כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א יעצט אין וומסב''ג ביי ניחום אבלים בײ הרה''ח ר' לייבוש וויינפעלד הי''ו ע''פ אחיו ע''ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
מאנטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הירצקא שווארץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר ווייס הי"ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים, ר' יואל בר''מ קליין הי''ו - ר' בעריש שטערן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס, דערנאך האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די מחותנים ר' שמואל הכהן שעהנברוין הי"ו - ר' אברהם יושע גפן הי"ו.
ארום 8:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק מפאר זיין ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל, החתן בן הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.
ביים אנקומען אין בארא פארק האט זיך רבינו שליט''א קודם משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות בבית הרבני הנגיד ר' אברהם יושע לעוו הי''ו - נכד רביה''ק העצי חיים זצוק"ל דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און די זיידעס און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הנגיד ר' יעקב ברוינער הי''ו, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויף א זכות וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הרבני הנגיד הנכבד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויפ'ן זכות אדיר פונעם ''שם הבנין'' פון די מקוה טהרה אין קרית יואל פאר'ן פאנטאסטישע סומע פון אריבער דריי מיליאן דאלאר, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס, און דערנאך האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן און פאר די גאנצע משפחה.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום ביהמ''ד הגדול דק"ק באבוב אין בארא פארק צו מפאר זיין די שמחת החתונה בחצרות קדשינו פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פאר האדמו''ר מבאבוב שליט''א ולעומתו ברוך יאמר ש"ב דער באבוב'ער רב שליט"א מיט א נאנטע ידידות, און דערנאך פאר די איבריגע מחותנים און זיידעס. רבינו שליט"א האט דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט ש"ב האדמו''ר מבאבוב שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט'ן מחול לצדיקים מיט די איבעריגע מחותנים און זיידעס.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א מפאר כבוד ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל אין ביהמ''ד הגדול באבוב אין בארא פארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגט"ז טבת תשפ"ב12/20/2021
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א.
די שמחת החתונה קומט פאר בביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק, ווי דער גרויסער פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט זיך משתתף זיין און מפאר זיין בראש השמחה.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
חגיגת 'יובל חמשה עשר', אינאיינעם מיט'ן דינער 'להגדיל תורה', לטובת כולל ברך משה דקהלתינו הק' במאנסי יצ"ו, מיט אירע נאנט צו 200 לומדי הכולל, דעם מוצש''ק העעל"ט, אין די זאלן פון אטריום פלאזא, בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כינוס חברים וידידים פאר צעירי אברכי אנ''ש בארא פארק יצ"ו, דעם מוצש''ק ויחי העעל"ט, דורך התאחדות אברכים דקהלתינו הק' ב"פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברא''ה בערקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר ישראל יצחק ליסטיגמאן הי"ו. ב"ר יואל יאקאבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ט'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יצחק בערנאטה הי"ו - ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו, באולם כינור דוד. ר' מענדל הירש הי''ו - ר' אברהם אויש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' יונה ווייס הי"ו - ר' שאול נח ניימאן הי"ו. ר' ישראל אהרן כ''ץ הי"ו - ר' יעקב מרדכי טייטלבוים הי"ו.
ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגט"ו טבת תשפ"ב12/19/2021
אוידיאו
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, נעכטן ביים חגיגת 'יובל חמשה עשר', אינאיינעם מיט'ן דינער 'להגדיל תורה', לטובת כולל ברך משה דקהלתינו הק' במאנסי, אין די זאלן פון אטריום פלאזא.
ארום 10:35 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון אטריום פלאזא אין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די חגיגת יובל חמשה עשר פון כולל ברך משה דקהלתינו הק' במאנסי אינאיינעם מיט'ן דינער להגדיל תורה לטובת די כולל מיט אירע נאנט צו 200 לומדי הכולל, דערביי האט הרה''ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט''א צוגענדיגט זיין דרשה אלס נואם הכבוד, דערנאך האבן אויפגעטרעטן דער ראה''כ הרה''ג ר' אהרן איזריעל שליט''א, און הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א . רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ''ויברכם ביום ההוא לאמר בך יברך ישראל ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה'' און ארומגערעדט בשבח פון די לומדי תורה און פון די מחזיקי התורה, דערנאך האט זיך דער רבי באצויגן אויף די דרשה ביים אסיפת העיר קרית יואל והגלילות זאגענדיג אז עס איז די געשפרעך פון טאג דאס וואס מען האט גערעדט בנוגע מאנסי, און זיך אויסגעדריקט אז 'יא עס איז דא צוויי סארט מאנסי'ס' עס איז דא א דערהויבענע מאנסי און עס איז דא א שוואכע מאנסי, ברוך ה' אז דער קהילה, מוסדות, ישיבה, און דער כולל וואס איז די יסוד פון די קהילה זענען ב''ה אויסגעשטיגן לשם ולתפארת און די דערהויבענע מאנסי, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' במאנסי פונעם ביהמ''ד, די מוסדות הק' און דער כולל, און די זעלבע צייט אויפגעפאדערט פון די הנהלת הקהילה והמוסדות צו פארופען אן אסיפת הורים פון אלע עלטערן וואס האבן קינדער דא אין די מוסדות, און אוועקשטעלן די יסודות און פארזיכערן אז נאר דעי וואס שטעלן זיך צו אלע תקנות ווערן געהאלטן אין די מוסדות, און צוגענדיגט מיט א ברכה פאר די בני הכולל ובפרט פארן ראה''כ און פארן רב שליט''א ולכל הקהל הקודש.
נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די עסקנים ונדיבי בעם. מען האט געענדיגט 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הר''ר יואל בר''ע הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (וומסב''ג), כהן: הר''ר משה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט''א, שלישי: הרה''ח ר' יעקב גוטמאן הי''ו (בארא פארק), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו ואגידה לכם'' און געטייטשט אז די טעג פון די ימי השובבי''ם וואס דער אר''י הקדוש האט אונז מגלה געווען אז עס איז מסוגל אויף תשובה ותיקון המעשים בעניני קדושה, אפילו דער חומר הענין איז אזוי גרויס אבער תשובה מיט תפילה העלפט אויף אלעם, אפילו אויב ס'איז געווען פארשלאסן דאס מויל מחמת כובד העוונות, באקומט מען סייעתא דשמיא, הקב''ה כביכול דאווענט מיט מען דארף זיך נאר נעמען דאווענען בתפלה ותחנונים פארן בוכ''ע. און מסיים געווען מיט שטארקע דברי התעוררות לימי השובבי''ם לתשובה ולתיקון המעשים בפרט באמירת תהילים.
ידיד נפש: הרה''ג ר' דוד נתן ראזענבערגער שליט''א אב''ד גמזו, קל מסתתר: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
שב"ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוען די שטריימל פאר החתן חיים ב''ר אשר יצחק ווידער הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה''צ ר' אהרן קאהן שליט''א ראש ישיבת תוא''י בן כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי''ו (ירושלים).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואני בבאו מפדן" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה''ח ר' ישראל שפיצער הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י .
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האריה דבי עילאי זי''ע, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י''ז טבת. קה רבון עלם: הרה''ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט''א מו''ץ ביהמ''ד בית מרדכי דקהלתינו הק' בקר''י. די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען דער שלום זכר ביי ר' הירצקא בר''מ שווארץ הי''ו, און ביי ר' יואל צבי הירשפעלד הי''ו. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אפרים גוטמאן הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 11:20.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף חיים ווייס הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים הי''ו.
עליות. כהן: החתן ב''ר בנימין זאב שווארץ הי''ו, לוי: החתן בן הרה''ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט''א - באווארפן, שלישי: החתן ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר עקיבא געשטעטנער הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר אשר יצחק ווידער הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' בנציון ברמ''ב כ''ץ הי''ו. ר' פישל גאלדבערגער הי''ו. ר' משה ברוך קאליש הי''ו. ר' ליפא ברש''ל פריעד הי''ו.
שביעי: הרה''ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט''א מדייני קהלתינו, הוספה: החתן ב''ר אליעזר ראטה הי''ו, אחרון: החתן ב''ר משה כ''ץ הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' מענדל בער ווידער הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' עקיבא געשטעטנער הי''ו.
וויכטיגע אסיפה פון אלע הנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג, מיט'ן מעיאר-עלעקט עריק עדעמ'ס יר"ה, פאררופן דורך הנהלת מוסדותינו הק', אין די זאלן פון 'אולמי פרענקל' בבנין התלמוד תורה 'בנין ישעי' זאב לעוו' אויף ווייט עוועניו. ווי מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק לטובת די קהלות הקודש ומוסדות התורה אין ניו יארק סיטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
אלפי תושבי קריה נאמנה קרית יואל והגלילות במעמד רבתי אסיפת העיר ליל שישי העעל"ט בהיכלי בית המדרש הגדול בקרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשי"ד טבת תשפ"ב12/18/2021
פייל
תוכן ענינים: אסיפת העיר קרית יואל והגלילות מיד ולדורות, עלינו ועל דורותינו
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולד לנכדו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א - חדב''ן חתן הרה''ג ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם שליט''א בן הגה''צ אב''ד מנחת חינוך וראה''כ טארטיקוב שליט''א. שישו ושמחו בשמחת רבינו