ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מ'האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דורך מצוות תפילין איז מען זיך מקשר צו הקב"ה, במילא ווערט מען נישט בטל ברוב האומות, ובסיום דבריו האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
פרייטאג מקץ ה' דחנוכה
אינדערפרי איז רבינו שליט''א געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרבני הנגיד מוה"ר וואלף ברי"נ לאנדוי הי"ו, און דערנאך עוסק געווען בתורה בחדרו הספרים.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי כתות ז' ח' ט' במוסדותינו הק'.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל טויב הי"ו.
ב"ר יחיאל יודא גליק הי"ו.
ב"ר יואל גליק הי"ו.
ב"ר אברהם מרדכי באש הי"ו.
ב"ר אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️