ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית, דאס ביהמ"ד איז איז שוין געווען אריבערגעפילט מיט די שווערע הונדערטער געסט וועלכע זענען געקומען להסתופף בצל הקודש. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' יואל שרגא ברוך פערלמוטער שליט''א ר"מ בישיבתינו הק' בלאנדאן. אויפ'ן וועג ארויס נאכן דאווענען האבן פולע געסט שלום גענומען.
בבית האכסניא איז פארגעקומען אן אסיפה מיט הרה"ג רבי שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם בקהלתינו הק' בני ברק, ווי מען האט אויסגעשמועסט די גאנצע נושא פון די מזוזות פראבלעמען, און די לעזונג דערצו וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט.
אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ורמ"י ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שב"ק במחיצת הקודש, און זענען אריבער שלום נעמען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק ג'
דאנערשטאג נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי גבריאל קרויס שליט''א דומ"ץ דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ'ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער פארשידענע שאלות בעניני ברכות, דער דיין שליט''א האט געגעבן פארן רבי'ן א מתנה זיין ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן און רבינו שליט''א האט צוריקגעגעבן א מתנה ספרו לב אהרן, דערנאך האט דער דיין מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס טראץ זיינע שוואכע כוחות.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א ביקור ידידות אין שטוב פון כ''ק אדמו''ר מהורדענקא שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע שמועס און נאך פארשידענע אינטערסאנטע זכרונות מימי קדם, הורדענקא רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע שאלות אין די שטאט און ספעציעל איבער די שחיטה פון קהל מחזיקי הדת איבער אלע הידורים און חומרות, אויך האט זיך באטייליגט הרה''ג ר' מנחם סימאן שליט''א ראש השוחטים מחזיקי הדת וחבר הנהלת ישיבתינו הק' במאנטשעסטער, ער האט געוויזן פארן רבי'ן זיינע חלפים בודק צו זיין, וואס דער רבי האט זייער מפליא געווען, דערנאך האט ער געלאדענט דעם רבי'ן צו קומען אויף א באזוך אין די בית השחיטה אויף קומענדיגן מאנטאג. דער דיין האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכדעם איז דער רבי אריבערגעפארן ביים שטח פונעם בנין הישיבה החדש דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח און ווארים געווינטשן פאר די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל החדש והמפואר, צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה און איינע פון די קלאסן. דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגן אויף אלע שטאקן אין אלע קלאסן און אפיסעס און באוואונדערט די בוי ארבייט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די הנהלה און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה א פראכטפולע וויין פלאש פאר די צוויי ראשי הבית רחל הרב יואל הורוויץ שליט''א רוח החיים דקהלתינו הק' במאנטשעסטער, און הרב ליפא טאגער הי''ו, און דער רבי האט באטראכט די פלענער פון די פרישע צוויי שטאק וואס וועט צוגעבויט ווערן צום יעצטיגן בנין.
דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לביתו נאוה קודש בבית האכסניא ווי עס איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע צוויי אותיות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אים און זיין גאנצע משפחה.
שפעטער אויפדערנאכט פון ארום 7:30 איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ''ש תושבי אייראפע וואס האט זיך פארצויגן ביז אין די פריע פארטאגס שעהן אים 3:15, ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב און דאן ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ג אדר א' תשפ"ב2/24/2022
מודעהבילדער · 10
רבינו שליט''א ביים באזוכען די בניני התלמיד תורה פון אלע יארגענג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
מסיבת לחיים נאך שחרית בהיכל הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט די קרוב צו הונדערט בחורי חמד בהיכל ישיבה קטנה במוסדותינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים און פארהערן די בחורים ביים אנקומען אין ישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט''א גייענדיג צו תפילת שחרית היינט בהיכל ישיבה קטנה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
רבינו שליט"א ווערט געפירט אין די אויטא פון הרבני הנגיד מו"ה חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מנכבדי ונדבני קהלתינו הק' במאנטשעסטער יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט''א בביקור בבית הגאון רבי מרדכי דוב ווארפמאן שליט''א רב דביהמ''ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ מאנטשעסטער יצ''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
נאך בילדער פונעם באזוך בבית הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ''ו.
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה קטנה במאנטשעסטער ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די נאנט צו הונדערט בחורי הישיבה ובהשתתפות הגה"צ אבד"ק ור"מ מאנטשעסטער שליט"א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט, נאך קדיש זענען די פולע געסט מעבר לים אריבער גומל בענטשן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, עס האט זיך אויך באטייליגט הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארטקוב - בעל אכסניא של תורה פון די ישיבה, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א, און האט איבערגעגעבן א מנחת בכורים פארן רבין פון 4106 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורים אין די לעצטערע וואכן, און איבערגעגעבן א כוללת קוויטל פון אלע נעמען.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן רב שליט"א די מרביצי תורה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש צום ערשט א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים בפרט איבער די חשיבות פון די בחור'ישע יארן, לערנען בהתמדה און מיטן מח, וואס עס מיינט א ערליכע חסיד'ישע בחור, אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, זיין אפגעהוטען פון די כלים טמאים, מידת החסד, און נישט רעדן מיט תפילין, און ארויסגעברענגט קורת רוחו פון די חשובע מתנה פון די שעות רצופות פון די בחורים, און דערמאנט דעם שם טוב וואס די ישיבה טראגט, און דערנאך באגריסט אב"ד טשארטקוב בעל אכסניא פון די ישיבה, און מסיים געווען בברכות קדשו. נאך די דב''ק האט רבינו שליט"א פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים, מען האט געענדיגט ארום 1:20.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבנין התלמוד תורה, צום ערשט איז דער רבי ארויף אין אלע שטאקן און אריין אין אלע כתות פון אלע יארגענג, דער רבי האט זיך אומגעקומט מיט א גרויס קורת רוח און פאהערט די קינדער. דערנאך איז דער רבי אריין אינעם ביהמ"ד ווי עס זענען געזעהן פארזאמעלט די קינדער פון כתות ז' ח' מען האט געזונגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט תעודות פאר די קינדער וואס האבן זיך פארהערט די לימודים.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער צום דערנעבענדיגן בנין הת"ת 'בית ישעי זאב לעוו' צום ערשט איז דער רבי אריין אין די כתות פון קינדערגארטן די קינדערלעך האבן געזינגען נגונים. דערנאך איז דער רבי ארויף אין ביהמ"ד פון מכינה לישיבה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע כיתות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קורת רוח און פארהערט די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:05.
שפעטער וועט רבינו שליט"א באזוכן בבנין הישיבה החדש, און אינעם בית רחל.
און 5:30 וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון 9:00 אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לאנ''ש תושבי אייראפע.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק ב'