בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday4 Kislev 578111/20/2020

News
לקראת שבת לכו ונלכה!
סדר וזמנים פונעם גאר היסטארישען "שבת עמלי תורה" פאר די אריבער 1,000 'עלטערע' לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און קנאדא בצל הקודש פון עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק 'נשיא הכוללים' שליט"א
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון!
News
נאכן דאווענען איז די רבי ארויף איאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פוקד זיין די ציונים הק' פון רבותינו הקדושים זי"ע איינצוליידענען צום שמחת החתונה בחצרות קדשינו, ביים אנקומען האט די רבי געמאכט די ברכה, און געצינדן ליכט ביי די ציונים הק' און ביי אמו הרבנית הצדיקת ע"ה, מען האט געזאגט די תהילים פון צ' ביז ק"ז כנהוג, די רבי האט געזאגט קדיש, בשעת ווען די רבי האט געליינט די קוויטלך האט מען געזינגן נגוני התעוררות, דערנאך האט זיך די רבי אנגעלאנט אויף די ציונים הק' און מתפלל געווען א לענגערע תפילה.
News
נעכטן דאנערשטאג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געדאווענט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים ב"ר בנימין זאב שווארץ -ק"י
ובן הר"ר חיים יחזקאל ווצ"ב -ק"י
וב"ר שלמה הערש עקשטיין -ק"י
וב"ר יצחק דוד לאנדא -וומ"ס

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכענטליכע סוגיא שיעור אין די שיעורי הישיבה מס' שבועות מג:,
News
נעכטן דאנערשטאג איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר שמחה פעלבערבוים -ק"י
Photos · 12
סעודת שלושים פונעם אימפארגעסליכע ראה"ק ר' מאיר זעליג ז"ל -פארגאנגענעם מוצ"ש אין בית רחל בנין ריספלער אין וומ"ס מיט די השתתפות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
Photos · 6
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים שבע ברכות פון א אייניקיל ביי הרה"ח ר' הערשל שפיץ -בעל אכסניא פון רבי'ן אין פאלם ספרינגס -פארגאנגענעם דינסטאג וירא
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דעם שבת קומט פאר די שבת עלי לתורה בחצרות קדשינו פון די כלה אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בת לחדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א בן הגה"צ גאב"ד סיגעט שליט"א מיט החתן בן הגה"צ אב"ד קאלוב-ב"פ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א חתן כ"ק גאב"ד זכרון מאיר שליט"א, קומט פאר אין ביהמד קאלוב אין בארא פארק
שישו ושמחו בשמחת רבינו
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דעם שבת קומט פאר די עלי' לתורה פאר החתן איר אייניקיל ביי רבינו הקוה"ט זי"ע אייניקיל ביי חדב"ן כ"ק גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א בן לבנו הרה"ג ר' אהרן מייזליש חתן הגה"צ אב"ד ור"י אלכסנדר שליט"א מיט די כלה בת הגה"צ דומ"ץ דינוב שליט"א בן האדמו"ר מדינוב שליט"א חתן האדמו"ר מסטריזוב שליט"א, קומט פאר אין ביהמ"ד תפארת שמואל אלכסנדר אין בארא פארק
שישו ושמחו בשמחת רבינו הק' זי"ע
News
נעכטן דאנערשטאג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר ליפא סאמעט -ק"י ר' מיכל פריעדמאן -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' יודא אשר ראטבארט -מאנטריאל ר' יחיאל מיכל הערמאן -ק"י באולם בית רחל פאראדייס
News
נעכטן דאנערשטאג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' חיים מאיר ווייס -ק"י ר' געציל פרענקל -ק"י

Thursday3 Kislev 578111/19/2020

Report
אנ"ש איבער די גארער וועלט פאלגן נאך מיט התרגשות די גאר היסטארישע "שבת עמלי תורה" פאר לומדי כוללינו בראשות מלכינו ומדריכינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
שטייענדיג 60 יאר פון ווינטער תשכ"ג ווען מייסד קהלתינו הק' מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט מייסד געווען דעם ערשטן כולל 'כולל תורה ויראה' מיט אירע 5 לומדים, שטיימיר היינט 60 יאר שפעטער ווען די מעכטיגע נעץ פון "כוללי קהלתינו הק' ציילט זיך מיט טויזענטער לומדים כן ירבו", וועלן זיך די אריבער 1,000 עלטערע חברי הכולל פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדע, זיך צוזאם קומען אינאיינעם און אפגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן ששם חלקינו מיושבי ביהמ"ד און זיך מחזק זיין צו שטייגן בתורה ויראה און ווייטער זיין פון די "עמלי תורה"
די שבת פארשפרעכט צו זיין א "שבת מעין עולם הבא" 'געהויבענע תפילות', 'הייליגע טישן', 'ווארימע דרשות', בדברי חיזוק והדרכה דורכן נשיא הכוללים כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, און נאך מערערע מגידים.
עקסטער שיינט ארויס די מעמדים וואס וועלן פארקומען ער"ש ווען די חברי הכולל וועלן זיך צוזאמקומען לויט די עלטער אינאיינעם מיט די ראשי הכוללים און הערן פולע תשובת אויף די שאלות וואס איז אריינגעגעבן געווארן און די לעצטערס וואכן

"ווי אויך די 'כינוס יושבי האוהל' פאר די עלטער ת"ח וועלעכע זיצן שוין אין כולל אסאך יארן ווי עס וועט געהערט ווערן א שטארקע שמועס פון זקן ויושב בישיבה הגאון רבי אלי בער וואכטפויגל ר"י זכרון משה, און א דרשה פון הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן וראה"כ בקרית יואל, און א דרשה פון הגה"צ יעקב יוסף וואזנער שליט"א ראה"כ במאנטריאל.
במשך פון די שבת וועט אויך געהערט ווערן דרשות פון הרבנים הגוה"צ מגידים מפורסמים און שפיץ פון מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, און פון הגה"צ נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוומ"ס ורב דביהמ"ד ברך משה, הרה"ג בערל גורעלניק שליט"א, הרה"ג פנחס כף שליט"א רב דביהמ"ד אוהל צבי, הרה"ג יחזקאל ווייס שליט"א ר"י אור תורה, הרה"ג המשפיע ר' אהרן וויינבערג שליט"א, הרה"ג המשפיע ר' דוד הירשפעלד שליט"א פון ירושלים.

אזוי אויך וועט במשכ'ן שבת זיין צוגעשטעלט א הערליכן "היכל התורה" צו קענען עוסק זיין בתורה בהרחבת הדעת, אויך איז אויפגעשטעלט געווארן אן "אוצר כינוס סופרים" ווי עס איז אריינגעשטעלט געווארן צענדליגע ספרים אויף די נושא פון לימוד התורה, אזוי אויך חיבורים וקונטריסים וואס די לומדי הכולל האבן געשריבן במשך די יארן, וספרי רבותינו הק'.
'באו ונצא לקראת שבת מלכתא'
נדובי בעם וואס ווילן האבן א חלק און דעם דערהויבענעם שבת און אפקויפן איינע פון די מעמדים זאל זיך פארבינדן צו די מסדרי השבת אויף 845-500-0257
די סדר השבת וועט נאכפאלגן,
"לקראת שבת לכו ונלכה"
News
נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין מאנסי ווי די רבי האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם ביהמ"ד "דברי יואל" דקהלתינו הק' -מאנסי און זיך אומגעקיקט אינעם ביהמ"ד און ביי די בוי ארבעט, און באגלייטונג פון די ראשי הקהלה.

שפעטער האט זיך די רבי באטייליגט ביים סעודת החתונה פון א אייניקיל ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר ממרכז וויזניץ שליט"א די רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מיטן שוואגער מרכז וויזניצע רבי, און מיט די מחותנים, און געווינטשען לחיים וברכות קדשו.
Show earlier days