היינט נאכמיטאג איז געקומען הגה"צ ר' בנציון הכהן שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא בארא פארק אויף א ביקור קודש צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית האכסניא אין בארא פארק, ווי רבינו שליט"א האט אים איבערגעגעבן א מתנה א נייער "טלית" אויף וואס רבינו שליט"א האט געלאזט ארויף קניפן די ציצית, האנט געמאכט פון די וואל וואס רבינו שליט"א האט אליינס געשניטן און מקיים געווען די מצות מתנת כהונה ביים היסטארישען מעמדראשית הגז פארגאנגענעם חוה"מ פסח, ווי דער נייטרא רב שליט"א האט געדינט אלס כהן. עס איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס בעניני המצוה והלכה ובמנהגי ישראל, צווישן אנדערן איז אויסגעשמועסט געווארן די חשובות פון די ציצית אז ס'איז געשניטן געווארן לשמה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ר'אה א'נכי נ'ותן ל'פניכם ה'יום ב'רכה
און די יעצטיגע טעג איז ארויס לאור עולם די נייע ספר הק' "לב אהרן" דברים (חלק אגדה) מפום ממלל רברבן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דא צו באקומען אין אלע געשעפטן.
קחו ברכה אל בתיכם
מיט דעם איז פארענדיגט געווארן דער גאנצער סעט פון ספרי "לב אהרן" על התורה (מהדורא קמא), דברות קודש בדרך אגדה מוסר והתחזקות שנשמעו מאת אבינו רועינו כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
עוד לא נראה כבושם הזה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום ב' נצו''י
יעצט נאכמיטאג ביז 10:00 אויפדערנאכט איז דא זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פאר אנ''ש תושבי בארא פארק להיפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת הימי הרחמים והרצון, בבית האכנסיא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, אינאיינעם מיטן יערליכן מגבית לטובת קופת רבינו אבני חסד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ארבעט צו פארברייטערן די קאסטומער סערוויס אפטיילונג ביים "מצה בעקעריי" המהודרת דקהלתינו הק' קרית יואל צו פארגרינגערן די פלייץ פון אנ"ש קומענדיגען מצה סעזאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ווייטערדיגע ארבייט ביים מרחיב זיין די גבולי הקדושה בבית מדרשינו "אהל פיגא" בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
המשך באריכט שב''ק פרשת כי תבא בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רעוא דרעוין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:05, מנחה: הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב בר יחזקאל שרייבער הי"ו (לאנדאן), כהן: הרה"ג ר' אברהם שמחה פריעדמאן שליט"א, לוי: הרה"ח ר' דוד ברי"ב ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אהרן משה שווארץ (מאנטריאל), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרב שלמה זלמן הורוויץ בן אב"ד מאנטשעסטער.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "ולקחת מראשית כל פרי האדמה" און געטייטשט בדרך מוסר אז דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז בגימ' מקוה, קען זיין לויט ווי רביה"ק זי"ע זאגט אין ברך משה אז 'מקוה ישראל די האפענונג פון אידן איז, ה' די מידות פון הקב"ה' און אזויווי די מידות פון הקב"ה איז אין סוף די זעלבע איז אויך תשובה וסליחה איז אין סוף, פארדעם שטייט מען אויף צו סליחות תיכף נאך שב"ק 'במוצאי מנוחה' ווייל שבת איז שמה דקוב"ה און אז מען היט שבת כהלכתה איז שורה די שם הוי"ה אויפן מענטש 'ושם ה' נראה עליך' און מען איז זוכה צו די מידות פון הקב"ה אז סאיז דא סליחה עד אין סוף. און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות בבכיות נוראות להכנה לימי הסליחות. ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש בקול בוכה "אידישע קינדער קומען זיך אויסגיסן דאס הערצער אידישע קינדער קומען זיך צוזאם בבתי כנסיות ובבתי מדרשיות מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער אידישע קינדער קומען זיך אויסבעטן בכל מילי דמיטב, אידישע קינדער זענען צובראכן, אזעלעכע צובראכענע הערצער קומען אין די ביהמ"ד 'לב יודע מרות נפשו' יעדער איינער ווייסט זיין ביטערע פעקל זיינע ביטערע צרות, הקב"ה איז 'שומע אל הרנה ואל התפלה' הקב"ה הערט צו צו יעדעמס תפלה צו יעדעמס בקשה, בקשות פון אידישע קינדער זענען זייער אסאך זייער שווערע הערצער, מען גיסט זיך אויס פארן הייליגן באשעפער זה בכה וזה בכה, א שווער יאר אדורך פאר כלל ישראל 'אידישע קינדער זענען צובראכן כחרס הנשבר'. מען איז מזכה נאכאמאל די הייליגע טעג מען דארף מתפלל זיין צו הקב"ה אז הקב"ה זאל ממלא זיין די בקשות פון כלל ישראל, הקב"ה איז א אין סוף, זיין רחמנות איז א אין סוף, הקב"ה איז כל יכול, ער זאל ממלה זיין אלע בקשות פון יעדן איינציגע איד, יעדער אייניציגסטער איד וואס ער איז מתפלל און בעט פון הקב"ה 'שומע תפילה עדיך כל בשר יבואו' יעדער איינער קען קומען צום בוכ"ע יעדער איינער קען זיך אויסגיסן זיין הארץ יעדער איינער קען מתפלל זיין צו השי"ת הקב"ה איז א 'שומע תפילות כל פה' פון יעדן איינציגען איד בכל מקום שהוא. עס קומט דעי הייליגע זמנים מען איז מתפלל צום בוכ"ע "הקב"ה הערט צו צו יעדן איינציגסטע תפלה, צו יעדע איינציגסטע בקשה", דער אייבערשטער זאל העלפן מזאל מיר זוכה זיין השי"ת ימלא משאלות לבינו לטובה השי"ת זאל ממלא זיין אלע בקשות פון אידישע קינדער עס זאל 'בני חי ומזוני רויחי' אידישע קינדער דארפן ישועות אידישע קינדער דארפן רפואות אידישע קינדער דארפן אסאך בקשות, דער אייבערשטער וועט העלפן 'תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה' מזאל מיר זוכה זיין צו צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א".
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן משה שווארץ שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' מנחם משה רעטעק הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און געזאגט שבע ברכות. מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 10:35
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת כי תבא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל סאמעט שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים וומסב"ג.
נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, ווי עס האבן געהאט די זכיה מיטצועסן די סעודה, תלמידי ישיבתינו הק' "ישיבה לצעירים" וומסב"ג אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' הערשל טעלער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן אב"ד מאנטשעסטער.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מה"ת לחומרא או לקולא.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יחיאל גוטמאן שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים. ברכהמ"ז: הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק ר' מאטעלע הורונסטייפלער זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ב אלול. קה רבון עלם: הרה"ג ר' יעקב יצחק ווינקלער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה ישראל פייערווערקער הי"ו (בני ברק), מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל ב"ר אהרן ווייס שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים. צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמשון שווארץ הי"ו (וומסב"ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו, לוי: החתן ב"ר נפתלי קלאגסברוין, שלישי: הגה"צ מאנטשעסטער רב שליט"א, רביעי: בעל שמחה ר' אלימלך ברי"מ לאנדא - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: בעל שמחה ר' יצחק מנחם מאסרי - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה: ר' משה פריעד. ר' משה שטיין.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, הוספה: בעל שמחה ר' אברהם ווייזער - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: בעל שמחה ר' מנחם נחום ראזענבערג - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הגבה: הרה"ג ר הערשל טעלער שליט"א, גלילה: הרה"ג ר' יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א.
מוסף: הגה"צ מאנטשעסטער רב שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מנחם מנלי ווייזער הי"ו. מען האט געענדיגט 12:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"א אלול תשפ"א8/29/2021
בילדער · 2
במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מעוטף בטליתו של רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ביים שופך שיח זיין לפני התיבה היינט א' סליחות, בביהמ"ד הגדול בקרית יואל, במעמד רבבות אלפי ישראל.