בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגז' תשרי תשפ"ב9/13/2021

מודעה
סדר וזמנים פון מארגן דינסטאג שלש עשרה מידות במחיצות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
בבית מדרשינו הגדול במאנטשעסטער איז אויפגעשטעלט געווארן א גאלערי נאכצוקמען די גרויסע פארלאנג פאר זיצן אין עזרת נשים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
לעצטערע ארבייט בבית מדרשינו "ברך משה" אויף סקילמאן אין וומסב''ג צוענדיגן פארשענערן די ווענט לשם ולתפארת, ווי אויך איז אויפגעשטעלט געווארן נאך א גאלערי נאכצוקמען די גרויסע פארלאנג פאר זיצן אין עזרת נשים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ווייטערדיגע ארבייט בבית מדרשינו "בנין געלבשטיין" בוומסב''ג, צו פילפאכיג פארגרעסערן און פארברייטערן די עזרת נשים וואס וועט אויך צוברענגען צענדליגער זיצן אין ביהמ''ד מיט נייע שטיבלעך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג האזינו ו' עשי"ת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל טייכמאן הי''ו.
ב"ר יואל טעלער הי''ו.
ב"ר יודל פארגעס הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אריבער 7 שעה פון ארום 4:00 ביז 11:00.

צווישן אנדערע איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב בוומסב"ג נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בן הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א וחתן הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ויואל משה, עם בנו החתן ני"ו, אפנעמען ברכות קדשו לרגל די שידוך שליסן עב"ג בת הרה"ג ר' אשר ישעי רובין שליט"א אב"ד טאמשוב חתן הרה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט ווארעם געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך איז הרב חיים בצלאל בלום שליט"א שו"ב געקומען ווייזן די חלפים פאר רבינו שליט"א כנהוג.

אום 11:30 נאך מעריב איז רבינו שליט"א אהיים געפארן לביתו נאוה קודש

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ארבייט ביים אינסטאלירן נייע עיר קאנדישן סיסטעם אונטער די דרום גאלערי בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ערשטע שיפמענט פון שפאגל נייע באקוועמע בענק אנגעקומען צו בית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, לשביעת רצון אלפי המתפללים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
צוגעלייגטע מעריב גאלערי מיט הונדרעטער פרישע זיצן בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג אויף חודש תשרי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגו' תשרי תשפ"ב9/12/2021

מודעה
בסוכת תשבו שבעת ימים

סוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
תיקון טעות

לשאלת הרבים איבער די חלה מיט א צורה פון א האנט ביים עריכת שלחה"ט ליל שב''ק:
דער מנהג פון לייגן א צורה פון א האנט אויף די חלה איז א מנהג העולם בכמה מקומות אין די הייליגע טעג, אבער בבית רבותיה"ק זי"ע ויבלח"ט כ"ק מרן רבינו שליט"א איז נישט געווען אזוי דער מנהג, און די חלה איז צוגעשטעלט געווארן אזוי בלא יודעים.

ע"כ איז כדי צו וויסן, אז די חלה מיט די צורה פון א האנט די וואך בסעודת ליל שב"ק רעפלעקטירט נישט מנהג רבותינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
המשך באריכט שב"ק פרשת וילך שבת שובה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

נאכמיטאג אום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת שובה, דער רבי שליט"א האט געמאכט א ברכה און זיך מתעטף געווען בטלית, און ארויף אויפן ארון קדוש און געזאגט א שטילע תפילה.

רבינו שליט"א האט אנגעהויבן די דרשה מיטן פסוק "שובה ישראל עד ה' אלוקיך" צום ערשט מיט א לענגערע פלפול אינעם סוגיא פון 'עד אחד נאמן באיסורין'. נאכדעם האט רבינו גערעדט דברי אגדה בעניני תשובה, אז אידן האבן א דין פון הקדש און ס'איז מפקיע מידי שיעבוד פון די יצר הרע. די נשמה איז באגלייבט צו זאגן עדות אויפן מענטש ווייל סאיז בידו ארויסצוגיין פון מעשי היצר דורך לימוד התורה.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי מוסר והתחזקות שטייענדיגט בין כסא לעשור, און ארויסגעברענגט בשבח פונעם שטאט קרית יואל און אלע ענינים, און מעורר געווען אויף כמה ענינים אויף חיזוק בלימוד התורה ובעבודת התפילה, אויף צניעות ביי די עזרת נשים בעיקר די פירצה פון ביי האר בפרט אין קרית יואל באתרא דמר ווי די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט אז "די פעטער ז"ל איז א גברא דקפדנא פאר די וואס ברעכן די פירצה אין זיין הייליג שטאט". דער רבי שליט''א האט דערציילט א מעשה פון הרה"ק רבי מענדלע מרימנוב זי"ע, וואס האט געהייסן מאכן א פענסטער אויף זיין אוהל הק' צו קענען זיך אומקוקן און אפהיטן די שטאט, און געזאגט בזה''ל; "די פעטער ז"ל ליגט דא אין שטאט און האלט א עינא פקיחא אויפן שטאט, די אוהל פארמאגט א פענסטער.. והוי זהיר בגחלתן", אזוי אויך האט די רבי שליט''א ארומגערעדט איבער פארקויפן ערליכע ליין מאטריאל, זיין אפגעהיטן פון פגעי טעכנילאגיע, און איבער זיך האלטן צווישן ערליכע אידן אין די גרעניצן פון קרית יואל. ביים סוף פון די דברות קודש האט רבינו שליט"א געזאגט אז מען זאל מתפלל זיין אויף די גזירת החינוך אין ניו יארק אויף וואס מען דארף גרויס רחמי שמים, און אויף די גזירת הגיוס בארה"ק, און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאך די דרשה האט רבינו שליט"א געזאגט קדיש, מען האט געענדיגט 7:15.

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:45, מנחה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר עקיבא קריגער הי"ו, כהן: הרה"ג ר' יוסף שמואל פילאפף שליטא, לוי: הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, שלישי: חדב"ן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל וויינבערגער הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

מען האט געזונגען די נייע נגונים.

ביי די של''ס תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק אין די הפטורה "שובה ישראל עד ה' אלוקיך" און געטייטשט בדרך מוסר והתחזקות אז סאיז דא אין די ד' חילוקי כפרה, ווען מען קומט נאר אפ מיט יסורים. אבער אז מען איז עוסק בתורה קען מען דורך דעם יוצא זיין כאילו מען האט מקבל געווען די יסורים און עס העלפט תשובה אליין.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצ"ש: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר די קאפעליע הקטנים עם הגדולים. מען האט געענדיגט 9:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת וילך שבת שובה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו. ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזונגען די נייע נגונים וואס זענען פארפאסט געווארן אויף די ימים נוראים.

מען האט געענדיגט ארום 9:20. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.

ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות.

הגבאות הכוס לקידוש: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

אויף די חלה איז געווען א צורה פון א האנט אזוי ווי עס איז געווען די מנהג. ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר". פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א פארטיילט שיריים פאר די צענדליגער תלמידי ישיבתינו הק' מהרי"ט בבני ברק וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש אויף יו"ט.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "וה' אמר אלי לא תעבר את הירדן הזה" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.

קה אכסוף: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו, ברכהמ"ז: הרב מאיר פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מדעעש.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי הירצקא מראצפערט זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ערב יום הקדוש, און עובדות וסיפורים פון הרה"ק די דברי חיים זי"ע פון יום הקדוש.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א, שחרית: הרה"ג ר' דוד לייב קרויס שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א (מאנסי).

עליות. כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב כהנא שליט"א (בית שמש), לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' מאיר לייב קטינא שליט"א, רביעי: בעל שמחה ר' בעריש מענדלאוויטש הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה:
ר' יעקב יואל אינדיג הי"ו.
ר' יודל שווארץ הי"ו.

שביעי: בעל שמחה ר' יואל ב"ר אשר שווארץ הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו, הגבה: הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקל הי"ו.

נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער געסט מעבר לים וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש אויף יו"ט.

מוסף: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' נפתלי פריינד הי"ו. מען האט געענדיגט 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
זמן כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א "לקראת הימי הרחמים והרצון" להפקד בדבר ישועה ורחמים

היום בוויליאמסבורג, משעה 4:00 עד שעה 8:00.

הצלחה רבה און פויעלטס אלעס גוטס

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגד' תשרי תשפ"ב9/10/2021

מודעה
לכו ונשובה אל ה'

דעם שב"ק פרשת וילך 'שבת שובה' וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע זיין די דרשת שבת שובה אין די סוגיא פון "עד אחד נאמן באיסורין", משולב בדברי מוסר והתחזקות בענינים הצריכים חיזוק. אים 6:00 אזייגער נאכמיטאג בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג וילך צום גדלי' בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' זלמן גראסבערג הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.

נאכמיטאג האט מען אריבערגעברענגט בביתו נאוה קודש עטליכע אתרוגים פאר רבינו שליט"א לקראת חג הסוכות הבעל"ט, ווי דער רבי שליט"א האט באטראכט די אתרוגים.

היינט פרייטאג ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברש"י שעהר הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
און די ברית לבן הנולד לר' יצחק רובין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י. פארן דאווענען האט רבינו שליט"א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יצחק טובי פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מאיר מנחם זאב הירש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פ' וילך - יום הקדוש שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק

_גם רצוף פה מדור 'משולחן מלכים'_


▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ארום 1:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און אונטער די קיטל א ווייסע קאפטן. דער רבי שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", אז באמת איז א פגם פון א עבירה בלי שיעור ותכלית, נאר הקב"ה ברוב רחמיו איז דן לויטן פגם אין די נסיונות אויף די וועלט. דאס איז נאר ביי די אידן וואס זיי גלייבן בהשגחת ה' יתברך 'בתחתונים' און פירן זיך בענוה ושפלות רוח, משא"כ אומת העולם וואס זאגן אז עס איז נישט לפי כבודו זיך אומצוקוקן בתחתונים ביי זיי העלפט נישט קיין תשובה. מען דארף זיך אבער בודק זיין צו מען איז נישט חלילה געכאפט צווישן די וואס זאגן אז די שרעקליכע פאסורונגען פון די פארגאנגענע יאהר אז ס'איז א מקרה, 'כל באי עולם יעברון לפניך כבני מרו"ן', מען דערמאנט זיך וואס האט זיך אפגעשפילט באתרא קדישא מירון, זיי זאגן אז ס'איז א מקרה, ווייל סאיז געווען אסאך מענטשן, וכדומה ביי די אנדערע פאסירונגען, "חלילה אזוי צו זאגן" נאר דאס איז געווען מן השמים צו וועקן און מאָהנען תשובה צו טוהן. נאך די דרשה האט דער רבי שליט''א געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:10.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ג ר' אשר ישעי פייערשטיין שליט"א, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.

פארן מאכן די ברכה האט דער רבי שליט"א אנגעטוען א נייע בגד - א שאהל. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.

די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו, הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו (וומסב"ג).

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"צ ר' חיים בנימין כהנא שליט''א מ'ספינקא קר"י. מען האט געענדיגט ארום 6:25.

צום מיטאג טיש האט זיך רבינו שליט"א געוואשן בביתו נאוה קודש. ארום 8:05 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולה"ט אין ביהמ"ד הגדול.

מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן. דער רבי שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאהר אין אלע ענינים", מען האט געזונגען נגוני ימים נוראים.

די זמירות האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגינו כי חוק לישראל הוא משפט לאלקי יעקב" און געטייטשט, חק איז לשני דמזוני, שופר איז משפיע פרנסה, 'עלה אלוקים בתרועה ה' בקול שופר'. די צוויי שמות אלוקים און די שם הוי' זענען בגימטריא די שם יב"ק וואס איז אויך גימטריא געלט. דער רבי שליט''א האט דערציילט א מעשה ביים רבין פון לובלין זי"ע וואס האט משפיע געווען מיט זיין תקיעת שופר א גרויסע שפע פון פרנסה, און געוואונטשן אז עס וועט קומען א יאהר מיט גרויס שפע מיט ברכות לרוב.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס. מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.

רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן "א גוטע וואך א גוט יאהר", מען האט געענדיגט 9:10.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

יהי"ר מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס. די תפילות זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון. מען זאל זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:40.

רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה. בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק'.

גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות וזכרונות, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטריאל), הרה"ח ר' קאפל שעהנברוין הי"ו, הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם לעבאוויטש הי"ו (וומסב"ג).

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו. שמו"ע האט דער רבי שליט''א געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ. מען האט געענדיגט ארום 6:25.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די בחורים אייניקליך פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע. דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען די זמירות. ברהמ"ז הבחור אלעזר בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א.

נאך די סעודה איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגן אין ביהמ"ד. ביים זמן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מערבית. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, נאך מעריב איז דער רבי שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר".

ארום 11:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות. דער רבי שליט"א האט אנגעטוהן א נייע בעקיטשע לכבוד שהחיינו. הגבהות הכוס לקידוש הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק'.

