בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגכ"ב כסלו תשפ"א12/8/2020

מודעה
דברי הדרכה פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מעמד הדינער לטובות מוסדותינו הק' בק"י.
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן איר אייניקיל ביי רבינו הקוה"ט זי"ע בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם רב דקהלתינו הק' בלומינגראוו וראש המדריכם במפעל 'בית נאמן' דקהלתינו הק' בן הגה"צ אב"ד טשאקאווע שליט"א חתן כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א
מיט די כלה בת הגה"צ אב"ד אלעסק בן כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א חתן הגה"צ אב"ד חוסט שליט"א
שישו ושמחו בשמחת רבינו הק' זי"ע
נייעס
הערט דעם גאר אינהאלטס-רייכע אינטערוויא מיט הרה"ח העסקן לשם שמים ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו און מיט העסקן הרה"ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש, אלעס ארום דעם "דרך המלחמה" אין די יעצטיגע תקופה ובפרט איבערן מיטונג פארגאנגענעם דאנערשטאג מיט די הויכע באמטע אויף זו"ם מיט די שליחי קודש פון רבינו שליט"א און עסקני כלל ישראל.
אויף קול סאטמאר 845-951-1110

און אנדערע נייעס האט ר' אהרן בנציון געוויילט דעם שב"ק בצל הקודש און איז מכובד געווארן מיט י-ה רבון עלם.
באריכט
טראץ וואס מען שטייט שוין אפאר טאג נאכן געהויבענעם יו"ט כ"א כסלו די יום הצלה פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע קען מען נאכאלץ נישט ארויסברענגן די געהויבען געפילן ביי רבבות חסידי סאטמאר וועלעכע האבן געהאט די זכיה זיך צו באטייליגן ביים צענטראלן 'סעודת הודאה' בצל קדשו פון מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו עט"ר הגאון הקדוש שליט"א -דאס יאר לאור המצב איז עס פארגעקומען אינעם בית גדול וקדוש וואס איז אויפגעבויט געווארן בדם לבבו הטהור פונעם בעל הנס זי"ע

"האט אבער א אנדערע באדייט ביי טויזענטער פון די באטייליגטע ווען אויף דעם מקום אין דעם טאג כ"א כסלו האבן זיי אויסגעשריגן דעם "מי לה' אלי" און מקיים געווען דעם "והבדלנו מן הטועים" אין די תש"ס יארן ווען ליידער בעוה"ר האבן זיך געדרייט אנשי רשע רוצחים ואכזרים ביים קוה"ק רבינו הקוה"ט זי"ע און האבן אין יענע יארן נישט אריינגעלאזט בנו הגדול חביבו ויקירו צום טאטן -און די רבי האט זיך נישט געקענט באטיילונגען ביים גרויסן מעמד כ"א כסלו- איז געפראוועט געווארן דעם גרויסן יו"ט אינעם ביהמ"ד הגדול בק"י ווי טויזענטער אידן פון ק"י, וומ"ס, ב"פ, מאנסי, און ארום זענען זיך געקומען באטיילונגען ביים סעודת הודאה און האבן אויסגערופן ברוך שהבדלנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת
"אט דעי געפילן איז ארויפגעקומען היי יאר ווען לאור המצב איז געפראוועט געווארן די גרויסן טאג אין ביהמ"ד הגדול בק"י"
יא מיר שרייען אויס 'אשרינו שיש לנו רבי כזה' - "ברוך שהבדלנו מן הטועים"
באריכט
יעצט ביים טעגליכן 'תהילים שיעור' בהיכל המתיבתא האט דער ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי הספד אויף רבו מובהק הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל דומ"ץ קהלתינו הק' בוומסב''ג.


מתוך דברי הספד.

'תלמיד חכם שמת הכל קרוביו', ''..אז מען לערנט זיך אפ פון זיינע געהויבענע מעשים במילא ווערט יעדער איינער אנגעריפן תלמידים'. מורי ורבי הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה זצ"ל, ער האט זוכה געווען צו נתמנה ווערן אלס דיין דורך די פעטער ז"ל, ער איז געווען א גאון אדיר בתורה והוראה, חסידא ופרישא, ער איז געווען א צדיק במעשיו, א ירא שמים בכל נימו ונפשו, א אוצר במדות טובות וישרות, כל כלו אומר כבוד שמים.

'איך האב זוכה געווען צו לערנען ביי אים אסאך יארן מאור תורתו וצדקתו' אויף אים קען מען זאגן הכל קרוביו, 'זיינע הייסע תפילות אין די הייליגע טעג ער פלעגט דאווענען אלס ש"צ אין ביהמ"ד פון טאטן ז"ל אסאך יארן, "ער איז געווען פון די שענסטע רבנים אין אונזער דור,'' זיין פטירה איז א אבידה גדולה שאין לה תמורה, "יעדער איינער דארף מתאבל זיין אויף דעי גרויסע אבידה..''


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים עזריאל פריעד -ק"י ר' שלמה זלקא מויזקאפ -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' אביגדור יודא ברון -מאונט קיסקא ר' זלמן יוסף וועכטער -ק"י באולם בית רחל פאראדייס

נעכטן זינטאג ביים חופה פון די מחותנים ר' זאב אלעזר רייכמאן -וומ"ס ר' שמואל לייביש וויינבערגער -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' פנחס דוד קאליש -מאנסי ר' שלמה פנחס שווימער -ק"י באולם בית רחל פאראדייס

מאנטאגכ"א כסלו תשפ"א12/7/2020

אוידיאו
הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן זצ"ל דומ"ץ קהלתינו הק' רבות בשנים ורבו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -ביים מעמד הכתרת רבינו לגאב"ד ק"י מיט מוירעדיגע דיבורים בשבח רבינו!!

"איך קאן דעם נייעם רב מנעיריו, ער האט ביי מיר געלערנט אסאך יארן, כ'קאן זאגן רוב יארן, כ'האף אז ער שעמט זיך נישט מיט מיר, ער איז מנעיריו געווען א ירא שמים מרובים, ער איז אויסגעוואקסן א 'גדול בתורה' ווי עטץ ווייסט אלע, "די אמת איז נר לרגלו אזוי ווי די אבות הקדושים זיינע"
.

יהא זכרו ברוך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 הגהצ דומץ וומס במעמד הכתרת רבינו לגאבד קי⬇ אראפנעמען 3.8 MB
נייעס
צוליב די שפעטע שעה איז רבינו שליט"א נישט אריינגעקומען צום מעמד ההודאה.
נייעס
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
יעצט נאכמיטאג קומט פאר די גרויסע 'סעודת הודאה כ"א כסלו' לרגל יום הצלה והשחרור מרביה"ק זי"ע ב"ישיבה על קברו" ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" דסאטמאר און שפיץ פון די ראש הישיבה מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס וועט אויפטרעטן מיט דב"ק דברי הדרכה במשנתו פונעם בעל הנס.

די מעמד וועט זיין איאיינעם מיט א מעמד התחזקות לטובות די "קופת הצדקות" פון ישיבה ווי עס וועט אויפטרעטן הרה"ח פה מפיק מרגליות ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש.
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט זיך פריער באטייליגט ביים לוי' פון רבו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן ז"ל דומ"ץ בקהלתינו הק' רבות בשנים -אויפן וועג קיין ק"י ביי וויליאמסבורג איסט סט.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
ווידיאו
יעצט ביים סעודת הודאה כ"א כסלו אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הקדושות בוומסב''ג האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אפגעשטעלט די טאנצן צוליב די פטירה פון רבו הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן זצ''לל דומ''ץ קהלתינו הק' בוומסב''ג, דער רבי האט דערמאנט א מעשה פונעם פעטער רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אין קעמפ פרשת ראה ווען הרה''ק בעלזער רב זי''ע איז נסתלק געווארן און ער האט געהייסן אז מען זאל נישט זינגען.

שפעטער וועט זיך רבינו שליט''א משתתף זיין ביים לוי' פון רבו זצ''ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט כ"א כסלו וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דאווענען תפילות שחרית איאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים ותלמידי ישיבה קטנות וויליאמסבורג אין די זאלן פון עיד"ן פעלע"ס ווי נאכן דאווענען וועט פארקומען א סעודת הודאה ווי די רבי וועט אויפטרעטן מיט דב"ק ודברי הדרכה פאר די הונדערטער וומ"ס בחורים
נאכמיטאג וועט פארקומען די מעמד ההודאה בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" מער פרטים וועט נאכפאלגן.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
באריכט
דאן האט די מנהיג ישראל רבינו הגה"ק שליט"א ארומגערעדט דברים קילורין לעינים איבער די דרך המלחה מיטן דבר העומד על הפרק די גזירת החינוך אין ניו יארק "..א ענין חמור מאד מאד"
> לויטן יעצטיגן חוק האט די שר החינוך די ווארט אין די עניני החינוך -דאס מיינט אויב וועט ער גוזר זיין א גזירה אויף די חינוך וועט מען מיזן ארויסגיין מיט א שארפע מלחמה קעגן אים, מען וועט פירן א מלחמה 'צו ער האט א כח געזעצליך צו נישט' יא!! מען וועט גיין אין די געריכטן און באקעמפען,
> נאכן פעלדער געזעץ זענען פטור די וואס לערנען לימודי קודש צו לערנען פארשידענע לימודי חול, -פארן פעלדער געזעץ זענען אלע ת"ת און ישיבות קטנות מחיוב געווען צו לערנען אסאך ענינים לימודי חול,
> און אז די רעגירונג איז מעלה עין קען יעדע יחיד זיי ריפן אין געריכט, און מען קען נישט האבן קיין טענות צו די רעגירונג, -דאס איז געווען אמאל "און דאס איז געווען די שטארקע סכנה"
> היינט לויטן געזעץ (פעלדער) איז שטארק באגרעיניצט די לימודי חול וואס מען דארף לערנען, -מען האט אריינגעשמאגעלט אז די שר החינוך האט א רעכט, "וואס זענען זיינע רעכטן"? 'צו ער האט טאקע א רעכט' דאס קען מען שטארק באקעמפען אין געריכט! ווייל עס איז נישט קלאר,
> אפילו ער האט יא א רעכט מיינט אז ער האט א 'שיקול הדעת' צו זאגן אז ער וויל מען זאל לערנען נאך לימודים, -קען מען אים באקעמפען, 1) פארוואס איז דאס דיין שיקול הדעת? אויב די געזעץ פטר'ט פארוואס ווילסטו מחייב זיין?? 2) די פובליק שולעס איז שוין און אורדענונג??
> ווער ספארשטייט אביסל אין געזעץ איז דאס א גרויסע מקום אז עס זאל אים פארגיין די אפעטיט!!
דאס איז פארוואס מיר שטייען היינט אסאך בעסער ווי צוויי יאר צוריק!!
> אודאי אויב סוועט חלילה אנקומען צו דעם וועט מען דינגען אדוואקאטן וואס פארשטייען גוט צו באקעמפען די גזירה, און בס"ד וועט מען מצליח זיין, אבער די אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו דעם.

דערנאך האט די רבי דערמאנט די מיטונג וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם דאנערשטאג (וואס האט געדארפט פארקומען בביתו נאוה קודש אבער לאור המגיפה איז דאס אפגעהאלטן געווארן אויפן זו"ם) פון די הויכע באמטע איאיינעם מיט די עסקנים פון פארשידענע מקומות -זיי האבן געגעבן א שעה צייט און עס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו צוויי שעה!!- "זיי האבן געוואלט וויסן די מהות פון אונזער חינוך, זיי האבן נישט קיין השגה און אונזער דרך החיים"
-אינטערסאנט זיי האבן געוואלט הערן וואס די סאטמאר'ע -די צוויי קרית יואל'ע עסקנים האבן צו זאגן!!!-
"ביי זיי קיקט עס אויס ווי א חברה וואס זענען מפקר זייערע קינדער, מען דארף זיי ווייזן נישט אנטלויפן פון זיי" מען האט זיי איינגעליידענט זיי ווילן קומען זען! -און זיי האבן שוין געבעטן נאך א מיטונג- "אונז גיימיר זיי ווייזן אונזערע שיינע חינוך, אונזער גיטע חינוך, די פירות פון אונזער חינוך, 'אדרבא זאל זיי קומען זען די חילוק פון אינזער חינוך מיט זייער חינוך'
מ'וועט זיי ווייזן נישט נאר קרית יואל מ'וועט זיי ווייזן וויאזוי מאנסי /סקווירא /וומ"ס /בארא פארק, זעהן אויס "מ'האפט בעזר שמו יתברך זיי צו עפענען די אויגן" אז זיי זאלן אליינס זען אז מען דארף גארנישט פארבעסערן, און די גזירה וועט מען בעז"ה מבעיר זיין.

בראש וראשונה דארף מיר אונז אליינס וויסן און פארשטיין אז "אונזער חינוך איז א גוטע חינוך, און מדארף גארנישט פארבעסערן, מען דארף גארנישט און מטאר נישט משנה זיין,
"חינוך ביי אידן דאס איז דת משה בישראל"
און פון דעם וועט מען זיך נישט אוועקרירן און שטיין במסי"נ.
אזאך וואס איז נישט צובראכן פארעכט מען נישט!
באריכט
קול ה' בכח! קול ה' חוצב להבות אש!
"דבר ה' ברמה" היינט ביים צענטראלן סעודת הודאה כ"א כסלו לרגל די יום הצלה והשחרור פון רבשכבה"ג רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א דורך מ"מ וממשיך דרכו בקודש מרן שר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל כ"ק רבינו הגאון הקדוש שליט"א
(אחר שהאריך בדברי תורה לכבוד היום)
צום ערשט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם בעל הנס זי"ע און צווישן אנדערע דערמאנט די 'פייערדיגע דרשה' פון רביה"ק זי"ע בשנת תשט"ו און בני ברק ווי די רבי האט געפענט די בעקיטשע און געזאגט איך בין גרייט מען זאל מיר שיסן און איך וועל נישט אויפהערן זאגן דעם דבר ה' ווי רבינו שליט"א האט געזאגט אז שמו הקדוש איז ר"ת "ה' לי ולא אירא"
דערנאך ארומגערעדט איבער די אידישקייט אין אמעריקע וואס די בעל הנס האט אויפגעשטעלט: "..די פעטער ז"ל איז אנגעקומען ווי א מלאך המושיע, אויפגעהויבן די קרן שמירת התורה והמצוות, די קרן הקדושה, 'אז אין אמעריקע איז אויך דא א באשעפער.." דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די ליגיון של מלך וואס איז אויפגעשטעלט געווארן פון זיינע תלמידים און דערמאנט דעם היסטארישען שבת עמלי תורה פארגאנגענעם שבת תולדות מיט די קרוב צו 1000 עלטערע לומדי הכולל, און ארומגערעדט איבער די חבורות לימוד התורה ווי "יסודי התורה" און "תורתך שעשועי", וואס יעדע קהלה האט דאס נאכגעמאכט.

און ארומגערעדט איבער די מלחמת ה' פונעם בעל הנס זי"ע קעגן טומאת הציונות מיט אירע אלע מלבישים "..זרח בחושך אור לישרים, היינט צוטאג איז דא צענדליגע טויזענטער אידן 'הולכים לאורו' 'סאיז א פעסטע שיטה אן פשרות' מפרייט זיך נישט מיט זייער שמחה מיט זייער הצלחה, אונז האבן נישט קיין קשר מיט זיי, נר לרגלינו די ענין פון התבדלות לרשעים, פון זיי און פון זייער געלט, און אונז זעמיר מחזק אלע מוסדות וואס זענען עטה"ק.."

> זעט עקסטערע באריכט איבער די גזירת החינוך <

דערביי האט די רבי אויפגעטרעטן מיט דברי הדרכה "..היינט צוטאגס ווען מען דערמאנט די כח הגדול און די גרויסע השפעה פון די פעטער ז"ל דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש צו גיימער טאקע און זיינע דרכים!
הנהגה תורה וישרה בין אדם למקום ובין אדם לחבירו
קביעות עיתים לתורה בקביעות חק ולא יעבור
דאווענען זאל זיין כדבעי במתינות "סהייבט זיך אן ביי ברכות און ס'ענדיגט זיך נאך עלינו"
עוסק זיין בצדקה וחסד בגוף ובממון, 'די פעטער ז"ל האט געהייסן עשירים גיין אין ביהמ"ד נאך געלט'
און דערמאנט לטובה צוויי קופות הצדקות קופת הק' שקל הקודש וואס מען פארטיילט יעדע חודש קרוב צו 100,000 דאללער פאר מוסדות עטה"ק "שטיל און אן פראפעגאנדע"
און די קרן מלמדים וואס האט שוין אויסגעטיילט "א מיליאן זעקס הונדערט פערציג טויזענט דאללער"
און דערמאנט די מוסדות הקדושים אין וומ"ס און געזאגט אז לאור המצב האט מען נישט געקענט פראווענען היי יאר "ברוב עם הדרת מלך כראו אזוי ווי עס האט געדארפט צו זיין" זאל יעדער זען אז ס'זאל נישט פעלן פאר די וומ"ס מוסדות
און דערמאנט די ימי המגיפה ווי עס איז אנגעקומען במסי"נ צו מקיים זיין עבודת ה' "אין הימל איז געווען א קורת רוח" השי"ת האט געזאגט "ראו בני חביבי, ווי אזוי זיי זענען זיך מתגבר אויף אלע מניעות בעבודת ה'
מדקדק זיין בעניני קדושה די כלים הטמאים, צניאות במלבישי נשים,
מדקדק זיין בענים כשרות פון די עסן וואס מען ברענגט אריין אין שטוב
ומסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.
ווייז פריערדיגע טעג