כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים באזוכן און פארלערנען א שיעור פלפול אינעם ארטיגען שטאטישע 'כולל אברכים דוואטערבערי'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים באזוכן, אינטערוועגנס אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר, אין ישיבת אהל תורה אוסטרובצא אין וואטערבערי קאנעטיקוט, בראשות הרב הגאון ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א אב''ד מיהאלדי, ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען די ראשי הישיבה און די רבנים פון די געגענט, דער רבי איז מכובד געווארן מיט לחיים און משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
וקוי ה' יחליפו כח!
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פארלאזן ביתו נאוה קודש היינט מיטאג צייט און באגלייטונג פון תלמידי הישיבה, אויפן וועג קיין בעטלעהם ניו העמפשיר, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש.
מיטוואך פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר חנני' שמואל ווערצבערגער הי''ו. ב"ר יואל אליעזר זוסיא סטראלאוויטש הי''ו. ב"ר יצחק פאגעל הי''ו. וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברמ"ב ווידער הי''ו חתן הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן בעל שמחה ר' יואל און פאר די ראשי הישיבה, פאר די בר מצוה בחורים און אלע תלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברי ברכה וחיזוק.
נאכמיטאג ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה קטנה "אור החיים" בהנהלת הרה''ג ר' יעקב פארקאש שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם בנין וואס די ישיבה האט נארוואס אפגעקויפט אין בלומינגראוו, דער רבי האט קובע מזוזה געווען, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בחורים און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די בחורים, נאכן לחיים איז דער רבי ארום אינעם בנין און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ.
ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד הקמת ''ועדי הוראה בתוככי בית הוראה דק''ק קרית יואל'', על ידי רבני מבצר הכוללים בקרית יואל, וואס איז געגרינדעט געווארן בהוראות רבינו שליט''א, די וועדי הוראה פאר די 7 מקצועות פון עירובין, מקואות, ריבית/עיסקא, סת"ם, דיני ממונות, בדיקת שעטנז, בדיקת תולעים. דער מעמד איז פארגעקומען בהשתתפות פון דייני קהלתינו הק' ובראשם הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן אנהייב פונעם מעמד, און די חברי הנהלה פון מבצר הכוללים.
במשך דעם מעמד האבן אויפגעטרעטן הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי ומגדולי ההוראה בדורינו, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל הכולל. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט באגריסט דעם נייטרא רב שליט"א און ארויסגעברענגט לשבח די פעולות וואס ער איז עוסק בעניני כשרות, און ארומגערעט לענגערע דברי הדרכה פאר די רבני הכולל וועלכע שטעלן יעצט די ערשטע טריט בעניני הוראה והלכה לרבים, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 6:45.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הגה''צ ר' מנחם בנציון ווארפסמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש מאנסי - ר' יואל בהר''א באכנער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט''א - ר' יואל בהרא''ד קארנבלי הי''ו, באולם כינור דוד.
נאך די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה''ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים סעודת ברית מילה לבן הנולד אצל חתנו ר' יואל ברמ"ב ווידער הי''ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און מעריב ארום 12:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מעמד הקמת ''ועדי הוראה בתוככי בית הוראה דק''ק קרית יואל'', על ידי רבני מבצר הכוללים בקרית יואל, פארגעקומען היינט נאכמיטאג בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם בנין פון ישיבה קטנה אור החיים בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ד תמוז תשפ"ב7/13/2022
באריכט
דינסטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 8:15, וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק. נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה דוב שווארטץ הי''ו.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד לר' מרדכי הירש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לתאומים בני הנולד לר' ישראל הורוויץ הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 10:20 האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט אויפן וועג צום וועסטשעסטער עירפארט, ווי דער רבי האט זיך געהויבן ארום 11:15 מיט א פריוואטן פליגער אויף א וועג פון ארום איינס אהאלב שעה קיין נארט קאראליינע ווי דער רבי האט באזוכט אסירי ישראל וועלכע געפינען זיך ליידער אינעם ארטיגן טורמע, דורך השתדלות ביי רעגירונגס אינסטאנצן האט מען געקענט מסדר זיין דעם רבינ'ס באזוך כראוי מיט באגלייטונג, ס'זאל זיין אין א צוגעפאסטע זמן, און אויף קרוב צו אנדערטהאלבן שעה.
נאכן באזוך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק מיטן פריוואטן פליגער, ארום 5:00 אזייגער האט דער פליגער געלאנדעט אינעם וועסטשעסטער עירפארט, און דער רבי איז תיכף צוגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אים 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך איז געווען זמן כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע לנכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א, חדב''ן. דער רבי האט אפגעשוירן די האר און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 10:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים ומעמד היסוד פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים "תלמוד תורה ובית רחל" אין לינדען ניו דשערסי, על דרך רבותינו הק' זיע''א תחת נשיאות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, אינאיינעם מיט די התמנות פון הרה"ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו ומרביץ תורה בבתי מדרשינו אין וומסב"ג, אלץ רב הקהלה.
דער נייער רב הרה''ג ר' אליעזר מרדכי שליט''א איז אהנגעקומען און איז תיכף אריין בקו"פ שלום נעמען, אינאיינעם מיט זיין טאטן הרה"ג ר' יצחק צבי שליט"א דומ"ץ בב"פ, זיין זיידן הרה"ג ר' חיים ארי' געללער שליט"א ר"מ בישיבת באבוב, און זיין שווער הרה"ג ר' אשר אנשיל שעהר שליט"א אב"ד קלעסן, ווי עס האט זיך פארפירט א שיינער שמועס איבער די שייכות פונעם ערוגת הבושם זצ"ל צו רבותינו הק' לבית סיגוט וצאנז און איבער די תפקיד פון א רב אין די אלטע היים, און פארשידענע ענינים פון קהלתינו הק' בעיר לינדען, ווי אויך האט הרה''צ ר' יעקב נפתלי ראטטענבערג שליט''א בן כ''ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א ממייסדי הישוב בעיר לינדען איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע האט אים געשיקט בשליחותו צום מעמד התמנות.
דערנאך איז דער רבי אראפ געגאנגן בביהמ''ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל המאורע, בהשתתפות ראשי הקהלה, עסקני ותושבי עיר לינדען יצ"ו, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, און הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי''ו מחשובי התושבים ועסקנים בעיר לינדען, און דער נייער רב הרה"ג ר' אליעזר מרדכי שליט"א, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נייעם רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש, בתוה"ד האט דער רבי ארומגערעדט איבער די בראשית יארן אין אמעריקא ווען רביה"ק זי"ע איז אנגעקומען און מזכך געווען אדמת אמעריקא און אראפגעשטעלט די יסודות פאר קהלתינו הק' אין אלע געגענטער און יעצט איז עס אנגעקומען אויך קיין לינדען ווי אנ''ש שטעלן אויף א קהלה, און יעצט נעמט מען אויף א רב פאר קהלתינו הק', בתו''ד האט דער רבי דערמאנט לשבח פון האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע איז געווען דער נחשון זיך אהינצוציען און מייסד זיין דעם חסידישע ישוב, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשובן רב שליט"א וועלכע וועט שטיין בראש פון קהלתינו הק' און וועט זען אז די קהילה זאל זיך פירן מיט די יסודות פון רביה"ק זי"ע, און בקרוב האפט מען צו עפענען די ת"ת און בית רחל פאר אנ''ש.
דער רבי האט מסיים געווען בברכות לרוב פארן רב און פארן גאנצן ציבור. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי איז צוריק ארויף לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ליפא הערשקאוויטש הי''ו. ב"ר דוד יצחק פאלקאוויטש הי''ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ג פסוק ג'. און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
שפעט נאכמיטאג איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הרב אליעזר לאזרוב הי"ו חב"ד רב פון יוסטאן טעקסאס און רב פונעם ארטיגן שפיטאל וועלכע העלפט אסאך ארויס חולי ישראל פון ניו יארק, און שטייט אסאך בקשר מיט די חברה הצלה פון קר''י, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט אין די פעולות לטובה און מאציל געווען מברכות קדשו.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה קליין הי''ו - ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי''ו, באולם כינור דוד. ר' העניך קרויס הי''ו - ר' אברהם יושע בערקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' יואל ברמ''ל ראטה הי''ו - ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקודש צו איז געווען פון 8:00 ביז שפעט אים 2:00 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ די גבאים פון די ישיבות קטנות אין קר''י וואס האבן אנגעפירט די קאמפיין אריינצוברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים ובין הזמנים, אינאיינעם מיט הנהלת מוסדותינו הק', דער רבי האט געגעבן א מתנה פאר אלע גבאים א זמירות ברך משה און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יעקב אליעזר גראד הי''ו - ר' מתתי' אירגאס הי''ו. ר' יושע בער שווארטץ הי''ו - ר' יואל ברש''י לאקס הי''ו.
נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א אין וומסב''ג, א מסיבת לחיים ומעמד היסוד פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים "תלמוד תורה ובית רחל" אין לינדען ניו דשערסי, על דרך רבותינו הק' זיע''א תחת נשיאות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, אינאיינעם מיט די התמנות פון הרה"ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו ומרביץ תורה בבתי מדרשינו אין וומסב"ג, אלץ רב הקהלה.
דער נייער רב הרה''ג ר' אליעזר מרדכי שליט''א איז אהנגעקומען און איז תיכף אריין בקו"פ שלום נעמען, אינאיינעם מיט זיין טאטן הרה"ג ר' יצחק צבי שליט"א דומ"ץ בב"פ, זיין זיידן הרה"ג ר' חיים ארי' געללער שליט"א ר"מ בישיבת באבוב, און זיין שווער הרה"ג ר' אשר אנשיל שעהר שליט"א אב"ד קלעסן, ווי עס האט זיך פארפירט א שיינער שמועס איבער די שייכות פונעם ערוגת הבושם זצ"ל צו רבותינו הק' לבית סיגוט וצאנז, און דערנאך איז דער רבי אראפ בביהמ''ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל המאורע, בהשתתפות ראשי הקהלה, עסקני ותושבי עיר לינדען יצ"ו
תשית לראשו עטרת פז!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
מאנטאגי"ב תמוז תשפ"ב7/11/2022
באריכט
זונטאג בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. תאומים בני ר' יואל יצחק לעוו הי''ו. ב"ר חיים אברהם יודא וועכטער הי''ו. ב"ר מנחם מענדל גאלדבערגער הי''ו. ב"ר משה שלמה קאליש הי''ו. ב"ר שלום מאיר אלטר רובין הי''ו. ב"ר יואל בר"ד כהן הי''ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ''ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יודל אקערמאן הי''ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים פון הרה''ק עטרת צבי מ'זידיטשוב זי"ע וואס איז געפאלן די יארצייט זונטאג.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון האשה החשובה מרת גלאנצער תחי', אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב הכהן ז"ל, ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות, וואס די אלמנה תחי' אינאיינעם מיט די קינדער האבן אפגעקויפט פאר א גרויסן סכום א זכות נכבד אינעם בנין בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל בית פיגא בבני ברק יצ"ו, לע"נ אביהם החשוב ז"ל, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די משפחה, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, פאר די אלמנה און אירע חשובע קינדער שיחיו
תיכף ביים אהנקומען איז פארגעקומען א אסיפה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די רבני ועסקני וועד הצניעות קרית יואל, עס האט אויפגעטרעטן דער ראה''ק הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק און מסיים געווען בברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הגה''צ ר' מנחם בנציון ווארפסמאן שליט''א אב"ד בוטשאטש מאנסי אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל די חתונה וואס קומט פאר דעם מיטוואך, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר"ה סאנדעל הי''ו -ַהר"ר אברהם כהן שליט"א רב דביהמ''ד נאסאד קר''י. ר' משה אליעזר זאלדאן הי''ו - ר' אליעזר זוסיא סופר הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
זונטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פארגאנגענעם פרייטאג חקת האט רבינו שליט''א געדאווענעט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצווה בחורים. ב''ר אברהם אביגדור שמעיא הי''ו. ב''ר נתן נטע דוב רעטעק הי''ו. ב''ר חיים בצלאל בלום הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצווה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין שטוב פון האשה החשובה מרת גלאנצער תחי', אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב הכהן ז"ל, ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות, וואס די אלמנה תחי' אינאיינעם מיט די קינדער האבן אפגעקויפט פאר א גרויסן סכום א זכות נכבד אינעם בנין בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל בית פיגא בבני ברק יצ"ו, לע"נ אביהם החשוב ז"ל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
זונטאגי"א תמוז תשפ"ב7/10/2022
באריכט
שב"ק פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים. החתן מרדכי יודא ב''ר חיים משה ביטמאן הי''ו. החתן ישראל דוד ב''ר שלמה קליין הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים נחום ווערצבערגער הי''ו.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' שמואל לעוו שליט''א מו"ץ קהלתינו לאנדאן.
ביי די פיש האט מען - עפ"י הוראת רבינו - נישט אויפגעגעבן אויפן טיש דעם קאפ פון די פיש ווי יעדע וואך, צוליב די חשש פון ווערים וואס איז נתפרסם געווארן דורכן וועד הכשרות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' שמואל לעוו שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש "זאת חקת התורה שאלו מלאכי השרת אם כן למה מת משה'' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יואל ברא''ד ראטה הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' מנחם יודא גאטליעב שליט''א אב''ד ניאמץ וומסב''ג.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק עטרת צבי מזידיטשויב זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י''א תמוז. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א מו''ץ, ודומ''ץ ביהמ"ד דינוב בקר''י.
די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב אלטר ב''ר נפתלי וואגשאהל. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי''ו, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם הערש שעהר הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' שמואל לעוו שליט''א.
עליות. כהן: הר''ר חיים ראובן שעהנברוין הי''ו (וומסב''ג), לוי: הר''ר אהרן מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב''ר חיים משה ביטמאן הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר שלמה קליין הי''ו - באווארפן, חמישי: הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יעקב יחזקאל ווייס הי''ו. ר' חיים אברהם פרענקל הי''ו.
שביעי: בעל שמחה ר' שאול יודא שווארץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן) הגבה: הרה''ח ר' שלמה קליין הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' חיים פעלדמאן הי''ו (מאנסי).
מוסף: הגה''צ ר' מנחם יודא גאטליעב שליט''א אב''ד ניאמץ וומסב''ג, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם צבי עקשטיין הי''ו (בני ברק).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליעזר ווייזער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט 12:50. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה''ח ר' יחזקאל פרענקל הי''ו, הוצאה והכנסה: הר''ר נטע מרדכי קויפמאן שליט''א, כהן: הרה''ח ר' משה לייב טרעגער הי''ו (וומסב''ג), לוי: ר' שמחה ישראל לאנדא הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' אלימלך שמשון ווייס הי''ו (לאנדאן), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יואל קליין הי''ו (ירושלים).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "זאת חקת התורה" און געטייטשט אז די קריאה פון פרה אדומה האט דעם כח אריינצושיינען א טהרה אין אידישע הערצער אפילו אזעלכע וואס זענען חלילה נכשל געווארן אין הסתכלות אסורות און עבר ושנה נעשה לו כהיתר, עס איז מעורר דאס הארץ און העלפט תשובה צו טוען, אז מען גייט אין מקוה ווערט מקיום וזרקתי עליכם מים טהורים צו האבן אפגעהיטענע חושים און דינען דעם באשעפער מיט א ריין הארץ.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים לייב קויפמאן הי''ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' העניך קרויס הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
עסקני קהלתינו הק' פון לינדען ניו דזשערזי, בקודש פנימה ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לרגל פתיחת מוסדותינו הק' בעיר לינדען אויף קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט,
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית בהיכל מבצר הכוללים לבן הנולד אצל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל הכולל, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ישראל שיפף הי''ו. ב"ר יואל יוסף מארקאוויטש הי''ו. ב"ר דוד מזרחי הי''ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים ר' נטע מרדכי קויפמאן הי''ו - הר''ר אורי יהודה קויפמאן הי''ו, באולם כינור דוד. הר''ר יודא ראבי הי''ו - ר' אהרן ווייס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות איז דער רבי אריבער לייגן א מזוזה ביי די נייע דירה פון האברך ר' משה שמואל בר"ב שטיין הי''ו בשכונת היילענד מילס אין גלילות קר''י, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך געטרינקן לחיים, עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה''ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א רב שכונת וואודבערי דזשאנקשן, און מ'האט אויסגעשמועסט די הרחבת גבולי הקדושה פון די געגענט מיט נייע תושבים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז אום 1:00 אויפדערנאכט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15, און תפילת מעריב ארום 10:00 בביתו נאווה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני קהלתינו הק' פון לינדען ניו דזשערזי, לרגל פתיחת המוסדות הק' בעיר לינדען אויפן קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א גרוס פון דעם נייעם ישוב און אנ"ש וואס האבן זיך קובע געווען דארט, און אויך איבער דעם נייעם שטח וואס מען האט אפגעקויפט ווי מען האפט בקרוב אויפצובויען א נייע פראכטפולע ביהמ"ד פאר אנ"ש שיחיו, דערנאך איז מען איבערגעגאנגען אלע פלענער פון פתיחת מוסדותינו הק', ווי מען האפט אי"ה צו עפענען אויפן קומענדיגן ווינטער א ת"ת און א בית רחל פאר די ערשטע דריי יארגענג, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט איבער אלע פרטים און ווער ס'וועט שטיין באחריות, בגשמיות וברוחניות, און שטארק מעודד געווען די עסקנים און מאציל געווינטשן מברכת קדשו.
ארום 11:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך חתנו הרה"ח ר' העניך קרויס הי''ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און דערנאך געגאנגען הגבה און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די אפענע ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:00 איז דער רבי צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.