בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי' טבת תשפ"ג1/3/2023

באריכט
דינסטאג פרשת ויחי עשרה בטבת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו,
ב"ר משה בער אפפעל הי"ו,
ב"ר משה לוי ברוין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ביים ליינען עולה געווען שלישי - מפטיר, ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

אויפדערנאכט איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ נכדו הרב ר' דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ומשפ' לרגל שמחת החאלאקא פון בנו ני"ו.
אזוי אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו און הרה''ח ר' שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️