בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגכ' תשרי תשפ"ב9/26/2021

באריכט
ליל הושענא רבא

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום ערשלה"ט אושפיזא דדוד מלכא משיחא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ביז געציילטע מינוטן וועט כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אריינקומען צו קריאת משנה תורה בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מאפע פאר די צווייטע טעג יו''ט בצל הקודש אין קרית יואל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סדר וזמנים פון הושענא רבה און ימים האחרונים של חג הסוכות במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
סדר אנווייזונגען און אינפארמאציע "להו''ר שמ''ע שמח''ת תשפ''ב" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 סדר און אנווייזונגען להו''ר שמ''ע שמח''ת תשפ''ב387 KB
באריכט
המשך באריכט שב"ק חוה"מ סוכות אושפיזא דאהרן כהנא קדישא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים


נאכן דאווענען האט זיך רבינו שליטא משתתף געווען ביים שמחת 'הקידושא רבא' פון נכדת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בת הנולד להרב חיים מייזליש בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א חתן הרה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר"י, וואס איז פארגעקומען אינעם סוכה שע"י ביהמ"ד צאנז קרית יואל.

ויקרא שמה בישראל פעסיל לאה נאך הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתה הטהורה פון רביה"ק הברך משה זי"ע.

רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש, מען האט געזינגן ניגוני שמחה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געווינטשן די זיידעס און די בעל שמחה און דעם גאנצן ציבור.

רעוא דרעוין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:25. מנחה: הרה"ח ר' ישראל שפיטצער, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלימלך הכהן דייטש הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יקותיאל הערש ווייס הי"ו (מאנטריאל), שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב"ג), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הר"ר פנחס הערש רייך שליט"א.

נאך מנחה איז רבינו שליט"א אריין אינעם סוכה הגדולה צו של"ש.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "בהעלותך את הנרות - להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" און געטייטשט אז אהרן הכהן האט משפיע געווען גשמיות און רוחניות פאר יעדעם לפי בחינתו, פאר די בני עליה קודם רוחניות און פאר די פשוטי עם קודם גשמיות. די סוכה איז אויך משפיע גשמיות און רוחניות און קודם איז עס משפיע השפעות טובות בגשמיות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב"ג). קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי''ו (וומסב"ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש האט מען געדאווענט אינעם סוכה פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.

נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטען מועד, מען האט געענדיגט 9:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק חוה"מ סוכות אושפיזא דאהרן כהנא קדישא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שמשון שווארץ הי"ו.

מען האט געענדיגט ארום 8:40, נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.

ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין מיט די תפילה, כנהוג.

רבינו שליט"א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם מיט אן אש להבה, און כנהוג געזונגען ביז מלך תמים דרכו.

אשת חיל נכד רבינו הבחור ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א.

הגבאות הכוס לקידוש: חדב"ן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די שבת'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעל קוגלן און מעדנים פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי שליט"א האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "בהעלותך את הנרות - להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" און געטייטשט אז דורך דעם וואס מען איז מקיים מצוות החכמים באקומט מען שכר אויף דעי וועלט, און אויף מצוות החכמים איז נישט דא קיין בעל תוסיף.

קה אכסוף: הגה"צ ר' אברהם עקשטיין שליט"א אב"ד בונעס איירעס וומסב"ג, ברכהמ"ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק בעל קול ארי' זי"ע, וואס די הילולא געפאלט דאנערשטאג אסרו חג.

קה רבון עלם: נכדו הרב ליפא ט"ב (י"ם) בן הגה"צ ר' ברוך שליט"א, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א מדייני קהלתינו, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת קודש

רבינו שליט"א איז מעביר סדרה פרשת וזאת הברכה שב"ק חוה"מ, און זאגט אז מען קען אויך מעביר סדרה זיין שמחת תורה.

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו

ביי וכרות האט רבינו שליט"א פארגעזאגט פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות לשבת פסוק בפסוק, פתיחה להושענות: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאכדעם האט מען געזאגט מגילות קהלת כנהוג.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב"ג), און הרה"ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי"ו.

פסוקי שמע ישראל: הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' משה חיים קאהן הי"ו (ב"פ), לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג). שלישי: הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו, רביעי: בעל ברית הרה"ח ר' יואל בר"א סימאן הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן), שישי: רבינו שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו (ב"פ), גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב פיש הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב ברמ"א פריינד הי"ו (לאנדאן).

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטעלמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ברוך גאטליעב הי"ו (וומסב"ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית ביי בן הנולד לר' יואל סימאן הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ח תשרי תשפ"ב9/24/2021

ווידיאו
ושמחת בחגיך והיית אך שמח

שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות היינט ליל אושפיזא דמשה בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, בהשתתפות פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ז תשרי תשפ"ב9/23/2021

באריכט
מוצאי יו"ט - ליל א' דחוה"מ - אושפיזא דיעקב שלימתא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן לכבוד די אושפיזא ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 11:30.

נאכ'ן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יום טוב פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען ווי פאלגענד:
הרה"ג ר' חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א אב"ד דינוב מאנסי ור"מ בישיבתינו הק'.
הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

רבינו שליטא האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" און געטייטשט אז דורך די ד מינים קען מען צוקומען צו תשובה מאהבה.

ביים סוף פון די דב"ק האט רבינו שליט"א מעורר געווען איבער דעם מנהג וואס ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי ווי רביה"ק הברך משה זי''ע האט זיך געפירט צו קויפן פאר די בחורים און קינדער א אייגענע ד' מינים זאל מען נזהר זיין נאר קויפן אויב עס איז כשר לכתחילה און נישט זוכן צו קויפן פאר ביליג, אז נישט קען עס ח"ו זיין יצא שכרו בהפסדו.

(מען קען הערן די דב"ק ביי די פריערדיגע מעלדונגען)

ברהמ"ז: הגה"צ אב"ד קהלתינו וומסב"ג שליט"א. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 1:10.

יום א' דחוה"מ

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י ארום 10:05. בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא חתן הגה"צ ר' ברוך שליט"א חדב"ן, לוי: הרה"ג ר' יוסף משה אונגאר שליט"א (מאנסי), שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב"ד חמעלניק מאנסי, רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך, גלילה: הרה"ח ר' ציון עבדי' מאסרי הי"ו.

מוסף: הגה"צ אב"ד קהלתינו וומסב"ג שליט"א.

נאכמיטאג איז ארויסגעקומען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א אויף א ביקור חג ביי רבינו שליט"א אין די פריוואטע סוכה שע"י ביתו נאוה קודש. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני החג, דערנאך האט אים רבינו שליט"א ארויסבאגלייט ביז די גאס.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע ברכות קודש דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה דקהלתינו הק' אין שיכון.

אויך האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען הגאון הצדיק גאב"ד פריימאן שליט"א וועלכער איז נארוואס אהיים געקומען פון שפיטאל און ערהוילט זיך פון א עקסידענט ה"י, דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אין זיין מצב הבריאות און האט אים דערביי געוואונטשן א ברכת רפואה שלימה, אריכת ימים ושנים וגמח"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
היינט נאכט אושפיזא דמשה רעיא מהימנא איז פאהרגעקומען די גרויסארטיגע שמחת בית השואבה שע''י קהלתינו הקדושה אין בני ברק, אינעם סוכה וואס איז געבויעט געווארן הארט נעבן דעם בית המדרש הגדול. עס זענען געהערט געווארן דברי תורה לכבוד היום והאושפיזא ע''י רבני קהילתינו הקדושה. דער קלימאקס פונעם מעמד איז געווען ווען כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א האט גערעדט צו די בני הקהילה טעלעפאניש דורך א הוק-אפ און דערביי געוואונטשן ברכת קדשו לרגל החג.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ליל ב' דיו"ט

ביים זמן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר ברוך עקשטיין שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 8:40. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען וואונטשן גוט יו"ט.

ארום 11:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דיצחק' בסוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין.

הגבהות הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זונגען די פיוט, הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, מנהל ישיבה גדולה סניף ויואל משה, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט תורה אויפן פסוק "וירח את ריח בגדיו ויברכהו" און געטייטשט אז דורך ושמחתם לפני ה' אלוקיכם שבעת ימים איז מען זוכה אז די תשובה פון ראש השנה ויו"כ ווערט נתקבל לרחמים ולרצון.

ברהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הבחור יצחק אייזיק בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.

נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 1:05.

דעם צווייטע טאג יו"ט אינדערפרי ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב"ג).

צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען און געדאווענט בהשתפכות הנפש. רבינו שליט''א האט מאריך געווען בעבודת הקודש פון די נענועים בדביקת וברגש קודש. נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א און הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מדייני קהלתינו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מדייני קהלתינו.

עליות. כהן: הרב נחמן כהנא שליט''א, לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א, רביעי: בעל ברית ר' חיים ב"ר דוד אהרן לאנדא הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.

הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו, מפטיר: הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' אנשיל ליכטענטשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ג ר' הערשל פריעד שליט"א (וומסב"ג).

מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אברהם קויפמאן שליט"א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די בריתן ביי בן הנולד לר' חיים ב"ר דוד אהרן לאנדא הי"ו, און ביי בן הנולד לר' ליפא ב"ר פנחס בראך הי"ו. ס'איז שוין געווען נאך 2 אזייגער ווען רבינו שליט"א איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן בעלי אושפיזין געברענגט קוגלען. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

ברהמ"ז האט רבינו שליט"א מכבד געווען נכדו הרב ליפא טייטלבוים (י"ם) בן הגה"צ ר' ברוך שליט"א.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר"ר נפתלי הירצקא בן הגרמ"א פריעדמאן שליט"א.

נאכן זמן איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.

נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין אין די סוכה הגדולה און געמאכט הבדלה. נאך הבדלה איז מען אריבער א גוטן מועד זאגן, נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אריבערגעגאנגן אויף א ביקור חולים ביי הרה"ח ר' נח גפן הי"ו שו"ב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל

ערב יו"ט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר.

פארנאכטס ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' דוד ב"ר מענדל עקשטיין שליט"א. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט יו"ט זאגן.

ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם' בסוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין מיט די תפילה, כנהוג.

הגבהות הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים (ב"פ), בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און עטליכע האבן געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זינגען דעם פיוט, הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, און דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט תורה אויפן פסוק "ואברהם זקן בא בימים" און געטייטשט אז דורך די ענני הכבוד האבן די אידן זוכה געווען צו טועם זיין מעין עולם הבא, ממילא איז עס מינו ידוע, די זעלבע איז דורך מצות סוכה קען מען זוכה זיין מרגיש צו זיין מעין עולם הבא.

בערך 12:45 האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט ברהמ"ז הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו

את יום חג הסוכות הזה זמן שמחתינו

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אין זיין פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטערע מייחד געווען סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד צו קענען אתרוג בענטשן

ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א.

צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד בהשתפכות הנפש און מאריך געווען בעבודת הקודש, ספעציעל האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די נענועים בדביקת וברגש קודש. נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' שמואל דוד גאנדל שליט"א און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו (וומסב"ג), שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' אהרן וויינשטאק הי"ו.

מיט הגבה וגלילה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרב ליפא טייטלבוים (י"ם) בן הגה"צ ר' ברוך שליט"א, גלילה: הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' משה אייזדאפער הי"ו (וומסב"ג), הגבה דעם צווייטן ספר: הרב דוד טייטלבוים (ב"פ) בן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, גלילה: הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א.

מוסף: הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי אשר שטעסל הי"ו, ס'איז שוין געווען נאך 2 אזייגער ווען רבינו שליט"א איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ביי די מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט, נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א, ברהמ"ז: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

נאכמיטאג ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' שרגא גאנדל הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
מעמד באר חפרוה שרים תורה'דיגע פאנעל און לעבעדיגע פארשטעלונג, אלעס ארום בויען א מקוה כהלכה, פארגעקומען היינט א' דחוה"מ בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
פריסת שלום וברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אנשי שלומינו אין בני ברק, ביי די סעודת אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ושמחת בית השואבה, אין די סוכה הגדולה דקהלתינו הק' אין שיכון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 1:50⬇ אראפנעמען 829 KB
פייל
מעמד באר חפרוה שרים אלעס ארום בויען א מקוה כהלכה, היינט א' דחוה"מ בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 בראשור מקוה HA - 8 PGR17.7 MB
מודעה
רחמנא אדכר לן זכותה דמשה רעיא מהימנא, רחמנא אדכר לן זכותה דאהרן כהנא קדישא

בקרב קהלתינו הק' בבני ברק וועלן זיך אנ''ש צוזאמנעמען היינט נאכט ליל אושפיזא דמשה צו שמחת בית השואבה בסוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול ווי מען וועט האבן די זכיה צו הערן דברי אלוקים חיים פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א דורך א לייוו הוק-אפ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א יעצט ביים עריכת שלחן הטהור אושפיזא דיעקב בסוכה הגדולה שע''י בית מדרשינו הגדול בקרית יואל, ווי רבינו שליט''א האט מעורר געווען איבער די מנהג צו קויפן פאר די בחורים און קינדער א אייגענע ד' מינים זאל מען נאר קויפן אויב עס איז כשר לכתחילה אז נישט איז עס יצא שכרו בהפסדו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 14:29⬇ אראפנעמען 3.7 MB
ווייז פריערדיגע טעג