בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' שבט תשפ"ג1/24/2023

באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הרבי ר' זושא זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️