לרגל הולדת נכדתו שתחי', בת לנכדו הרב נחמן כהנא שליט''א בן הרה''ג ר' יעקב ישראל ישורון שליט''א, חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגג' מנחם אב תשפ"ב7/31/2022
באריכט
שב"ק פרשת מטו''מ 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר.
די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא 'סניף קדושת יואל'.
ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן די פאלגענדע בחורים תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא: הרה''ג ר' משה יוסף אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבה. הב' ליפא ב"ר ברוך פרענקל הי''ו. הב' שלום ב"ר פנחס פרענקל הי''ו. הב' שלמה יעקב ב"ר מרדכי יחזקאל לעווי הי''ו. הב' מענדל וואלף ב"ר יחזקאל מאקובעצקי הי''ו. הב' נטע ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי''ו. הב' זלמן ב"ר אנטשיל זאלדאן הי''ו. הב' משה ב"ר זלמן לייב פילאפף הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א (מאנסי) ר''מ במתיבתא.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם אר''י הקדוש זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ה' אב. קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטלמאן הי''ו (ב''פ).
די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר''ר יוסף מאסרי הי''ו ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט ארום 2:10.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:45. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א.
הוצאה והכנסה: הב' ב''ר קלמן אייזדאפער הי''ו (ב''פ), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי), בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
עליות. כהן: הב' ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י), לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו, שלישי: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, רביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, חמישי: הרה''ג ר' מענדל פריעדמאן שליט"א, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, הוספות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי''ו (קר''י), הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו (קר''י), הרה"ח ר' דוד יודא פריעדמאן הי''ו (קר''י), הרה"ח ר' קלמן אייזדארפער הי''ו (ב''פ), הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו (קר''י) הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו (קר''י) הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי''ו (קר''י) החתן ב"ר יואל קרויס הי''ו (קר''י), החתן ישראל ב"ר חיים יעקב זופניק הי"ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' משה מארקאוויטש הי''ו (קר"י), החתן ב"ר נתן יואל גרינפעלד הי''ו (לאנדאן), החתן ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו (קר''י), ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי''ו (קר''י), הב' יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הרה"ח ר' אייזיק ברוין הי"ו (סיגעיט), מפטיר: הב' הבר מצוה ב"ר קלמן אייזדארפער הי''ו, הגבה: הב' ב"ר יחזקאל משולם חיים אייזדארפער הי"ו (ב"פ), גלילה: הב' ב"ר נחום צבי פישביין הי"ו (ב"פ).
מוסף: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט''א (וומסב''ג), פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' שלמה סעקולא שליט''א (מאנסי) ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט 1:25. ארום 3:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים, און מען האט געזינגען מערערע נגוני גלות וגאולה בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בבכיות. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח אליעזר ווייס הי''ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה ''נחנו נעבור חלוצים'' און געטייטשט אז אידישע קינדער ווערן נישט בטל ברוב ווייל די אמונה שלימה איז א וודאי. ברכהמ''ז: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט''א. מען האט געענדיגט 3:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:45. מנחה: הר''ר אברהם לייב לאנדא שליט''א ר''מ במתיבתא, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו (קר''י), כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו, לוי: הב' ב''ר יודא הערש בערגער הי''ו (קר''י), שלישי: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי''ו (וומסב''ג) - גלילה: הב' ב''ר יצחק יודל שאלאמאן הי''ו (ב''פ).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'ויכתוב משה את מוצאיהם למסעיהם על פי ה', און געטייטשט אז מיט'ן כח פון שם הוי''ה די שם הרחמים איז מען זוכה אז הקב''ה שטראפט דורך געבן אסאך גוטס און אזוי מאכט מען זיך א חשבון הנפש, אבער אויב איז מען פוגם געווען בעניני קדושה איז מען פוגם אינעם שם הוי''ה, און טאקע וועגן דעם איז געקומען דער חורבן, אויף דעם דארף מען זיך מקבל זיין צו מוסיף זיין א שמורה וועט מען זוכה זיין צו בנין ביהמ''ק.
ידיד נפש: הר''ר יוסף טייטלבוים שליט''א (וומסב''ג). קל מסתתר: הרה''ח ר' שמואל עקשטיין הי''ו (קר''י).
פארן בענטשן האט מען געזינגען דעם אידישע פיוט אויף איזהו מקומן, דערנאך האט דער רבי שליט''א געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הגה''צ ר' ברוך הורוויץ שליט''א דומ''ץ מעליץ.
דערנאך האבן עטליכע בחורים תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא, צווישן זיי. הב' יוסף זונדל ב''ר אהרן זאב גלויבער הי''ו. הב' משה אריה ב''ר שלמה זלמן ברוין הי''ו. הב' יצחק ב"ר יואל שרייבער הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגא' מנחם אב תשפ"ב7/29/2022
באריכט
פרייטאג - ר''ח אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה כ"ץ הי"ו (קר''י).
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי). צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. פתיחה: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א. עליות: כהן: הב' הבר מצוה ב"ר משה כ"ץ הי''ו, לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו, שלישי: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א דומ"ץ מעליץ, גלילה: הרה"ח ר' משה כ"ץ הי"ו. צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט געשמועסט איבער די יארצייט פון אהרן הכהן, און דערציילט עובדות וסיפורים פונעם קרייזער רב הרה"ק ר' אהרן האלבערשטאם זצוק''ל בן מרן הדברי חיים זי"ע וואס די יארצייטן געפאלן פרייטאג ר"ח אב. נאכן לחיים האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון די ניין טעג.
זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ: 7:59. מנחה וקבלת שבת: 8:40. עריכת שלה"ט בליל שב''ק: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן. סוף זמן קרי"ש: 8:35. שחרית: 9:30. דער רבי וועט אריינקומען צו זמירות ודברי תורה ביי די סעודה ביום שב''ק אין ביהמ"ד ארום איינס און א האלב שעה נאכן דאווענען. מנחה ורעוא דרעווין: 8:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:55. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטריאל). ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: הרה''ח ר' ישעי' יצחק הכהן רובין הי''ו, פתיחה: ר' אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו. עליות: כהן: הב' הבר מצוה ב"ר שמעון ישראל כהנא הי''ו, לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און ארומגערעדט איבער די יארצייט פון אהרן הכהן, און פונעם קרייזער רב הרה"ק רבי אהרן האלבערשטאם זצוק''ל בן מרן הדברי חיים זי"ע וואס די יארצייטן געפאלן פרייטאג ר"ח אב.
נאכן לחיים האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די רבנות פון די גלילות פון צאנז - קרייז, גריבוב, באבוב, און די ארומיגע דערפער, און די חילוקים פון די רבנות אין מדינת פוילן און אונגארן.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. אויפן וועג צו מנחה האט דער רבי אויסגעשמועסט די מנהגים ביי רבותיה"ק זי"ע איבער שניידן די נעגל ער''ש ווען עס געפאלט אום ר"ח וכדו'
נאך מנחה האבן שלום גענומען די געסט וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שב''ק בצל הקודש, צווישן אנדערע האט שלום גענומען הרה"ח ר' משה אונגאר הי"ו פון שיכון סקווירא, חבר הנהלת הקריה בקרית יואל, ער האט איבערגעגעבן א באריכט איבער פארשידענע פלענער להרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל.
אזוי אויך האבן עטליכע בחורים איבערגעגעבן פאר'ן רבין א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא, צווישן זיי: הב' יעקב אהרן ב"ר יושע פישער הי''ו (וומסב''ג). הב' יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר"י).
ביים זמן ר''ת ארום 9:30 האט דער רבי געדאוונט מעריב, בעל תפילה איז געווען הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י ומנהל ישיבתינו הקדושה סניף קדושת יואל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מכתב תודה מעומק הלב מהנהלת מוסדותינו הק' בארה"ק ת"ו, להנהלת מוסדות יטב לב ולאנ"ש שיחיו בעיר הבירה לאנדאן יצ"ו
מיטוואך מטו"מ כ''ח תמוז יומדהל''ק פון מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברד"ש בערגער הי"ו (קר"י).
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו החתן אשר אנטשיל אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, חדב"ן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט עטליכע סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא. נאך די לחיים האט דער רבי אהיים שפאצירט.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:15. גייענדיג אין ביהמ''ד האבן שלום גענומען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' מיט די ראשי הישיבה, פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדהל''ק.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די סעודת הילולא מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'. ביי די סעודת הילולא איז אויך פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה להתייסדות ישיבה קטנה תורה ויראה במוסדותינו הק' באנטווערפען וואס וועט זיך עפענען בשעטו''מ אויף קומענדיגן זמן החורף הבעל''ט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האט הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה געמאכט א סיום אויף מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן אין די ישיבה, און דערנאך געזאגט קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני גלות וגאולה.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר''י ומנהל ישיבתינו הק' סניף קדושת יואל, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא ודברי חיזוק פאר די בחורים משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' באנטווערפען ובפרט איבער די גרויסע שמחה פון די הנחת אבן הפינה פארן נייעם ישיבה קטנה ווייל מען קוקט על שם העתיד און מען זעט שוין יעצט די תורה וואס גייט ארויסקומען, און מסיים געווען מיט גאר ווארעמע דברי ברכה פאר די עסקנים און דברי חיזוק וברכות קדשו פאר די בחורים.
דערנאך האט הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' באנטווערפען ארויפגעלייגט אויפן טיש די ספעציעלע ציגל, דער רבי האט אריינגעלייגט מטבעות און געגאסן די יסודות און ארויפגעלייגט די ציגל און דערנאך מתפלל געווען א הייליגע תפילה, ווען דערביי ווערט געזינגען ניגוני התעורורות פאר א לענגערע צייט, נאכן לייגן די אבן היסוד האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה.
רבינו שליט''א האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רבי האט געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנ''ש פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג). נאכן דאווענען האט דער רבי האט אהיים שפאצירט.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, איבער די אתרוגים פון ארץ ישראל אום שמיטה. דער מצב פון אידישקייט נאך די ערשטע וועלט מלחמה. די התייסדות פון די בתי חינוך לבנות אין אייראפע און אין אמעריקע דורך רביה"ק זי"ע.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:55. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:35 געדאוונט מעריב, פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק הישמח משה זיע"א.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נסיעה פונעם ישמח משה זי"ע קיין סיגוט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: ר' אליעזר גפן הי"ו (קר"י). עליות: כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב"ג), לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ב אפפעל הי"ו (קר''י), שלישי: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די תפילה קודם הלימוד פון הגה"ק מרן הישמח משה זיע''א.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער צום נייעם בית התבשיל וואס סערווירט די חשובע אורחים פונעם PMR רעזארט, אינטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קאך איינריכטונגן און ווארעם אנגעווינטשן פארן קעכער הרה"ח ר' שמחה שאמועל הי"ו, דערנאך איז דער רבי אריבער און זיך אומגעקוקט אויפן שערמאנ'ס האטעל וואס דינט אלס אכסניא פאר די תלמידי המתיבתא וואס וויילן אויף שבת בצל הקודש.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב, און נאך מעריב האט דער רבי האט אהיים שפאצירט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
חלק א' פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
זונטאג
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שמשון שרגא פאגעל הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג). נאכן דאווענען האבן זיך די געסט געזעגענט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:55. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:35 געדאוונט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי האט אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק האור לשמים מאפטא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן זונטאג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פ' מטו"מ שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: כסא של אליהו הנביא מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.