5:45 נאכמיטאג האט זיך רבינו שליט"א -ווי שוין באריכטעט - באטייליגט בשמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' אברהם סרוגא הי''ו - ר' דוד דניאל כיבודי הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' נפתלי צבי קלאגסברוין הי''ו - ר' יעקב שלמה ארי רובינפעלד הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' זלמן לייב קליין ע"ה - ר' אליעזר צבי קרויס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער אויף די נאכט האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב יודא גפן הי''ו - ר' יוסף לייב ברוין הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט"ז אלול תשפ"א8/24/2021

מודעה
זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א להפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון

פרשת כי תבא - נצבים - וילך.

הצלחה רבה און פויעלטס אלעס גוטס

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים ערשיינען נעכטן ביים שמחת השבע ברכות בחצר הקודש גור, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ויקהלו אל המלך בירח האתנים

ימים נוראים במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' קרית יואל און וויליאמסבורג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג