בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט' טבת תשפ"ג1/2/2023

באריכט
מאנטאג ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר משה מנחם זאב דרוממער הי"ו (מאנסי).
ב"ר מנחם יעקב קליין הי"ו (מאנסי).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אשר ראובן פרנס הי"ו (מאנסי) - ר' מיכאל חיים דוב ראלניצקי הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️