ליל שבת קודש וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אריין קומען צום עריכת שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא בהיכל השולחנות אום 8:20.
שמחת בית צדיקים
שבת קודש אינדערפרי וועט פארקומען די שמחת הקידושא רבא פון א אייניקל ביי רביה''ק בעל ברך משה זי''ע בת הנולד אצל הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א, אין 'חדר דוד' בביהמ"ד הגדול, בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א.
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמחה ישראל לאנדא הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שמעון סאנדער הי"ו.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ארום 6:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב פארן דאווענען האט דער רבי אנגעצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון דו"ז הגה''ק משינאווא זיע''א.
ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' אין קרית יואל ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יארצייט פון מרן הרה"ק משינאווא זיע"א, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בבארא פארק.
רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צו די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש און נאך די זיפ האט דער רבי געוואונטשן ''לחיים, זכותו יגן עלינו''.
רבינו שליט''א האט מכבד געווען דעם ראש הישיבה הגה''צ ציעשנובער רב שליט"א אויפצוטרעטן און דערציילן סיפורים פונעם בעל הילולא.
נאך די פלייש האט רבינו שליט''א משמיע געווען א לענגערע צייט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד ציעשנוב שליט''א.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכות קדשו.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם ראש ישיבה ציעשנובער רב שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 8:30.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' דוד יודא זילבערשטיין הי"ו - ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו.
סעודת הילולא פון הגה"ק משינאווא זיע"א בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה ד'סאטמאר בארא פארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
יעצט פארנאכטס ליל הילולא קדישא פון הרה"ק משינאווא זיע"א וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מאריך זיין שלחנו הטהור לרגל ההילולא, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בבארא פארק, בבנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ויגש שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא בענין: חומרת צום העשירי, יום עשרה בטבת מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן לבן הנולד לר' גרשון אקער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. ולבן הנולד לר' יעקב יחזקי' גאנדל הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם עג'מי הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יושע הערש פריינד הי''ו - ר' דוד יודא קאהן הי''ו, באולם כינור דוד. ר' יואל בר''ש ראזענפעלדהי''ו - ר' חיים מרדכי שניצער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.