בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגי"ט שבט תשפ"ב1/21/2022

באריכט
פרייטאג פר' יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יודא יואל דייטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם משה קליין הי"ו.
ב"ר שמעון יצחק גאטליב הי"ו.
ב''ר בנציון אלי' זאלדאן הי''ו.
ב''ר שמעון ישראל חיים ווערצבערגער הי''ו

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' יתרו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יצחק יעקב שניצער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל האפמאן הי"ו.
ב"ר יצחק לעווי הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:45 פארמיטאג האט זיך רבינו שליט''א באטייליגט ביים לוי' פון הב' דוב יודא ע''ה ב''ר גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי''ו, מתלמידי מוסדותינו הק' בקר''י, פארענט פון בית מדרשינו הגדול בקר''י, און דערנאך מלוה געווען די מיטה.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' עזריאל שפיצער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' ישראל מנחם ליכטנשטיין הי"ו - ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אברהם מענדל ווערטהיימער הי''ו - ר' יצחק מנחם בערגער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:45.

ביי די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור הרה''ג ר' יהודה כ''ץ שליט''א דומ''ץ קהל ויצב אברהם אוסטראליע, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די קהילה דארט און ס'איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער שחיטה אין אויסטראליע, און דער רבי האט אים ווארים געוואונטשן מברכות קדשו.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' אליעזר קליין הי"ו - ר' זלמן לייב בראך הי"ו.

ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מוסדותינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
פייל
גליון 'מגנזי המלך' גליון ל'.

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא בשבוע הבא:

הגה"ק רבי יהושע מבעלזא זצוק"ל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי יתרו תשפ''ב252 KB
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת יתרו שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא בענין:
זכו"ר את יום השבת לקדשו
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ח שבט תשפ"ב1/20/2022

באריכט
מיטוואך פר' יתרו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית בהיכל מבצר הכוללים לבן הנולד להר"ר יעקב מרדכי עקשטיין הי''ו, ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל טעללער הי"ו.
ב"ר יצחק צבי יוסף פרידריך הי"ו.
ב''ר פסח יהודא קאהן הי''ו.
ב''ר אשר אנטשיל קארפן הי''ו.
ב''ר משה אברהם טעללער הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט בחברותא מיט א בחור מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' מאיר דרוממער הי"ו - ר' יואל בר''מ אינדיג הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר שמואל אפרים גאלד שליט''א - ר' הלל כהנא הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:15.

ביי די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור הרה''ג ר' שלום לנדאו שליט''א חתן הגה''צ ר' אשר יעקב וועסטהיים זצ''ל ויו''ר מערכת הכשרות שע''י איגוד הרבנים מעיר מאנטשעסטער, ס'איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער עניני שחיטה וכשרות, רבינו שליט''א האט אים ווארים געוואונטשן מברכות קדשו און געגעבן א מתנה א ספר לב אהרן.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים הר''ר שרגא גאנדל שליט''א- ר' יונה דוד פערל הי"ו.

ארום 10:25 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ז שבט תשפ"ב1/19/2022

בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מנחם אבל זיין הרה''ח ר' מאיר משה מארקאוויטש הי''ו אין בארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים ומנהגי ישראל.

ארום 1:00 מיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאך מנחה האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די ארטיגע עסקנים און פארן רב הביהמ''ד שליט''א, ספעציעל פארן אהערשטעלן די נייע פאלם ספרינגס קאושער געשעפט צוצושטעלן כשר'ע עסן פאר די אידן וואס קומען וויילען אין פאלם ספרינגס למנוחת הנפש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א טעלעפאניש געוואונטשן ברכות מז''ט פאר הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו מנהל מוסדותינו בית שמש לרגל נישואי בתו, און אין ירושלים פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו לרגל די ברית פון או אייניקל וואס איז פארגעקומען אין ירושלים.

ארום 1:50 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש בעיר הנופש פאלם ספרינגס אויפן וועג צום ארטיגן עירפארט, אין די אויטא פון הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו. ארום 2:45 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פריוואטע פליגער פונעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענל עירפארט אויפן וועג קיין ניו יארק, די ערשטע שעות אויפן וועג האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה אין די סוגיא פון מצוות צריכות כוונה, און דערנאך פארברענגט בסיפורי צדיקים.

ברוך הבא בשם ה'

ארום 10:05 האט געלאנדעט די פליגער אין נוארק עירפארט, ווי רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב אין א פריוואטן צימער.

נאך מעריב ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה''ח ר' מאיר משה מארקאוויטש הי''ו ע''פ אמו ע''ה. פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג למעון קדשו בקרית יואל ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:30.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג - חמשה עשר בשבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ח ר' חיים האלפערט הי''ו (לאס אנדזשעלעס), כהן: הרה''ח ר' חיים יצחק שווארץ הי''ו (אנטווערפן), לוי: ר' יודא הערש בערגער (קר"י). שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' ברוך פיש הי''ו (קר''י), גלילה: הרה''ח ר' אברהם יוסף אקערמאן הי''ו (קר''י).