אויפן טיש איז געווען טעצער פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די  פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די טייטלען פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לה' הארץ ומלואה' און געטייטשט אז מען בלאזט שופר ראש השנה ווייל עס איז א יום המלוכה. אויבן אין הימל איז אויך דא תקיעת שופר, אבער ביים באשעפער איז מער חשוב די תקיעת פון די וועלט, ווייל עס איז יותר נתרבה כבוד שמים פון בעלי בחירה וואס האבן א יצר הרע.

ברכהמ"ז: ר' מענדל גראס שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ארום 8:10 אין ביהמ"ד.

פסוקי דזמרה: הר"ר יואל ב"ר שלמה ווערצבערגער שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו הק', שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יצחק קויפמאן שליט"א, און הרה"ג ר' יוסף משה פארגעס שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' איתמר טובי ווידער שליט"א.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטלמאן הי''ו (בארא פארק), חמישי: רבינו שליט"א. הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט 12:40

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום תרועה יהיה לכם

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ארום 8:15 אין ביהמ"ד. רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בבכיות נוראות. דער קול בוכים האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד ביי די תפילות, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי'. עס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.

פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים, שחרית: הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א און הרה"ג ר' ארי אשר אינדיג שליט"א מדייני קהלתינו הק'. פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד איהעל פון בארא פארק.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.

עליות. כהן: אב"ד איהעל ב"פ שליט"א, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יהודה ווייס הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגאנדע בעלי שמחה:
ר' משה דוד ניימאן הי"ו.
ר' שמעון שווארץ הי"ו.
ר' חיים יקותיאל כ''ץ הי"ו.
ר' אברהם שמעון וויעדער הי"ו.

הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' חיים אהרן קליין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה כץ הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן, גלילה: הרה"ח ר' שמעון שווארץ הי"ו. מען האט געענדיגט 12:20.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און אונטער די קיטל א ווייסע קאפטן. דער רבי שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק "אשרי העם יודעי תרועה", אז ס'איז דא צוויי אופנים ווי אזוי דער באשעפער איז מעורר לתשובה, איינס איז דורך שיקן א מלך קשה כהמן, און דער צווייטע וועג איז דורך אריין שיקן א רוח טהרה ביי אידישע קינדער, אז מען איז עוסק בתורה איז מען זוכה צו נתעורר ווערן דורך א קריאה של חיבה. רבינו שליט''א האט מיט בכיות נוראות ממשיך געווען עס איז אדורך א יאהר ווי מ'האט נעכטן דערמאנט ויהי איז א לשון צער, ס'איז אדורך א שווער יאר. מען בעהט ביים הייליגן באשעפער השיבנו ה' אליך ונשיבה, זיי אונז מעורר צו תשובה דורך אריינשיקן א רוח טהרה, נישט דורך א מלך קשה כהמן. דער רבי שליט''א האט נאכגעברענגט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ס'איז דא אמאל וואס דער מלך קשה כהמן העלפט נישט, נאר עס מאכט ארגער, אזוי ווי אין מצרים 'ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה'. מען האט געהאט זייער א שווער יאהר, השי"ת האט געוועקט כלל ישראל אויף א שווערן אופן. "הייליגע באשעפער שיק א רוח טהרה, וועק אויף כלל ישראל מיט מידות הרחמים. די היינטיגע דורות אויב מען איז מעורר דורך יסורים, אדרבה קען עס שאטן", ווען מען בלאזט שופר איז גנוחי גנח ילולי יליל, אידן זענען יודעים לפתות את בוראם בתרועה, מען ווערט שוין פון דעם אליינס נתעורר לתשובה.

דער רבי שליט''א האט ממשיך געווען אז ס'שטייט אין אליה רבה אז ראש השנה ווערט נתעורר די בכיה פון שרה אמינו בשעת די עקידה. פשט פון די בכיה איז, ביי די עקידה האט שרה אמינו געזעהן די צרות ישראל עד היום הזה, און איר הייליג הארץ האט עס נישט געקענט אריבערטראגן ופרחה נשמתה, רבינו שליט''א האט אויסגעשריגן בבכיות עצומות "און יעדעס יאהר בשעת תקיעת שופר וויינט שרה אמינו די מאמע פון כלל ישראל מיט מיט אלע אידישע מאמעס וואס וויינען יעדער אויף זייערע צרות" און אויסגערכנט צרות וואס אידישע קינדער דארפן געהאלפן ווערן, און דער זכות פון שרה אמינו איז מגין אויף כלל ישראל, און געוואונטשן ברכות.

נאך די דרשה האט דער רבי שליט''א געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

נאך די דרשה איז פאהרגעקומען דער ברית ביי ב"ר ברוך ארי' פויגל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' מאיר הערש גרינבוים הי"ו און הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.

2:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מן המצר. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגה"צ הדומ"ץ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.


ערב יו"ט פארטאגס ארום 5:20 איז כ''ק מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בקר"י מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און יורד געווען לפני התיבה צו אמירת סליחות 'זכור ברית'. מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

פארן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען אין שטוב פון הרה''ח ר' עמרם כהן שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די ברית ביי בן הנולד ביי הר"ר יואל שפיצער שליט"א, אויך איז פארגעקומען די ברית אין ביהמ"ד ביי ב"ר וואלף בערגער הי"ו.

ארום 10:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית. נאך תהלים האט מען געזאגט דעם יהי"ר, דערנאך האט רבינו שליט"א אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעה.

ליל יו"ט פארנאכטס ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.

נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן "מבצר הכוללים בקר"י" מיט אירע אריבער 800 לומדי הכולל. עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א, בתו"ד האט ער געמאלדן אז דער כולל וועט העכערן די תמיכה פאר די לומדים כפקודת רבינו שליט''א ביים היסטארישן שבת 'עמלי התורה'.

ביים זמן איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו מערבית.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש און געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגינו', תרועה איז גנוחי גנח ילולי יליל. דער ערשטער בעלזא רב זי"ע זאגט, אז ימלא ש'חוק פ'ינו ו'לשוננו ר'נה איז ר"ת שופר, אז שופר איז מיט שמחה. מען בלאזט צוויי מאל שופר, תקיעת דמיושב און תקיעת דמעומד. די ערשטע מאהל בלאזט מען לעורר לתשובה, און די צווייטער מאהל בלאזט מען אויף די שמחה אז מען האט מקיים געווען די מצוה פון תשובה. דער חתם סופר ז"ל זאגט 'ויהי' איז א לשון צער און 'והיה' איז א לשון שמחה. 'ויהי' איז די עבר 'והיה' איז די עתיד. ווען מען קוקט ווי אזוי די יאהר איז אדורך, איז א לשון צער. "זייער א שווער יאהר איז אדורך, זייער שווערע פאסירונגען פאר כלל ישראל". מען קוקט אבער 'והיה א לשון עתיד' וואס וועט זיין, איז א לשון שמחה. "עס וועט קומען א גוט יאהר פאר כלל ישראל, א לעכטיגע יאהר, א פרייליכע יאר". פאר דעם בלאזט מען צוויי מאהל, דאס ערשטע מאהל בלאזט מען גנוחי גנח ילולי יליל, אויפן יאהר וואס איז אריבער תכלה שנה וקללותיה. דער צווייטער מאהל בלאזט מען צו ווייזן שמחה וביום שמחתכם ובמועדיכם אויפן יאהר וואס קומט "תחל שנה וברכותיה", דאס איז תקעו בחודש שופר בכסה ליום חגינו, חג איז א יו"ט בשמחה.

רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכת כללית וברכת פרטית פאר אנ"ש און פאר כלל ישראל און א ברכה פאר יעדן יחיד "לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום", און געזאגט תשפ"ב איז בגימטריא "קבל רנת", הקב"ה וועט צוהערן די תפילות פון כלל ישראל, 'תחל שנה וברכותיה' ס'קומט א גוט יאר פאר כלל ישראל, און ווייטער געוואונטשן ברכות לרוב און מסיים געווען א גוט יו''ט און א גוט יאר. ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן.


נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות. נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.

מען האט אריינגעברענגט ראש כבש פון די כבשים של מצוה וואס רבינו שליט"א האט מקיים געווען מצות ראשית הגז פארגאנגענעם יו''ט פסח, דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב. ביי די לחיים האט רבינו שליט"א געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.

מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' אלי שאול כ''ץ הי"ו (בארא פארק).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויף לדוד מזמור און געטייטשט עס איז דא א מחלוקה פון די צדיקים וואס עס קומט קודם, גשמיות אדער רוחניות? מען בלאזט שופר צוויי תקיעות איינס איז אויף גשמיות און איינס אויף רוחניות, און גשמיות קומט קודם, און מסיים געווען מיט ברכות.

ברכהמ"ז: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן), מען האט געענדיגט 1:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגג' תשרי תשפ"ב9/9/2021

ווידיאו
דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים סיום עריכת שלחן הטהור מוצאי ראש השנה בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג