ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 6:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' עמרם יואל שאלאמאן נ"י געצינדן די מנורה.
פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויף די פערזענדליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.
הנירות הללו קודש הם
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות והלל והודאה.
נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום, און דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים, און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום לחיים שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פון נכדתו הכלה בת חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט די חשובע זיידעס און מחותנים בשלשלת היחוס פון חתן כלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
דאנערשטאג מקץ ד' דחנוכה
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' בעריש לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה יודא יקותיאל הירש הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️