כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים שפאצירן בנאות דשא אויף די ניו העמפשיר בערג אינאיינעם מיט אנ''ש חסידים ואנשי מעשה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
מאנטאגכ"ו תמוז תשפ"ב7/25/2022
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים מלוה מלכה מוצש''ק לרגל די יארצייט פונעם ראש הששולתא קדישא מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי סעודת רעוא דרעווין, ואמירת ויתן לך, מוצש''ק במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים צינדן ליכט ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע''ה, און תלמידי הישיבה ביים איבערגעבן תירוצים אויפן רבינ'ס קשיא, און דערנאך רבינו שליט''א ביים איבערקוקן די מאפע פון די עירובי תחומין במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ה תמוז תשפ"ב7/24/2022
באריכט
שב"ק פרשת פנחס מברכים חודש מנחם אב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר.
די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האט דער רבי געצינדן ליכט ביים עמוד אין ביהמ''ד לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע''ה. דערנאך האבן שלום גענומען די געסט אין ביהמ"ד, און די פאלגענדע בחורים האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא. הב' יעקב ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש הי''ו. הב' בנציון אלימלך בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער הי''ו. הב' אשר לעמיל ב"ר לוי יצחק לאנדא הי''ו. הב' יצחק ב"ר שלמה זלקא מויזקאפף הי''ו. הב' אהרן ב"ר יוסף מענדל פרידריך הי''ו. הב' בנימין דוד בן הר"ר ליפא סאמעט הי''ו.
אזוי אויך האט דער רבי געהערט עטליכע גריסן פון די געסט, פון דעם הערליכן סדר הלימודים 'משנת מאיר זעליג' וואס די תלמידי ישיבות אין קרית יואל רעכטן אפ מידי שבוע בשבוע מיט א ספעציעלן סדר, און דער קול תורה הילעכט אפ גאנצע ליל שישי'ס בהתמדה רבה, אינעם היכל ביהמ"ד 'זכרון יחיאל מיכל' אין איחוד קאנטרי, וואס ווערט געספאנסערט מנדבת לבו פון הרבני הנגיד מוה"ר פישל ריספלער הי"ו, פון וואס דער רבי האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און נאך עלינו געזאגט קדיש לרגל די יארצייט. קבלת שבת: הרה''ג ר' אנטשיל קארפען שליט''א ר''מ במתיבתא.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א מנהל סניף ויואל משה, מנוחה ושמחה: הרב הערשל אשכנזי שליט''א בן האדמו''ר מסטאניסלאוו שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ושם האיש ישראל המוכה זמרי בן סלוא" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מודעה רבה לאורייתא.
קה אכסוף: הרה''ג ר' ליפא סאמעט שליט''א ר''מ במתיבתא, ברכהמ"ז: דעם רבינ'ס חברותא הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ''ח תמוז. קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט''א (מאנטריאל).
נאך די פירות איז פארגעקומען די שלום זכר ביי נכד הרה''ח ר' דוד יודא קאהן הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אנטשיל קארפען שליט''א ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אלחנן טויב הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל יעקב בראך הי''ו (קר''י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' נחמן דוב העללער הי''ו (וומסב''ג), בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א, לוי: הרה''ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א, רביעי: ר' יעקב יצחק הורוויץ הי''ו, חמישי: הרב ברוך נחמן הערשקאוויטש הי"ו (קר''י), שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הב' הבר מצוה ב''ר שמשון שרגא פאגעל הי''ו (קר''י), הוספות: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א ר''מ במתיבתא, הרה''ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי''ו (וומסב''ג), החתן ב''ר יודל פערלשטיין הי''ו (ב''פ), הרה''ח ר' וואלף שניצער הי''ו (קר''י), הרה''ח ר' יואל ברש''ז שטיין הי''ו (וומסב''ג), הר'''ר יוסף מאסרי הי''ו ר''מ במתיבתא, הב' ב''ר משה יוסף ווערטהיימער הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' לוי אפפעל הי''ו (קר''י), מפטיר: הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו (קר''י) הגבה: ר' דוד בערנאטה הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הב' ב''ר יואל שטיין הי''ו.
מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת מטות, און רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב. צו תפילת מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט די קומענדיגע וואך פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' שמשון שרגא פאגעל הי''ו. מען האט געענדיגט 1:05.
ארום 2:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו (קר''י), ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ושם האיש המוכה זמרי בן סלוא" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עבד שפדאהו לשם עבדות. ברכהמ''ז: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א. מען האט געענדיגט 3:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50. מנחה: הרה''ח ר' ישראל יעקב בראך הי''ו (קר''י), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו, כהן: הב' ב''ר אברהם יושע לאנדא הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ח ר' לוי אפפעל הי''ו, שלישי: הב' ב''ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי''ו (ב''פ) הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הב' בן הרה''ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט''א (ב''פ).
ביי של''ש האט רבינו שליט''א טועם געווען מאכלי חלב, אביסל פיטער מיט די חלה און געטרינקן א קאווע, כמנהג רבותיה"ק זיע"א דאס צו עסן איין שבת בימי בין המצרים.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק ''לכן אמר הנני נותן לו את בריתי שלום'' און געטייטשט מען דארף מטהר זיין די אברים פון תאוות עולם הזה און דער עיקר איז שמירת עינים, דורך א פגם בעניני קדושה קומט מען חלילה צו צו עבודה זרה און דאס איז געווען דער גורם פון חורבן ציון וירושלים, אז מען וועט מתקן זיין די ענינים וועט זיין באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' וואלף שניצער הי''ו.
פארן בענטשן האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם מקור פונעם מנהג צו עסן מאכלי חלב א שבת בימי בין המצרים, דערנאך האט דער רבי שליט''א געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, נאך הבדלה איז מען אריבערגעגאנגן זאגן א גוטע וואך, און הב' אברהם יצחק בן הרה''ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו בקר''י האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה. מ'האט געענדיגט 11:20.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום מלוה מלכה לכבוד די יארצייט דעם וואך פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן ציבור 'זכותו יגן עלינו' און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה און נגוני גלות וגאולה, דערנאך האט רבינו שליט''א פארציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
נאך די מלוה מלכה האט הב' שלום יואל ב''ר חיים משה פעדער הי''ו איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ג תמוז תשפ"ב7/22/2022
מודעהבאריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:46. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע''ה.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, און הב' שלמה ב"ר בעריש גראס הי''ו (מאנטריאל), האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און פארציילט סיפורים פונעם זיידן הגה''ק וואלאווע רב זצוק''ל, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען דער שידוך פון רביה"ק בעל ברך משה ז"ל מיט די רביצין ע"ה.
זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ: 8:07. מנחה וקבלת שבת: 8:50. עריכת שלה"ט בליל שב''ק: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן. סוף זמן קרי"ש: 8:32. שחרית: 9:30. דער רבי וועט אריינקומען צו זמירות ודברי תורה ביי די סעודה ביום שב''ק אין ביהמ"ד ארום איינס און א האלב שעה נאכן דאווענען. מנחה ורעוא דרעווין: 8:50.
מוצש''ק ארום 12:30 וועט דער רבי אריינקומען אין ביהמ"ד און אפרעכטן די סעודת מלוה מלכה ברב עם לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א וואס געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך כ"ח תמוז.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו. עליות: כהן: הרה''ח ר' ישעי' יצחק רובין הי''ו, לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי''ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב, פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת פעסל לאה ע''ה. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:40. בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו.
עס האבן געהאט די זכיה צו וויילן בצל הקודש תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף טשעסטער, בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער הי''ו, נאכן דאווענען זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, און אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינעם טשעסטער געגענט בגלילות קר''י, און איבער שכונת ויואל משה און נאך אנדערע געגענטער.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב. דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, און אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די בתי מדרשים אין אייראפע וועלכע זענען פארבליבן נאך די קריג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:40. בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי האט אהיים שפאצירט.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב.
נאך מעריב האט שלום גענומען הר"ר פסח גראסמאן שליט''א פון לעיקוואד וועלכע דינט אלץ משגיח כשרות מטעם התאחדות הרבנים אויפן נייעם קאך אינעם דערנעבענדיגן PMR רעזארט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות, אויך איז אנוועזנד געוועהן דער בעה''ב הרה"ח ר' יצחק רודריך הי"ו און דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די פולע איינריכטונגן וועלכע זענען צוגעלייגט געווארן לטובת די פולע אנ''ש וועלכע קומען וויילן אין די זומער טעג, און די פלענער אויף ווייטער, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. און דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
מאנטאג
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:40. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יושע זאבעל הי"ו (קר''י).
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג). עליות: כהן: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי"ו (קר''י), לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו (קר''י), שלישי: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יצחק גוטמאן הי"ו (וומסב''ג), און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הרה"ח ר' יצחק גוטמאן הי"ו, גלילה: הב' וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי''ו.
נאכן דאווענען איז געווען א קבועת המזוזה געווען אויפן נייעם חדר הפרטי פון רבינו שליט''א אינעם ביהמ"ד, דער רבי האט קובע געווען די מזוזה און דערנאך מכבד געווען הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א צו קובע מזוזה זיין אויפן צווייטן טיר, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:05. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר''ת ארום 9:40 געדאוונט מעריב.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית היינט במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויפ'ן נייעם חדר הפרטי פון רבינו שליט''א אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת פנחס שבעה עשר בתמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג), פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומסב''ג). עליות: כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו. לוי: ר' דוד יצחק בר"י ווערצבערגער הי"ו (קר''י). שלישי: רבינו שליט"א, - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו ( וומסב''ג).
נאכן דאווענען זענען די אידן וואס האבן געוויילט אויף שבת אריבער זיך געזעגענען, דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים פון תלמידי ישיבתינו הקדושה אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן לאנג יעריגער חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונדסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטריאל שליט''א.
עליות: כהן: הרה"ח ר' בנציון אברהם כהן הי"ו (קר''י), לוי: ר' יהודה ארי' מאשקאוויטש הי"ו (קר''י). שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו (קר''י)
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40. און נאכן דאווענען אהיים שפאצירט.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית היינט שבעה עשר בתמוז במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר, נאכן דאווענען האט דער רבי איבערגעקוקט די תירוצים פון תלמידי ישיבתינו הקדושה אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא.