פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע
זונטאג
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יוסף וואסערמאן הי"ו (מאנסי).
בעל תפילה: הר"ר דוד חנני ווייס שליט"א (קר''י).
נאכן דאווענען האבן זיך געזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און הב' שלמה מנשה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו (קר''י) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פאר די בחורים.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו (וומסב''ג). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט.
דערנאך האבן א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, הב' יואל ב''ר לייביש פריעדמאן הי''ו (בני ברק), הב' מרדכי בן הר''ר חיים אליעזר דאווידאויטש שליט''א (קר''י), הב' יונה בן הר''ר יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א (קר''י), הב' לוי יצחק ב''ר אברהם שפילמאן הי''ו (בני ברק), הב' יושע ב''ר בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי הישיבה איידערן אפרייזן קיין פאלם ספרינגס.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד חיזוק פאר די חברת טהרינו תלמידים פון ת''ת חדר דלאס אנדזשעלעס, א קבוצה פון צענדליגער תלמידי הת''ת וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די שמחה אז עס זענען שוין דא קינדער אין לאס אנדזשעלעס מיט פיאות און ארומגערעדט דברי הדרכה נזהר צו זיין בקדושת התפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים און קינדער.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️