בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגא' שבט תשפ"ג1/23/2023

באריכט
מאנטאג ר''ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען בהתעוררות רב.
פתיחה: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג), לוי: ר' פנחס מנחם בערקאוויטש הי"ו, שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א (וומסב''ג) בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א.

נאכמיטאג אים 3:30 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צו די דעזערט האט ספרינגס געגענט ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חנוכת המקוה טהרה אין ביהמ"ד קערעסטיר וואס שטייט אינטער די השגחה פון הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א.
צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריבער צום מקוה טהרה און זיך אומגעקוקט אויף די הידורים פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט מאנסי רב שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די אידן וואס האלטן זיך אויף אויף אפרוה דארט אין די געגענט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר אבד''ק מאנסי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחום פריעדמאן הי"ו (קר"י), און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
ביי די מסיבת לחיים האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע וויילט דארט אויף אפרוה, און ער האט זיך ווארעם באגריסט מיטן רבין, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון בויען א מקוה טהרה און די השפעות וואס קומען אראפ דורכן מרבה זיין טהרה בישראל, און האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד, און האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט אויפגעטרעטן לכבוד המאורע,
מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאכן מעמד האט רבינו שליט''א אריבער שפאצירט אינאיינעם מיט האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א לבית אכסנייתו אויף א ביקור קודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער נסיעות לקברי צדיקים, און הלכות מזוזה, האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך איז רבינו שליט"א צוריקגעפארן קיין פאלם ספרינגס.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 829