נאכן דאווענען האט הב' יעקב ב''ר חיים זאב פאלקאוויטש הי''ו איבערגעגעבן א תירוץ פאר רבינו שליט''א אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט איידער'ן ארויספארן אויף מנוחת הנפש, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער עניני ומנהגי חמשה עשר בשבט, און איבער די מנהגי הספרדים מרבה צו זיין בתפילות ובסגולות, און איבער דעם מנהג רבותינו הק' צו עסן פירות ביי קידוש שב''ק בייטאג.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, און איבער די רדיפות וואס די גדולי אונגארין אינדערהיים פלעגן מיטמאכן פון ראשי הקהלה און בני העיר.

נאכמיטאג איז געווען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א הרה''ג ר' משה פרץ שווארץ שליט''א אב''ד ק''ק קול אריה לעיקוואד, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בעניני הנהגת הקהילות אמאל אין דער אלטער היים און היינט.

אום 5:00 נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, נאך מנחה האט דער רבי געפראוועט א פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט טועם געווען פון די טייטלען און פון די אתרוג כנהוג, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן ציבור, און משמיע געווען דב''ק בעניני דיומא, און פארטיילט שריים, מען האט געענדיגט ארום 6:00. און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:00 אזייגער איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס און צווישן אנדערע ארומגערעדט זכרונות פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע אין בעל הארבער, און איבער די מהפיכה פון די פסול'ע מזוזות ותפילין היינט און אמאל בימי רביה''ק זי''ע.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:45 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, במיוחד פון הגה''ק בעל דברי חיים מצאנז זי''ע און הגה''ק בעל עצי חיים זי''ע.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
חלק א' פר' יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע יצ"ו

פארגאנגענע וואך האט רבינו שליט''א טעלעפאניש גערופן וואונטשן מזל טוב פאר אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א און פאר בנו הרב ר' סיני טייטלבוים שליט''א לרגל די שמחת החתונה פון בתו / נכדתו למז''ט. דאנארשטאג ביינאכט האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א וכל משפחתו וועלכע זענען געזעצן שבעה עפ''י אביהם כ''ק אדמו''ר מאלעסק זצ''ל.

מוצש''ק זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א עטליכע תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', ווי דער רבי האט געבענטשט טייטלען וואס איז אפגעשיקט געווארן פאר די תלמידי הישיבה לכבוד חמשה עשר בשבט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט"ז שבט תשפ"ב1/18/2022

נייעס
ברוך הבא בשם השם

דינסטאג פר' יתרו 10:05 פארנאכטס אין דעי מינוטען האט געלאדנט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינעם נוארק עריפארט, ווי רבינו שליט''א וועט זיך אומקערן למעון קדשו בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים עוסק זיין בתורה אויפן פריוואטן פליגער אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע 3 וואכן אויף מנוחת הנפש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

היינט דינסטאג יתרו מיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזן עיר הנופש פאלאם ספרינגס קאליפארניע נאכן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע דריי וואכן אויף מנוחת הנפש.

ארום 1:00 מיטאג וועט רבינו שליט"א אריינקומען צו תפילת מנחה אינעם ארטיגן ביהמ''ד, און נאך מנחה וועט דער רבי ארויספארן צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענל עריפארט פון ווי דער רבי וועט זיך ארויסלאזן מיט א פריוואטע פליגער, רבינו שליט''א איז ערווארטעט צו לאנדען ארום 10:00 אין ניו יארק און זיך אומקערן למעון קדשו בקרית יואל.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
בונים!! נעכטן מאנטאג איז בשעטו''מ אריין אין פולן שוואונג די פאקטישע בוי ארבייט אויפן שטח המוסדות אין מאנסי אויף טשערי לעין, אויפצובויען די פראכטפולע בנין הבית רחל החדש ''בנין ניישטאדט''.

דאס קומט נאך וואס אנ''ש האבן אויפגענומען פארגאנגענעם ערש''ק בא די בשורה מרנינה אז די ווילעדזש אוו עירמאנט האט געשאנקען פאר הנהלת מוסדותינו הק' די ענדגילטיגע בוי פערמיטן אויפצובויען די פרעכטיגע בנין הבית רחל.

און די זעלבע צייט ארבייט די הנהלת המוסדות אויף די פערמיטן פארן צווייטן גיגאנטישער בנין הבית רחל החדש און מען ערווארט די אפראוועלס אינעם נאנטן צוקונפט בס''ד.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגט"ו שבט תשפ"ב1/17/2022

בילדער · 2
ערשטע אסיפת העסקנים בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער אין בעפארברייטונג צום געהויבענעם מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין שטאט קומענדיגן שב''ק ויקהל, שבת שקלים הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אנ''ש תושבי מאנטשעסטער ואייראפע, עורו עורו לבשי בגדי תפארתך!! הנה מלכך יבא לך!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מאנטאג יתרו חמשה עשר בשבט.

הײנט נאכמיטאג אום 4:30 וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ''ד אין פאלם ספרינגס, און נאך מנחה וועט רבינו שליט"א פירן דארט א פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט, מען וועט קענען מיטהאלטן א הוק אפ אויף קול סאטמאר בעק אפ נאמבער (7:30 ניו יארקער זייגער) 339-207-8688.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הכנה דרבה צום ביקור קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער קומענדיגן שב''ק ויקהל, שבת שקלים הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג