דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ביים טעגליכע תהילים שיעור בהיכל המתיבתא, דברי הכנה צום יו''ט שבועות, און איז מעורר די בחורים זיך משתתף זיין ביים מעמד לימוד שעות רצופות דעם צווייטן טאג שבועות פארן דאווענען.
די פרישע צוגעלייגטע גאלעריען מיט הונדערטער זיצן -צו קענען אקאמאדירן דעם ערווארטעט ריזיגע ציבור אויף יום טוב שבועות הבעל''ט- ווערן געבויעט בבית המדרש הגדול בקרית יואל יצ"ו
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעה
מעמד ''נעשה ונשמע'' סיום מסכת כתובות והתחלת מסכת נדרים בחבורת יסודי התורה, ויסוד איתן אינערהאלב מפעל קביעת עתים לתורה שע"י קהילתינו הקדושה במאנטשעסטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אנ''ש תושבי מאנסי וועלן זיך היינט משתתף זיין ביים יערליכע דינער גדלו והצלחו לטובת מוסדותינו הק' מיט אירע נאנט צו צוויי טויזענט קינדער בליעה''ר, אין די זאלן פון אטריום פלאזא בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וועלכע וועט משמיע זיין דברות קודש ומשא המעמד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת במדבר ר''ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'סניף השיב משה' בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים צבי לעווי הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור, פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש בעניני הכנה ליו"ט שבועות, ובתו''ד מעורר געווען די בחורים זיך משתתף זיין ביים מעמד לימוד שעות רציפות דעם צווייטן טאג שבועות פארן דאווענען אלץ א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה און צום אהבה רבה, און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויף צום ביהמ"ד פון די תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה ווי די בחורים זענען געזעצן און געלערנט, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח.
מיטאג ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געפראוועט א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט רבני ולומדי כוללינו 'כולל דברי יואל' פון בארא פארק. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני יו"ט שבועות, נאך די זופ האט נכד רבינו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א חדב''ן, פארגעלייגט שאלות אין פארשידענע ענינים וואס איז נוגע פאר די כולל אינגעלייט, אויף וואס רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת א לענגערע צייט. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' חיים משה לעוו שליט"א מראה"כ, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש צום ערשט א לענגערע דרוש ופלפול בעניני חג השבועות, און דערנאך ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט און בעניני הכנה לחג השבועות הבעל"ט.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א ראה"כ ודומ"ץ בית מדרשינו 36סט. מען האט געענדיגט ארום 3:15.
נאכמיטאג ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' אליעזר שאול גלאנצער ע"ה.
פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער בבית הרבני החסיד ר' הערשל קאהן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום כתיבת ס"ת וואס וועט אריינגעגעבן ווערן בבית מדרשינו בית מנחם צבי דקהל יטב לב אין וומסב"ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' הערשל און די גאנצע משפחה.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים סיום מסכת כתובות במסגרת חבורת יסודי התורה פאר לומדי החבורה בבית מדרשינו ברך משה בוומסב''ג, באולם לא שאטאו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה, און ארויסגעברענגט אז מאכן א סיום מסכת פאר שבועות איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז אום 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ישראל מאיר פעלדמאן הי''ו בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח ביים שיעור פונעם ר"י הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די ראשי ישיבה און פאר אלע בחורים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און ווארעם אנגעווינטשן שידוכים במהרה פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט פונעם בעל ההילולא הרה"ק ר' מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע, און איבערן מצב און פרעמישלאן - אוקריינע, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די פעולות פון הרה''ג ר' ישראל הערש רייך שליט''א מרמ"י הישיבה וועלכע שטייט בראש פונעם הכנסת אורחים אין שטאט פרעמישלאן, און ווארעם אנגעווינטשן אז דער מצב זאל זיך בארואיגן און ער זאל בקרוב ווייטער קענען אויפטוהן אין פרעמישלאן לטובת הכלל.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' ישראל שלום פאלאק הי''ו - ר' אברהם שמואל בראך הי''ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
רבינו שליט"א ביי מסיבת לחיים לרגל כתיבת האותיות בבית הרבני החסיד ר' הערשל קאהן הי"ו אין די ס"ת וואס וועט אריינגעגעבן ווערן בבית מדרשינו בית מנחם צבי דקהל יטב לב אין וומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדמודעה
דינסטאגא' סיון תשפ"ב5/31/2022
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סיום מסכת כתובות במסגרת חבורת יסודי התורה פאר לומדי החבורה בבית מדרשינו ברך משה בוומסב''ג, באולם לא שאטאו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהמודעה
מאנטאגכ"ט אייר תשפ"ב5/30/2022
מודעהבאריכט
זונטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית האט רבינו שליט''א מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' אליעזר שאול הכהן ברא"י גלאנצער ע"ה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יקותיאל אהרן רובין הי''ו. ב"ר יושע בודק הי''ו. ב"ר יוסף גאלדבערגער הי''ו. ב"ר איתמר טובי' ווידער הי''ו. ב"ר יודא מיטטעלמאן הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' דוד אלי' קטינא הי''ו - הר"ר יקותיאל צבי לעווי שליט''א. ר' נתן מאיר ליכטענשטיין הי''ו - ר' יוסף קאהן הי''ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הכרזת קודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א לקראת חג השבועות הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ח אייר תשפ"ב5/29/2022
מודעהמודעהבאריכט
שב"ק פרשת בחוקותי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן משה בער ב''ר עקיבא יוסף ניישטאדט הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט''א, און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום נעמען, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אין ביהמ"ד בנין הילמאן בהיכל תהילת יהוסף אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די סניפי הישיבות קטנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.
פאר די פיש האט דער רבי געזאגט תורה אויפ'ן פסוק אם בחוקותי תלכו און געטייטשט אז ביי די תורה איז וואס מער מען לערנט שפירט מען אלס מער דאס מתיקות דערין, אנדערש ווי אנדערע תאוות עולם הזה, און געלאדענט די בחורים אויף א סדר לימוד מיוחד פון 2 שעה דעם צווייטן טאג שבועות בביהמ''ד הגדול וואס דאס וועט זיין די ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, ווי אונז פסק'ן מיר בז' נתנה תורה.
פאר די זופ האט דער רבי נאכאמאל געזאגט תורה און מעורר געווען אויף חזרת הלימודים ווען מען פארט אוועק אויף זומער אין די קעמפס.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די מנהלי הישיבות. כל מקדש: הרה''ג ר' הערשל אשכנזי שליט''א מנהל סניף באר התורה, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יודל שטאלצבערג שליט''א מנהל סניף היכל התורה.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אם בחוקותי תלכו" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מוסיפין מחול על הקודש.
קה אכסוף: הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט''א מנהל סניף מבצר התורה, ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק וומסב"ג שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ט אייר. קה רבון עלם: הרה''ג ר' משה אשר צאלער שליט''א מנהל סניף חכמת התורה.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי בן הנולד לר' שמואל שמעלקא מיטטלמאן הי''ו. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ"ד אוהל תורה. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הר''ר יעקב ברז''ל גליק הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יואל שווארץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין. בעל קורא: הרה''ח ר' מענדל מיטטלמאן הי''ו.
עליות. כהן: הר''ר יעקב ברז''ל גליק הי''ו, לוי: הרה''ח ר' נחמן דוב העלער הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' אייזיק שטיין הי''ו, חמישי: בעל שמחה ר' יואל בר''ב הירש הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' משה בר''י שעהר הי''ו. ר' חיים אלעזר קויפמאן הי''ו.
שביעי: בעל שמחה ר' דוד אהרן שפילמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון - חזק: הגה''צ אבד''ק שליט''א, מפטיר: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' אברהם פריעדמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' אברהם וואלף קויפמאן הי''ו (מאנטריאל).
נאכן ליינען האט רבינו שליט''א ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.
צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זצ''ל קומענדיגן דאנערשטאג ג' סיון, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל שעהר הי''ו. מען האט געענדיגט 12:35. נאכמיטאג ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום פרק פארלערנען בבית מדרשינו הגדול, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די משנה פרק ה' משנה ו', 'עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות' און געטייטשט עטליכע מהלכים בדרך דרוש אינעם ענין צו רוב איז א וודאי אדער א ספק, יש אם למקרא, ספיקא דאורייתא מן התורה. און דערנאך בדרך אגדה ומוסר בעניני הכנה למצוה בפרט פאר שבת ויו''ט, עקסטער יעצט פאר יו''ט שבועות מען זאל זיך פירן ווי ערליכע אידן מקדמת דנא און אויך געבעטן די בעלי בתים זיך צו משתתף זיין ביים סדר לימוד התורה דעם צווייטע טאג שבועות אינדערפרי דאס וועט זיין א אמת'דיגע הכנה צום אהבה רבה, און מעורר געווען מען זאל זיך אומקוקן אויף די חינוך פון די קינדער נישט צו שיקן ארבייטן אויף אום אויסגעהאלטענע פלעצער פאר מער געלט, אנטוהן ערליכע מלבושים, און דברי הכנה אויף די זומער וואכן נישט נאכלאזן נאר אדרבה מוסיף זיין בלימוד התורה, און דערמאנט דעם גזירות החינוך מען דארף האבן רחמי שמים, און מסיים געווען בברכות קדשו לכל העם הנאספים. מען האט געענדיגט ארום 8:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50. מנחה: הרה''ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: ר' דוד ארי' קויפמאן הי''ו הי"ו, בעל קורא: הרה''ח ר' חיים העלער הי''ו. כהן: ר' יואל האפער הי''ו הי''ו, לוי: הרה''ח ר' בנצין אהרן ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' שמעון יואל בראך שליט''א מו"ץ לעניני סת"ם קהלתינו בני ברק. הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' מרדכי שעהר הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''אם בחוקותי תלכו'' און געטייטשט אז ווען דער אייבערשטער וועט העלפן דער גואל צדק וועט קומען ווען מען זוכה זיין צום אור נאר דורך צום ערשט עוסק זיין בתורה אין ביהמ''ד, ווי גרויס וועט זיין די בושה אז מען וועט איינעם נישט אריינלאזן אין ביהמ''ק ווייל ער האט נאכנישט גענוג עוסק געווען בתורה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצ"ש איז דער רבי צוגעגאנגען. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 11:05.
מוצש''ק ארום 12:15 איז רבינו שליט''א אריבער געגאנגן צו א כתיבת האותיות בבית הרה''ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי''ו ראה''ק עצי חיים סיגוט. אינעם נייעם ס"ת וואס ווערט אי"ה אריינגעגעבן נאך שבועות הבעל"ט בבית מדרשינו המפואר בנין געלבשטיין. דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און א לענגערע שמועס האט זיך פארמירט מיט ר' חיים יהושע ובני משפחתו שיחי' בזכרונות מימי קדם, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן הרה''ח ר' חיים יושע און די גאנצע משפחה. פון דארט איז רבינו שליט''א אהיים געפארן לביתו נאוה קודש בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בבית הרה''ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי''ו ראה''ק עצי חיים סיגוט, ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט ווערט אריינגעגעבן נאך שבועות הבעל''ט בבית מדרשינו המפואר בנין געלבשטיין.