פרייטאג בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר אברהם יואל רובין הי''ו. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
בערך אים 12:30 איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן קיין וויליאמסבורג, ווי דער רבי וועט פראווען דעם שב"ק מברכין חודש סיון, און וועט אויך פארלערנען פרק כנהוג, בקרב קהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' שלמה אהרן סופר הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון דודו הגה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק א'.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט''א גאב''ד מסורות ונשיא מוסדות תפארת יעקב עטה''ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און ער האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן חיזוק בגוף ובממון וואס מ'באקומט פון די תושבי קרית יואל, און איבער די געוואלדיגע פעולות לטובה פונעם וועד להצלת יהדות אוקריינע, ער האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה זיין ספר 'חוקי דעה' אויף הלכות שמיטה, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה ספרו 'לב אהרן' אויף במדבר, דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א 'חבורת שערי טוהר' שע"י מבצר הכוללים אויף הלכות מקוואות, וועלכע שטייט בראשות חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, ווי דער רבי האט פארהערט די חבורה פאר א לענגערע צייט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים. ר' שרגא פייש הערצאג הי''ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי''ו. הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט''א - ר' מענדל וואלף טייטלבוים הי''ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מעמד ''נעשה ונשמע'' סיום מסכת כתובות והתחלת מסכת נדרים בחבורת יסודי התורה, ויסוד איתן אינערהאלב מפעל קביעת עתים לתורה שע"י קהילתינו הקדושה במאנטשעסטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
החלטת כינוס מסורתינו ותקנת קהלתינו ומוסדותינו הק' בבארא פארק בפקודת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
אלפי אנ''ש תושבי בארא פארק פילן איבער די זאלן פון ברעג צום ברעג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט''א ביים משמיע זיין די צענטראלע דברות קודש וחובת השעה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
היסטארישער מעמד "כינוס מסורתינו" פארופן געווארן דורך הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הקדושים בבארא פארק בפקודת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א למען עתיד דורותינו, באולם די פעלעס, בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת בחוקותי שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: לימוד פרקי אבות בשבתות הקיץ (ח"ב). מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ווירקליכע אָפּהילעכונג ומעמד קידוש שם שמים היינטיגן דאנערשטאג, ווען רעקארד-צאל "הונדערט טויזנט" פאפירענע פעטיציעס ווערן האנט-דעליווערט דורך א חשובע דעלעגאציע פון שלוחי כלל ישראל, רבנים חשובים און ראשי עסקנים פונעם ''יונייטעד כלל ישראל'' פעטיציע-דרייוו, פאר'ן "עדיוקעישאן דעפארטמענט" אין די "אָלבאַני קאָרידאָרן". וואס האט אפגעשפילט כלל ישראל'ס פייערדיגע קעגנערשאפט צו די עדיוקעישאן-גיידליינס, אין אומגלויבליך ריזן אנשלוס, און האט געברענגט א צוזאמלויף פון הויכראנגיגע רעגירונגס פארשטייער אבזערווירן שטוינענדע ספעקטאקל מיט שפראכלאזע וואונדער פון אזא ריזן צאל פעטיציעס וואס ברעכט היסטאריע אין שטאט ניו יארק.
איינדרוקסרייכע סענזאציע ווען דעלעגאציע שטעלט זיך פארנט פון בנין ביים איבערגעבן די פעטיציעס פון צענדליגער קעסטלעך, אויפטרייבנדיג אנלויף פון פרעסע לייט. עס האבן אויפגעטרעטן הרב אשר שוואב שליט"א ראש ישיבה דגל התורה מאנסי, העסקן הרב בנצין ווידער הי''ו, און הרב יעקב שפירא שליט"א רב דקהל אור אביגדור בעיסוואטער האט אויסגערופן די פעטיציע-מעסעדזש.
תם ולא נשלם! בלויז געציילטע טעג פארבליבן צום דעדליין, און ס'איז קריטישע טעג ביי ניו יארקער אידנטום, פרישע מחנות עסקנים זענען דעזיגנירט געווארן פאר אלע היימישע געגנטער צו אנשליסן "יעדן איינציגן" איד צו שרייבן בריוו פאר די רעגירונג אז מיר טוען נישט טאלערירן די נייע גיידליינס, מיר רירן זיך נישט אוועק פון די מסורה, בדרך אבותינו ורבותינו נלך, ומנה לא נזוע!
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פונעם "כינוס נשי כלל ישראל" קעגן פגעי טעכנעלאגיע וועלכע איז אין פלאן אויף די קומענדיגע וואכן נאך שבועות, מ'האט אויסגעשמועסט אלע פלענער און פרטים פון די אסיפה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' זאב אלעזר רייכמאן הי''ו - הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט''א. ר' יושע הערש גליק הי''ו - הר''ר שמואל אפרים גאלד שליט''א.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביהמ''ד שע''י ביתו נאוה קודש פאר די עסקנים פונעם ''כלל ישראל קאמפיין'' להצלת חינוך הטהור בניו יארק, אלס אות הכרת הטוב פאר די איבערגעגעבענע ארבייט צו שאפן די צענדליגער טויזענטער פעטיציע'ס, ווען אויפן פלאץ אליינס איז געווען די נאנט צו הונדערט טויזענט פעטיציע'ס וואס די געטרייע עסקנים זענען שוין אראפגעפארן היינט דאנערשטאג עס איבערגעבן פאר די רעגירונג אינסטאנצן אין אלבאני.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די טויזענטער פעטיציע'ס, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע עסקנים ובראשם די רוח החיים פונעם פעטיציע דרייוו העסקן הרה''ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי''ו און הרה''ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי''ו, דער רבי האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון די פעטיציעס, און די גוטע השפעה וואס דאס קען בס''ד אויפטוהן אין די הויכע פאליטישע קארידארן, און אויב עס וועט אויספעלן, אויך אין געריכט. און דערביי געוואונטשן 'ותטע לב המלכות עלינו לטובה'.
שפעטער האט מען ממשיך געווען מיט די מסיבה ווי עס האט אויפגעטרעטן העסקן הרה''ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי''ו וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו נאכן אנקומען צו די ריזיגע ציפערן מער ווי געראכטן, דערנאך האבן אויפגעטרעטן העסקן הגדול ר' אהרן בנציון ווידער הי''ו און הרב משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה מאנסי.
נאך די מסיבה זענען אריין בקודש פנימה די ראשי עסקנים ובראשם העסקן ר' אהרן בנציון ווידער הי''ו און הרב משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה מאנסי, ווי זיי זענען איבערגעגאנגען מיטן רבי'ן די ווייטערדיגע פלענער לדורן ולתפילה ולמלחמה למען הצלת החינוך אין ניו יארק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון דודו הרה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ד אייר תשפ"ב5/25/2022
באריכט
דינסטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה 'עסק התורה' פון ביידע סניפים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו. ב"ר יוסף לייב אלימלך וועצבערגער הי"ו. ב"ר יואל ברי"מ לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש ודברי חיזוק פאר די בחורים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פון דארט איז דער רבי געגאנגן אויף א באזוך אינעם בנין ת"ת החדש 'בנין קליין' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פארשריט ביי די בוי ארבייט, א לענגערע צייט.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אים 8:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען קיין וומסב''ג און איז געווען מנחם אבל זיין משפחת רובין ע"פ אמם ע"ה. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת האלצמאן הי"ו לע"נ זייער פאטער ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
שפעטער איז געווען נאך א סיום כתיבת האותיות פון די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' אביגדור שלעזינגער הי''ו דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מודעה משמחת מטעם וועד האש''ל לקראת חג השבועות הבעל"ט בצלא דמהימנותא, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שבת קודש פ' בחוקותי, מברכין חודש סיון הבעל"ט, בצלא דמהימנותא בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דינסטאגכ"ג אייר תשפ"ב5/24/2022
מודעה
מודעות מטעם וועד האש''ל לקראת חג השבועות הבעל"ט בצלא דמהימנותא, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר משה הלל ראזענבערג הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ה'. און ס'איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אויפדערנאכט ארום 7:45 איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט צום ערשט מנחם אבל געווען די משפחה פון כ"ק אדמו"ר מכוונת הלב זצ"ל.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום נייעם פראכטפולען רחבות'דיגער לאקאל פון 'סאטמאר פלייש געשעפט' דקהלתינו הק' אויף 13עוו. און 44'סט. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען פון געשעפט, און דערנאך אריבער צו די גיגאנטישע קאך ווי עס וועט אי"ה ווערן אנגעגרייט די מאכלים פונעם געשעפט און עווענטועל אויך פאר די כרם מנחם זאלן אין שטאט, דער רבי האט באוואונדערט די ארבייט וואס מ'האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן דעם געשעפט ברוב פאר והדר, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע ממונים ובפרט פאר'ן רוח החיים פונעם פראיעקט ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי כ"ק האדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע בסיפורי צדיקים לבית אבותיהם הק' צאנז און סיגוט. האדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום כינוס רבתי "מסורתינו" פאר אלפי אנ''ש תושבי בארא פארק למען עתיד דורותינו, אין די זאלן פון די פעלעס, דער רבי איז אריינגעקומען בערך 10:20 און הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א, חדב"נ האט דערווייל ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כתה ט' מכינה לישיבה אויסגערופן הגה"צ רבי צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' וועלכע האט פארגעליינט די תקנות ויסודות הדת פון קהלתינו ומוסדותינו הק' וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן און אינטערגעשריבן געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א.
בערך 11 אזייגער האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש און לענגערע דברי הדרכה זיך צו האלטן צו די מסורת האבות און ח"ו נישט משנה זיין, דאווענען און לערנען אין די היימישע בתי מדרשים ווי די טאטעס פלעגן דאווענען, און מעורר געווען אז עס איז דא צוויי מחנות, די מחנה אלקים און די מחנה המגושמים, ב"ה אז רוב ציבור באשטייט פונעם מחנה אלקים אבער מען דארף זען דאס אנצוהאלטן, און דאס קען נאר זיין ווען מען האלט איין די תקנות פון מוסדותינו הק', און דורכן האבן שיעורי תורה בקביעות, און דער רבי האט מעורר געוועהן דעם ציבור איינצוהאלטן די תקנות בעניני צניעות, כשרות, כלים הטמאים, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם זאל, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה פריעדמאן הי''ו, און נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
אום 12:15 איז דער רבי צוגעפארן צום ביהמ"ד החדש ע''ש הרה"ק מהרש"א מראצפערט בארא פארק יצ"ו, בראשות נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ''ד און קובע געווען א מזוזה, און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור, עקסטער האט דער רבי אנגעווינטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' הערשל איינהארן הי''ו. און ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אצל מסיבת לחיים לרגל קביעות מזוזה בביהמ"ד ע"ש הרה"ק מהרש"א מ'ראצפערט בארא פארק יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ב אייר תשפ"ב5/23/2022
באריכט
זונטאג פרשת בחוקתי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: בן הרה''ג ר' יוסף שלמה פייערשטיין שליט''א. ב''ר יעקב מרדכי טייטלבוים הי''ו. ב''ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי''ו. ב''ר יעקב שטערן הי''ו. ב''ר אהרן זילבערשטיין הי''ו. ב''ר יצחק יחזקאל דוד קרויס הי''ו. תאומים בני הר''ר יואל שלעזינגער שליט''א. ב''ר חיים הערש גאלדבערגער הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהלים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.