בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגא' אדר ב' תשפ"ב3/4/2022

בילדער · 4
אסיפה רבתי 'הדר קבלוה' פאר אלע הורי מוסדותינו הק' במאנסי בפקודת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, קומענדיגן מאנטאג פר' ויקרא באולם אטריום פלאזא בראשות רבינו שליט''א וועלכע וועט משמיע זיין די צענטראלע דב''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ב' דר''ח אדר ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הישיבה קטנה עצי חיים, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה קנין תורה במוסדותינו הק' במאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אליעזר רובינשטיין הי''ו. צו אמירת ההלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת פקודי א' דר''ח אדר ב', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל ברמ''א ניימאן הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". צו אמירת ההלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און ביים ליינען עולה געווען רביעי און דערנאך גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פונעם געהויבענעם מסע הקודש קיין מאנטשעסטער.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה לרגל די סיום הש''ס פון הבה''ח אהרן בן הרה''ג ר' זלמן לייב פילאפף שליט''א ממציוני תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן פארן בחור המסיים די מרביצי תורה און אלע בחורים.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה - סניף טשעסטער, ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל ראש חודש, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' נפתלי שנעעבאלג שליט''א ר''מ בישיבה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש והתחזקות פאר די בחורים. פארן בענטשן האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד ר''ח אדר דער ידען נפלא הרב הערשל פרידמאן הי''ו מגי''ש בישיבה, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרב שלמה לייב וויינבערגער שליט''א. ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביים נייעם דארמיטארי בנין פאר די ישיבה און די מקוה וואס וועט געבויעט ווערן פאר די געגענט.

נאכמיטאג אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יושע עסטרייכער הי"ו (לאנדאן) - ר' יודא פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט''א - הר''ר דוד יודא זילבערשטיין שליט"א, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:50.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי''ו לע''נ בנו ע''ה אינאיינעם מיט מתפללי ביהמ''ד דברי יואל דקהלתינו הק' בקר''י, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן פאר הרה''ח ר' גדלי' הי''ו און פאר הרה''ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט''א מו''צ הביהמ''ד און פארן גאנצע ציבור.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יהושע נתן פייפער שליט''א רב דביהמ''ד ברכת מנחם בארא פארק מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון בנו החתן למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און די גאנצע משפחה.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו - ר' יואל ברמ''ב ווידער הי"ו.

ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבת אוהל תורה בהנהלת הגאון ר' שמואל צבי מונק שליט''א, בגלילות קרית יואל.

דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן בנין הישיבה און געמאכט די ברכה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט זיך מפלפל געווען א לענגערע צייט מיט די ראשי הישיבה אין די סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר וואס מען איז יעצט עוסק אין די ארטיגע ישיבה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה און די בחורים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הרחיבו מקום אהלך
קרית ברך משה מאנטרעאל קאנאדא יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון 'מגנזי המלך' גליון ל"ו.

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הילולא דצדיקיא שחל בשבוע הבא:

הגה"ק רבי יצחק אייזיק מקאלוב זצוק"ל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי פקודי תשפ''ב216 KB
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת פקודי שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא בענין:
תענית אסתר, מהותו, גדרו וענינו
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגל' אדר א' תשפ"ב3/3/2022

באריכט
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פאר תפילת שחרית האט רבינו שליט"א פוקד געווען די ציונים הקדושים פון מרנן רבותינו הק' זיע''א לקראת די שמחת החתונה פון נכדתו בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א קומענדיגן זונטאג בביהמ''ד הגדול בוומסב''ג.

ביים אנקומען אין ביה"ח האט רבינו שליט"א געזאגט די ברכה, דער רבי איז אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' מרנן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע"א און ביי אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פון זקינו הגה"ק הישמח משה זיע"א בהתעוררות רב און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק"ז, און דעם יהי"ר נאך תהילים כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט בשעת ווען דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 10:15.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ויואל משה'. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל י' פסוק ד'.

דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די בחורים פון ישיבה וועלכע האבן געלערנט די שעות רציפות במשך די ימי השובבי''ם, אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים און געווינטשן ברכת קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:45.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א ר''מ במתיבתא, אלס דיין בביהמ''ד דינוב בקר''י. די לחיים איז געווען מיט די השתתפות פון כ''ק אדמו''ר מדינוב שליט''א, און ס'האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר האדמו''ר מדינוב און פארן נייעם דיין הרה''ג ר' יואל יצחק שליט''א.

ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ט אדר א' תשפ"ב3/2/2022

בילדער · 2
רבינו שליט"א ביים פארטיילן מטבעות קודש היינט נאך שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה, פאר די בחורים וועלכע האבן געלערנט די שעות רציפות במשך די ימי השובבי''ם.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פוקד זיין די ציוני הקדושים פון מרנן רבותינו הק' זיע''א, היינט פאר תפילת שחרית לקראת די שמחת החתונה פון נכדתו בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א קומענדיגן זונטאג בביהמ''ד הגדול בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". און נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל י' פסוק ג'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג אים 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, אים 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג ר' אשר אולמאן שליט"א רב שכונת רמת אברהם בית שמש, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בעניני פורים דמוקפים, און האט איבערגעגעבן א שיינע גריס מקהלתינו הק' אין בית שמש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א אין עירפארט אין מאנטשעסטער אויפן וועג אהיים נאכן מסע הקודש און באגלייטונג פון הגה''צ אבד''ק שליט''א ונכבדי העדה, איבערלאזענדיג א געוואלדיגער רשימה דקדושה אויף תושבי אייראפע נאכן מיטלעבן די לעכטיגע טעג בצל הקודש, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלפי אנ''ש תושבי אייראפע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 17
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזוכען די בית השחיטה דק"ק מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
תפילת שחרית מאנטאג בבית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א באזיכט די מקוה טהרה בהשגחת הגאון רבי ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט"א רב דבהמ"ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ מאנטשעסטער יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מעמדי חתימת שטרות פון די נדבנים החשובים וואס האבן געגעבן גרויסע סכומים און געקויפט די זכותים אדירים בבניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער, בנין ישיבה קטנה החדש און בנין הבית רחל.

ערש''ק בבית האכסניא הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי''ו מראה''ק במאנסי.

מוצש''ק אין שטוב פון הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו.
משפחת לעוו הנכבדה (לאנדאן), הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י), הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א (מאנטשעסטער), הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי''ו (קר"י).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג