בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday4 Tishrei 57839/29/2022

Report
מיטוואך וילך צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:50 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה''ק. מען האט געענדיגט ארום 6:55, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל בר''א ראזענבערג הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכמיטאג ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר. און ביים זמן רבינו תם ארום 8:00 געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday3 Tishrei 57839/28/2022

Report
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מערבית. בעל תפלה איז געווען הרה"ג ר' דוד בר''מ עקשטיין הי"ו, נאך מעריב איז דער רבי שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בכלליות.

ארום 11:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות. מלובש מיט א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א מו''ץ, ודומ''ץ ביהמ"ד דינוב קר''י.
אויפן טיש איז געווען אנגעגרייט די פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די טייטלען פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר''ר יואל יוסף טייטלבוים הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט אז כל מיינט אפילו א כל שהו, וברכתיך בכל אשר תעשה מיינט אפילו מען טוהט נאר עפעס השתדלות וועט אריינקומען א גרויסע ברכה און עס וועט נשפע ווערן פרנסה בשפע רב.

ברכהמ"ז: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב, מען האט געענדיגט ארום 12:20.

ונתנה תוקף קדושת היום

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ארום 8:10 אין ביהמ"ד.

פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנע קאפל.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א און הרה"ג ר' דוד דוב דאווידוויטש שליט"א (בית שמש), פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד אוהעל ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב''פ) גלילה: הרה"ח ר' אהרן אברהם גראס הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' יואל בר''מ מיטעלמאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו. מען האט געענדיגט 12:30.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' עס איז דא א בת קול וואס איז מעורר לתשובה אבער זוכה זיין דאס צו קענען הערן דארף מען זיין ראוי, אויף דעם איז מיוסד די ערשטע תקועות און אז מען איז זיך מעורר לתשובה כראוי קען מען ביי די צווייטע תקועות זוכה זיין צו הערן דעם קול ה', ראש השנה איז מסוגל צו מתפלל זיין אז די קינדער און אייניקלעך זאלן אויך זוכה זיין צו דעם עס זאל זיין לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך, און דערמאנט מען איז מעורר רחמים ראש השנה עס זאל נתבטל ווערן די גזירות רעות אויף די אידישע חינוך, אידן וועלן טוען אלעס אויף דער וועלט צו האלטן דעם ערליכען ריינער חינוך, און מען בעט הפר עצת אויבינו ותטה לב המלכות עלינו לטובה, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 2:00.
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו, און הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו.
פארן מאכן די ברכה האט דער רבי אנגעטוען א נייע בגד - א זיידענעם שאהל פאר שהחיינו כנהוג. רבינו שליט"א האט געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35.
די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו.
הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו (מאנסי).

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

הארט פאר די שקיעה, נאכ'ן קידוש מאכן בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די ברית ביי בן הנולד אצל הרה''ג ר' שלמה לייב גרובער שליט''א, ווי דער רבי איז געווען מוהל און סנדק, דער רבי האט איינגעלאדענט דער בעל ברית ומשפחתו מיט צו עסן די סעודת יו''ט וסעודת ברית בביתו נאוה קודש.

ארום 7:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סיום שלחן הטהור ונעילת החג אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען נגוני ראש השנה וימים נוראים.
מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.

מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א (ב''פ), מיט יום ליבשה דעם שווער פונעם בעל ברית הרה''ח ר' שלמה כ''ץ הי''ו.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' דורך מקיים זיין ביידע תקיעות וואס איז תקנת חכמים ווערט נתבטל אינגאנצן עצת היצר, און הקב''ה פירט זיך מיט אידישע קינדער מיט די תנאי כתובה מזונות רפואה און אויסלייזן די אידן פון גלות.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א. מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' שמואל דוד גאנדעל הי"ו.

רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 9:05.

מוצאי יו"ט האט דער רבי א לענגערע צייט מסדר געווען אלע זיינע צדקות פאר ת"ח און עניים הגונים וואס ווערט ארויסגעשיקט אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה.

יהי''ר שיתקבלו תפילתינו ברחמים וברצון

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום תרועה יהיה לכם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי ביי עטיפת הטלית איז געליגן אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אן ביי מוסף.

ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בבכיות נוראות. דער קול בוכים פון רבין האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ"ד ביי די תפילות, ובפרט ביי 'שיר המעלות ממעמקים' און ביים פיוט 'יראתי בפצותי'. עס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.

פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים, שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געענדיגט שחרית ארום 11:30.

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אהנגעטוהן מיטן קיטל און זילבערנע קאפל. הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה"ג ר' נפתלי בראדי שליט"א (בני ברק) און הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

רבינו שליט"א איז געווען דער בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב"ד איהעל ב"פ, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה''ג ר' וואלף בראווער שליט''א, חמישי: רבינו שליט"א, הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטרעאל).
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אויבערלענדער הי''ו (מאנטרעאל) גלילה: הרה"ח ר' שמואל דוד פרידריך הי"ו. מען האט געענדיגט 12:00.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה, און אהיים געגאנגען לביתו נאוה קודש.

ארום 1:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית, קאפל און אינעם קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און אונטער דעם קיטל א ווייסן קאפטן.
רבינו שליט''א איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה אויפן פסוק 'יום תרועה יהיה לכם' א איד קען טוען אסאך מצוות און מעשים טובים, און מיט איין עבירה חלילה קענען די חיצונים אלעס אוועקכאפן, איין זאך קענען זיי נישט צונעמען דאס איז לימוד התורה, אבער אונז בעט מיר פון הקב''ה וואס איז שומר משמרתו של תורה, ער זאל מקיים זיין מצוות השבת אבידה מיט די פארלוירענע מצוות, אבער די שיטות הרמב''ם איז אז א זקן ואינו לפי כבודו איז עס לפנים משורת הדין, אבער אויב פירט מען זיך לפנים משורת הדין וועט זיך הקב''ה אויך אזוי פירן און משיב זיין די אבידה, און דאס איז די תקיעת דמעומד וואס איז לפנים משורת הדין, אז מען ניצט אויס די צייט בהורהורי תשובה קען מען אלעס מתקן זיין, צרכי עמך ישראל מרובים אידן קיקן ארויס אויף א גוט יאר, אידישע קינדער דארפן געהאלפן ווערן מיט ישועות ורפואות דער קומענדיגער יאר איז מסוגל לרפואת הגוף והנפש, מען טרעט אריין אין יאר תשפ''ג 'תשפ''ג' איז בגימטריא 'והעלה רפואה שלימה' אידן דארפן האבן רפואת הגוף און נאכמער אין רפואת הנפש, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, דערנאך איז פאהרגעקומען דער ברית ביי בן הנולד אצל ר' אפרים פרידריך הי"ו.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה''ג ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט"א (ב''פ), הר"ר אהרן שפיצער הי"ו.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן למנצח און דערנאך פארגעזאגט מן המצר, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב. בעל מקרא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש ארום 2:25.

רבינו שליט"א האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה. בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה"צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.

גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות וזכרונות, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות

מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, הרה''ח ר' יצחק משה פרענקל הי''ו.
הרה"ח ר' וואלף גליק הי"ו, און הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו זענען מכובד געווארן אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי ניסן גרינוואלד הי''ו.

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען צו זינגען די זמירות נכדו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

רבינו שליט''א האט האט געזאגט תורה אויפן פסוק אשרי העם יודעי תרועה און געטייטשט אז מיט'ן כח פון אמונה איז מען זוכה צו תשובה.

ברכהמ''ז הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ''ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בקרית יואל.


זונטאג ערב יו"ט ארום 5:20 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' בביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:40, און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל צאהלער הי"ו.
ב"ר יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים לאנדא הי"ו.
ב"ר חיים ניישטאדט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט די פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען כנהוג בחודש אלול.
נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעה, און דערנאך געזאגט פארן בי"ד דעם נוסח פון פרוזבול.

ליל יו"ט פארנאכטס ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו מערבית, און נאכן דאווענען פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכות הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'', עס איז דא א ברכה פרטית און א ברכה כללית, הקב''ה קען משפיע זיין מיט א ברכה כללית פאר יעדן וואס ער פרעזענליך דארף, וואס א בשר ודם קען עס נישט טוען, דאס ווערט נשפע דורכ'ן שם הוי''ה, אינעם שופר איז מרומז דעם שם הוי''ה און איז משפיע פאר יעדעם פערזענליך א ברכת כללית וברכת פרטית, און געוואונטשן א ברכה פאר יעדן בפרטית 'לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום' א גוט געבענטשט יאר פאר אלע אידן בכל מקום שהם, און מסיים געווען בברכות לרוב. ויענו כל העם אמן ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און געוואנטשן א גוט יו''ט.

נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

ארום 11:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען די מוציא אין האניג דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתיקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב און טועם געווען, און זיך געוואשן די הענט און געטרינקן לחיים, נאך די פלייש האט מען אריינגעברענגט זיסע מייערן.

מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען הר''ר מענדל בן הר''ר אלי' גראס שליט''א (ב"פ).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט בדרך דרוש צו מען דרש'נט את, און מסיים געווען מיט ברכות ס'זאל נשפע ווערן פרנסה פאר אידישע קינדער.

ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, מען האט געענדיגט 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי נעילת החג, מעריב והבדלה, מוצאי ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת נצבים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' פנחס מענדלאוויטש הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:55. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

ביי די פיש זענען אריבער נעמען שיריים די חשובע בחורי אנ''ש פון בני ברק וועלכע זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש אויף חודש תשרי.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז דורך מצות מילה ווערן אידן קודש און ביי הקדש איז נישטא די טענה פון דברי הרב ודברי התלמוד דברי מי שומעין און עס העלפט תשובה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו, ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק השר שלום מבעלזא זי"ע, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ''ז אלול. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרה''ג ר' יואל אשכנזי שליט''א, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ליפא פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:10.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שרגא גאנדעל הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א אב''ד הוניאד קר''י.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה בר''י כ''ץ הי''ו, לוי: בעל שמחה הר''ר שלמה לייב גרובער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, חמישי: בעל שמחה ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א.

שביעי: בעל שמחה ר' שמעון האלפערט הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: בעל שמחה ר' קלמן אליעזר ווערצבערגער הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו, הגבה: הרב יואל בן הרה''ג ר' דוד דוב מייזליש שליט''א (ב''פ), גלילה: הרה''ח ר' אהרן דוד רובינשטיין הי''ו.

מוסף: הרה''ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף שלום גליק הי''ו (בני ברק).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר ווערצבערגער הי''ו. מען האט געענדיגט 12:35.

נאכמיטאג פאר מנחה איז רבינו שליט''א אראפגעקומען אונטן בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט געזינגען די נייע ניגונים פארפאסט לכבוד די הייליגע טעג, און דערנאך האט דער רבי געוואונטשן עס זאל זיין מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:20. מנחה: הר''ר יואל בר''ע הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטען הי"ו, כהן: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א מדייני ביד''צ, לוי: הר''ר יקותיאל צבי לעווי שליט''א, שלישי: הרה''ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' שמואל לייב פריעד הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז דורך די חטאים ווערן ליידער באשאפן מלאכים משחיתים וואס שטערן צו תשובה טוען, שב''ק איז שביתין שביקין מתאבן דרחיקין און איז מבטל די קליפות, און אז מען האט הרהורי תשובה קענען זיי נישט שטערן, יעצט די לעצטע מינוטן פונעם לעצטן שבת פון יאר זאל מען אויסניצן כדבעי, און זכות תשובה וועט זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק פרענקל הי''ו (מאנטרעאל), קל מסתתר: הרה"ח ר' נפתלי בראדי שליט''א, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 9:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday29 Elul 57829/25/2022

Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי התרת נדרים היינט ערב ראש השנה, נאך תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
סליחות זכור ברית ערב ראש השנה בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, ברוב עם הדרת מלך בביהמ"ד הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh28 Elul 57829/24/2022

File
גליון 'מגנזי המלך' גליון ס"ג.

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע
מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בעניני ראש השנה



▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 מגנזי המלך ר''ה תשפ''ג277 KB
Show earlier days